רעטעניש: הויך ווי אַ מויער, גראָב ווי אַ פּויער, ביטער ווי גאַל, זיס ווי צוקער. (בוים, בלעטער, פּירות)
פֿון ש. באָסטאָמסקיס זאַמלונג
דער נײַ־יאָר פֿון די ביימער, חמישה־עשׂר, האָט מען דאָס יאָר געפּראַוועט דעם 20סטן יאַנואַר. כאָטש מע האָט ליב צו זאָגן, אַז די ייִדן אין שטעטל האָבן נישט געהאַט קיין נאָענטע באַציִונג מיט דער נאַטור, און דערפֿאַר פֿעלן אונדז אַזוי פֿיל נעמען פֿון ביימער און געוויקסן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער בוים און זײַן פֿרוכט ווי אַ הויפּט־אימאַזש און סימבאָל אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט אויסגעניצט דעם בוים און פֿרוכט אין זײַנע לידער אויף אַ פֿאָלקישן אופֿן. "ראָזשינקעס און מאַנדלען" (פֿון "שולמית") און "עלנט פֿון אַלע ביימעלעך" (פֿון "די כּישוף-מאַכערין") זענען נישט די איינציקע דוגמאָות פֿון זײַן פּען אויף דער טעמע. מײַן באָבע האָט געזונגען דאָס גאָלדפֿאַדען ליד "דאָס ביימעלע", אין וועלכן דער בוים רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק. אין איר פֿאַלקלאָריזירטן און פֿאַרקירצטן נוסח, קלינגען די ווערטער אַזוי:
אַ ביימעלע האָבן אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו
אין דער ווילדער וויסטע געפֿלאַנצט.
פֿול פּראַכט און שיינקייט האָט דאָס ביימל
געבליט בײַ טאָג און בײַ נאַכט.
דאָרטן פֿלעגן פֿייגל פֿליִען,
זינגען שיינע מעלאָדיִען
און מיר צישן זיי אין דער מיט.
אויף די ביימער אין די צווײַגן
פֿלעגן וואַקסן טייטלען, פֿײַגן,
און מיר מיט זיי זיך געקוויקט.
(רעפֿריין) יאָ דאָס ביימעלע, דאָס איז דאָך געווען
ווייסט אַיעדער גאַנץ גוט,
אַז דער גערטנער איז געוועזן גאָט אַליין;
דאָס משל גלײַכט זיך זייער צום ייִד.
נישט לאַנג האָבן געדויערט די גילדענע צײַטן,
נישט לאַנג האָט אונדזער ביימעלע געבליט.
שוואַרצע וואָלקנס פֿון אַלע זײַטן
האָבן באַלד אויף אונדז אַרײַנגעווי׳ט.
און די ביימער מיט די צווײַגן
און די פֿייגל אין די שטײַגן
אַלץ איז געוואָרן צו נישט.
און די פֿייגל זענען פֿאַרפֿלויגן
אין די כמאַרעס אָפּגעצויגן
און דער ייִד איז געוואָרן אָפּגעווישט.
כאָשט מײַן באָבע האָט דאָס ליד פֿאַרענדיקט מיט דער טרויעריקער סטראָפֿע, פֿאַרענדיקט גאָלדפֿאַדען אינעם אָריגינעלן ליד מיט מער האָפֿערדיקע שורות.
לאָמיר באַטראַכטן נאָר דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, אין וועלכן דער בוים שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע, נישט קיין זײַטיקע, אַניט וועט מען זיכער האָבן צו פֿיל מאַטעריאַל. געוויסע געוויקסן בײַ ייִדן ווי די הושענא האָבן אַוודאי אַ מער הייליקן באַטײַט. אין איין מסורה דערציילט מען:
הושענא־רבה בײַ נאַכט איז געגאַנגען פֿון דאָרף איינער פֿון "גרויסן מנין", מיט אַ הושענא אין דער האַנט, זאָגן תּהילים אין שטאָט אַרײַן. האָט ער באַגעגנט אַ שד אָנגעטאָן אַזוי ווי אַ פֿרוי מיט אַ קינד אויף דער האַנט. שטעלט זי אים אָפּ און פֿרעגט אים, וואָס ער טראָגט אין דער האַנט? "אַ הושענא" ענטפֿערט ער. זאָגט זי "ניין, ס׳איז אַ בעזימל". ער — "ס׳איז אַ הושענא; זי — אַ בעזימל. אַזוי עטלעכע מאָל. זי האָט געוואָלט, ער זאָל אויך זאָגן, אַז ס׳איז אַ בעזימל, וועט די הושענא אָנווערן די קדושה און זי וועט האָבן די שליטה איבער אים. ביז וואַנען ער האָט איר דערלאַנגט אַ קלאַפּ מיט דער הושענא איבערן פּנים, איז פֿון איר גאָרניט געוואָרן. דאָס קינד, וואָס זי האָט געהאַלטן אויף דער האַנט איז אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד. ער האָט גענומען דאָס קינד אין שטאָט אַרײַן און איז אַרײַנגעגאַנגען צו אַ קימפּעטאָרין און האָט איר געזאָגט: 'נאַט אײַך אײַער קינד’. מ׳האָט געגעבן אַ קוק: אין בעט איז געלעגן אײַנגעוויקלט פֿון שטרוי אַ בינטל, אַזוי ווי אַ קינד." (פֿאַרשריבן אין רובישאָוו, לעבן לובלין אין דער ייִוואָ־זאַמלונג "ייִדישער פֿאלקלאָר"). אַגבֿ זענען די לעגענדעס וועגן שדים אַון אַנדערע רוחות מסתּמא די גרעסטע קאַטעגאָריע פֿון דעם זשאַנער פֿאָלקלאָר.
וואָס שייך די גלייבענישן, סימנים און סגולות מיט ביימער און געוויקסן זענען פֿאַראַן אַ סך, טייל קען מען זיכער אויסטײַטשטן לויט אַ פֿרוידיאַנישן אַנאַליז, למשל:
ווען מע געפֿינט אַ צונויפֿגעוואַקסענע אוגערקע, זאָל מען זי געבן די וואָס האָבן קיין קינדער ניט.
אַז מע זעט באַרן אין חלום, איז דאָס אַ סימן, אַז מען וועט געזונט ווערן.
אַז מען עסט פֿײַגן אין חלום, וועט מען האָבן עגמת־נפֿש.
אַז מע האַקט אויס אין וואַלד אַ בוים, וויינען אַלע ביימער.
ווען ביימער בליִען צוויי מאָל, וועט זײַן אַ הונגער.
ווען אַ בוים בליט אָסיענצײַט איז דאָס אַ סימן אויף שלעכטס; ווען ער בליט אויפֿן שפּיץ, שטאַרבט איינער פֿון דער נאָענטער פֿאַמיליע, און ווען ער בליט פֿון אונטן שטאַרבט איינער פֿון ווײַטערע קרובֿים.
פֿרוכטביימער טאָר מען ניט אויסהאַקן, ווײַל עס וועלן קומען בײַ נאַכט ניט־גוטע און צעברעכן אַלע שטובזאַכן.
ווען אַ מיידל קריכט אויף אַ פֿרוכטבוים, ווערט יעדער בוים אויסגעטריקנט.
אַז מע זעט גראָז אין חלום, באַטײַט דאָס גליק.
ווער עס רײַסט אָפּ אַ בלינדע בלום, אָדער נעמט זי אין האַנט, ווערט בלינד.
אַז מע טרעפֿט בײַ אַ בלום פֿון בעז בלעטלעך ווי געוויינטלעך, ברענגט דאָס גליק; מען דאַרף זי טראָגן בײַ זיך.
ווען מע רײַסט אָפּ אַ צווײַגל פֿון אַ בעז, וועלן קומען מזיקים.
ווער עס גיט אַ לעק די מילך פֿון דער מילכבלום, ווערט משוגע.
די פֿרוכט פֿון שוואַרצן בעז הייסן "משוגענע גרײַפּלעך". מע גלייבט, אַז אין די צווײַגן פֿון דעם בוים, וואָס אויף אים וואַקסן די משוגענע גרײַפּלעך, זיצן שדים און רוחות. דערפֿאַר רופֿט מען זיי רוחות־שטעקנס אָדער שדים־שטעקנס.
אַ טאָפּלטע יאָדרע אין אַ נוס איז מזלדיק.
שבת איז אַ מינהג צו עסן ציבעלע; די זיבן שאָלעכץ־בלעטלעך פֿון דער ציבעלע זײַנען אַ רמז אויף די זיבן טעג פֿון דער וואָך.
דאָס קעפּל פֿון דער ציבעלע טאָר מען ניט עסן, ווײַל עס שאַדט צום זכּרון.
די בלויע קאָרנבלומען וואָס וואַקסן אין תּבֿואה טאָר מען נישט רײַסן, ווײַל טײַוולאָנים האָבן זיי געזייט.
ווי מע זעט פֿונעם פֿאָלקלאָר איז דאָס לעבן און וועלטבאַנעם פֿונעם ייִד אין שטעטל געווען ענג פֿאַרבונדן מיט דער וועלט פֿון ביימער און געוויקסן. חמישה־עשׂר דערמאָנען מיר זיך זיי צו באַדאַנקען!