בײַם באַקומען איר ערן־דאָקטאָראַט אין 2006, לעטברידזשער אוניווערסיטעט, קאַנאַדע |
דעם 30סטן יאַנואַר, אין לעטברידזש, אַלבערטאַ, קאַנאַדע, איז געשטאָרבן די שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב אין עלטער פֿון 87 יאָר, איינע פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע פּראָזע־שרײַבערנס נאָכן חורבן; בפֿרט אין קאַנאַדע, וווּ זי האָט זיך באַזעצט אין 1950. אירע עפּישע ווערק זענען געווען אַ זעלטנקייט, ספּעציעל פֿאַר אַ פֿרויען־שרײַבערין אויף ייִדיש.
חוה ראָזענפֿאַרב איז געבוירן געוואָרן דעם 9טן פֿעברואַר 1923. אירע טאַטע־מאַמע זענען געווען אַקטיוו אין "בונד" און ראָזענפֿאַרב האָט זיך געלערנט אין דער בונדישער "מעדעם"־שול. אין לאָדזשער געטאָ, אין 1941, האָט זי גראַדויִרט פֿון גימנאַזיום. אין געטאָ האָט זי געוויזן אירע ערשטע לידער דעם פּאָעט שׂימחה־בונעם שײַעוויטש און ער האָט זי מקרבֿ געווען און אַרײַנגענומען אינעם קרײַז פֿון דער שרײַבער־גרופּע אין געטאָ — די ייִנגסטע צווישן זיי.
ווען מע האָט ליקווידירט די געטאָ, האָט איר משפּחה, מיט שײַעוויטשן, און די משפּחה פֿון איר שפּעטערדיקן מאַן, די מאָרגענטאַלערס, זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ קליינעם צימער, אָבער מע האָט זיי געפֿונען און געשיקט קיין אוישוויץ. בײַ דער סעלעקציע האָט זי געזאָגט די דײַטשן, אַז איר מאַמע איז איר שוועסטער, און דערמיט זי געראַטעוועט. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט זי, צוזאַמען מיט איר שוועסטער און מאַמע, געוווינט אין בעלגיע. דאָרטן האָט זי אָנגעהויבן צו שרײַבן דעם עפּישן ראָמאַן "דער בוים פֿון לעבן". אין 1949 האָט זי חתונה געהאַט מיט העניעק מאָרגענטאַלער, און זיי האָבן עמיגרירט קיין קאַנאַדע אין 1950. זייער ערשט קינד, גאָלדע, איז געבוירן געוואָרן, עטלעכע חדשים נאָך זייער אָנקום.
דאָס ערשטע ווערק וואָס ראָזענפֿאַרב האָט אַרויסגעגעבן, איז געווען אַ זאַמלונג לידער "די באַלאַדע פֿון נעכטיקן וואַלד", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין לאָנדאָן אין 1947. דערנאָך איז אַרויס די לענגערע פּאָעמע וועגן איר טאַטן, "דאָס ליד פֿון ייִדישן קעלנער אַבראַם" און אַנדערע פּאָעטישע ווערק. איר דראַמע "דער פֿויגל פֿון געטאָ", וועגן איציק וויטענבערג, האָט מען איבערגעזעצט אויף העברעיִש און פֿאָרגעשטעלט אינעם "הבימה"־טעאַטער אין ישׂראל אין 1966.
אָבער ווי אַ פּראָזע־שרײַבערין האָט חוה ראָזענפֿאַרב זיך באמת קונה־שם געווען, דער עיקר, מיט איר טרילאָגיע "דער בוים פֿון לעבן" (1972) — וועגן די ייִדן פֿון לאָדזש בעת דעם חורבן. דעם ראָמאַן האָט מען געלויבט ווי אַ מײַסטערווערק און ס׳האָט געוווּנען ליטעראַרישע פּריזן איבער דער וועלט. "דער בוים פֿון לעבן" האָט מען איבערגעזעצט אויף ענגליש און אין אַ פֿאַרקירצטן נוסח אויף העברעיִש.
אין 1982 האָט חוה ראָזענפֿאַרב אַרויסגעלאָזט דעם צוויי־בענדיקן "באָטשאַני", וואָס איז אַ בעלעטריסטישע ביאָגראַפֿיע פֿון אירע טאַטע־מאַמע; און ווי אַזוי זיי זענען אויפֿגעוואַקסן, זיך באַקענט, און חתונה געהאַט. דאָס ווערק האָט די מחברטע אַליין איבערגעזעצט אויף ענגליש, און די איבערזעצונג האָט אויך געוווּנען אַ פּריז.
לויט אַ ביאָגראַפֿישער באַשרײַבונג פֿון איר טאָכטער, פּראָפֿ׳ גאָלדע מאָרגענטאַלער, "האָט ראָזענפֿאַרב תּמיד געוואָלט אויסמײַדן צו שרײַבן וועגן די גרוילן פֿונעם חורבן. זי האָט בכּיוון געענדיקט דעם ראָמאַן 'דער בוים פֿון לעבן’ בײַ דער פֿאַרשיקונג פֿון געטאָ. די לעצטע זײַטן האָט זי אייגנס געלאָזט ליידיק".
אין בריסל נאָך דער מלחמה: (פֿון רעכטס) חוה ראָזענפֿאַרב, איר מאַמע, איר שוועסטער, 1945 אָדער 1946 |
מיט איר מאַן הענרי מאָרגענטאַלער האָט זי געהאַט צוויי קינדער, גאָלדע און אַבֿרהם. נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך געגט, האָט ראָזענפֿאַרב געלעבט מיט באָנאָ ווינער פֿון מעלבורן, אויסטראַליע; זי האָט אַ האַלב יאָר פֿאַרבראַכט אין אויסטראַליע, און אַ האַלב יאָר אין מאָנטרעאָל. אין 1998 האָט זי זיך אַריבערגעצויגן קיין טאָראָנטאָ, און אין 2003 קיין לעטברידזש, אַלבערטאַ, צו וווינען לעבן איר טאָכטער. אין 2006 האָט דער לעטברידזשער אוניווערסיטעט איר צוגעטיילט דעם ערן־דאָקטאָראַט — דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ קאַנאַדער אוניווערסיטעט האָט אָפּגעגעבן אַ ייִדישן שרײַבער אַזאַ כּבֿוד.
פּראָפֿ׳ נאָרם ראַווין, דער אָנפֿירער פֿונעם "קאָנקאָרדיאַ־אינסטיטוט פֿון קאַנאַדער ייִדישע שטודיעס" האָט באַמערקט אין אַן אינטערוויו, אַז זי איז געווען אַן אויסנאַם פֿון פּויליש־ייִדישע שרײַבער נאָכן חורבן מיט דעם וואָס זי האָט געשריבן "אָן סענטימענטאַליטעט, אָן ביטערקייט". ער האָט אויך באַטאָנט, אַז זי איז געבליבן לאַנג שאַפֿעריש, און געווען אַקטיוו ווי אַן איבערזעצערין פֿון אירע ווערק צוזאַמען מיט איר טאָכטער.
פּראָפֿ׳ רבֿקה מאַרגאָליס פֿונעם אָטאַווער אוניווערסיטעט, און מחברטע פֿון אַ בוך וועגן דער ייִדישער קולטור אין מאָנטרעאָל, האַלט, אַז "חוה ראָזענפֿאַרב איז פֿאַקטיש דער לעצטער מיטגליד פֿון דער רײַכער מאָנטרעאָלער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, וואָס האָט זיך אויסגעלעבט אויף ייִדיש. ווען זי איז אָנגעקומען אין דער שטאָט ווי אַ שארית–הפּליטה, האָט זי זיך דאָרטן אינטעגרירט אויף ייִדיש און זיך געחבֿרט מיט גרויסע ייִדישע שרײַבער, צווישן זיי: מלך ראַווישט און י. י. סיגאַל, וואָס האָבן זיך געפֿרייט, אַז אַזאַ יונגער שרײַבער ווי ראָזענפֿאַרב האָט זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל. דאָרטן האָט זי אָנגעשריבן וויכטיקע ראָמאַנען וואָס באַהאַנדלען די איבערלעבונגען פֿון ייִדן פֿאַר און נאָכן חורבן און וואָס האָבן איר געבראַכט אַ סך דערפֿאָלג און אָנערקענונג. כאָטש זי האָט זיך איבערגעזעצט אויף ענגליש צוזאַמען מיט איר טאָכטער, גאָלדע מאָרגענטאַלער, האָט זי ממשיך געווען צו שאַפֿן אויף ייִדיש מיטן קלאָרן פֿאַרשטאַנד, אַז איר לייענערשאַפֿט האַלט אין פֿאַרשווינדן. זי איז ממש געווען איינע פֿון די לעצטע "מאָהיקאַנער".
דער בוים פֿון ליבע
פֿון חוה ראָזענפֿאַרב
זיי האָבן ניט געוווּסט,
אַז ליבע איז אַ בוים, אַ זעלטענער
פֿון צאַרטן, דינעם גליק —
וואָס טאָמער האַקט מען אָפּ בײַ אים אַ צווײַג
וואַקסט זי שוין מער ניט אויס צוריק.
זיי האָבן זיך געוווּנדערט,
וואָס דער שמייכל צווישן זיי
האָט אַלע טעמען פֿון אַ טרער —
און ניט פֿאַרשטאַנען, אַז אַ צווײַגלאָזער שטאַם
איז שוין קיין בוים ניט מער.
גאָלדע מאָרגענטאַלער האָט צונויפֿגעשטעלט אַ וועבזײַט לכּבֿוד חוה ראָזענפֿאַרבס לעבן און ווערק. דער אַדרעס איז: http://chavarosenfarb.com/