פּערזענלעכקײטן
Photo: Joan Roth

אויף דער לוויה מאָנטיק, דעם 14טן מערץ, אינעם "ריווערסײַד"־לוויה־הויז אין מאַנהעטן האָט דער עולם, פֿול מיט משפּחה און חבֿרים, געהערט אַ זעלטענעם קלאַנג — אַ גרוס פֿון יענער וועלט. מיט דער הילף פֿון איר פֿרײַנד, שושנה וואָלקאָוויטש־באַלאַבאַן, האָט די פֿאַרשטאָרבענע, שפֿרה לערער, מיט אַ יאָר פֿריִער רעקאָרדירט אַ געזעגענונג, וואָס מע זאָל שפּילן אויף איר לוויה. שושנה האָט געשפּילט די רעקאָרדירונג און אַלע האָבן געהערט שפֿרה לערערס קול, ווי זי זאָגט, אַז כאָטש איר גוף לעבט שוין מער נישט, שוועבט איר נשמה איבער אונדז. זי האָט זיך געפֿרייט מיט איר לעבן, ווײַל זי האָט געקענט זיך באַטייליקן אין "פּראָיעקטן" לטובֿת דער ייִדישער קולטור און געבעטן מחילה, אויב זי האָט עמעצן באַעוולט. צום סוף האָט זי צוגעזאָגט צו זײַן אַ גוטע בעטערין פֿאַר אַלעמען.

אַזאַ רעקאָרדירונג "פֿון יענער וועלט" וואָלט געקענט פֿאַרשאַפֿן אַן אומבאַקוועם געפֿיל אונטער אַנדערע אומשטענדן, ווען דאָס קול וואָלט געקומען פֿון אַן אַנדער פֿאַרשטאָרבענעם; אָבער אין דעם פֿאַל האָט מען געגעבן אַ שמייכל, וואָס אונדזער טײַערע שפֿרה לערער האָט געהאַט אין זינען אָפּצוטאָן אַזאַ שפּיצל און צוּווינקען צו אונדז נאָך איין לעצט מאָל.

איך האָב שוין עטלעכע מאָל געשריבן וועגן שפֿרה לערערס ביאָגראַפֿיע. דאָס לעצטע מאָל אין האַרבסט 2010, ווען מע האָט דורכגעפֿירט אַ פֿײַערלעכן באַנקעט לכּבֿוד איר 95סטן געבוירן־טאָג. וויכטיק איז נאָך אַרויסצוהייבן, אַז זי איז געווען די איינציקע ייִדישע אַקטריסע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע און זיך געמאַכט אַ נאָמען אויף דער ייִדישער בינע אין ניו־יאָרק, און דערנאָך — איבער דער וועלט. איר ייִדיש איז געווען פּערלדיק, און מע האָט קוים געקענט הערן איר אַרגענטינער אַקצענט.

איך האָב זיך באַקענט מיט איר צום ערשטן מאָל, ווען איך האָב געשפּילט ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר אינעם ייִדישן טעאַטער צום ערשטן און צום לעצטן מאָל אין 1980, אין דער ערשטער פֿאָרשטעלונג פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער". לערער איז געווען צווישן די גרינדערס פֿון דער טרופּע, וואָס האָט געוואָלט, סוף־כּל־סוף, שאַפֿן אַזאַ נייטיקע אינסטיטוציע אין אַמעריקע, כּדי צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער בינע. צו יענער צײַט האָבן נאָך געלעבט הערמאַן יאַבלאָקאָוו, דזשעק און סימאָר רעכטצײַט, מרים קרעסין, און אַ כאָפּטע אַלטע ייִדישע אַקטיאָרן; כאַראַקטער־קינסטלער, וואָס האָבן וווּנדערלעך געשפּילט, כאָטש זיי האָבן נישט פֿאַרכאַפּט דעם אויבן־אָן. דערצו האָבן זיך באַטייליקט אַ גרופּע יונגע אַקטיאָרן, אַ טייל פֿון זיי האָבן גוט געקענט ייִדיש; קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס איך ווייס נישט וואָס ס׳איז מיט זיי שפּעטער געשען. צווישן זיי: דזשין באַרעט און איוו מעקלער (די לעצטע איז געוואָרן אַ שרײַבערין).

אין אַ "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג שפּילן, פֿון לינקס: שפֿרה לערער, צפּורה שפּײַזמאַן, 
דוד ראָגאָוו און מינאַ בערן
אין אַ "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג שפּילן, פֿון לינקס: שפֿרה לערער, צפּורה שפּײַזמאַן, דוד ראָגאָוו און מינאַ בערן

די איבערלעבונג אינעם ייִדישן טעאַטער איז געווען אַ שאָק פֿאַר מיר — אינעם גאַרדעראָב האָט מען געשריגן, געוואַלדעוועט אַפֿילו געשאָלטן איינער דעם אַנדערן. זעענדיק, ווי די 80־יעריקע שיטן קללות אויף די 70־יעריקע ייִדן, בין איך ממש געפּלעפֿט געוואָרן. די טאַלאַנטן זענען געווען גרויסע, אָבער אויך גרויס זענען געווען זייערע עגאָס און עקצענטרישקייט. שפֿרה איז געווען צווישן דעם שטורמישן ים אַן אינדזל פֿון רויִקייט און יושר, פֿאַר וועלכער אַלע האָבן געהאַט גרויס דרך־ארץ.

ווען איך בין געוואָרן אַקטיוו אין די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָב איך געזען ווי שפֿרה לערער באַטייליקט זיך אין ס׳רובֿ פֿון זיי מיט אַ זעלטענער פּראָפֿעסיאָנעלקייט. אין אַלע זומער־קעמפּן, פֿאַר אַלע אָרגאַניזאַציעס איז זי אויפֿגעטראָטן, אָנהייבנדיק אין די 1940ער יאָרן, ווען זי איז געקומען אין לאַנד. לערערס טאַלאַנט האָט זיך אויסגעצייכנט אין קאָמעדיע, דראַמע, געזאַנג און טאַנץ. ווי אַן אויסטײַטשערין פֿון די לידער פֿון איר ערשטן מאַן, דעם באַליבטן בן־ציון וויטלער, האָט זי געשמט, ווי אויך ווי אַ פֿאָרלייענערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אירע ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿאַרן "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" האָט זי גוט אויסגעפֿאָרשט און גלענצנדיק צוגעגרייט. און דער צוהערער האָט זיך דערוווּסט עפּעס נײַעס יעדע וואָך וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור.

ווי אַ מענטש, איז זי אויך געווען צו באַוווּנדערן. צוויי מאָל געבליבן אַן אַלמנה (דאָס צווייטע מאָל נאָכן טויט פֿון מיכאל מיכאַלאָוויטש); אַליין, אָן קינדער. אָבער שפֿרה האָט זיך נישט מיאש געווען, נאָר ווײַטער אָנגעגאַנגען מיטן לעבן און מיט איר טעטיקייט.

מיט צוויי יאָר צוריק, ווען חנה פּאָלאַק און איך האָבן זי פֿילמירט פֿאַר דעם דרײַ־טייליקן אינטערוויו, וואָס מע קען איצט זען אויף דער אינטערנעץ https://yiddish2.forward.com/node/3485/ האָט זי אונדז פֿאַרכּישופֿט מיט איר דערציילערישער קונסט. ווען זי האָט איבערגעגעבן אירע איבערלעבונגען מיט מאָריס שוואַרץ, יעקבֿ בן־עמי און איר מאַן וויטלער, האָט זי אויסגעשפּילט אַלע ראָלעס, נאָכמאַכנדיק די מענטשן מיט פּרעציזקייט, אַז מע האָט נאָר געקענט זיך קאַטשען פֿאַר געלעכטער. אינעם "קולטור־קאָנגרעס" האָט זי דערציילט אירע זכרונות אויף אַ "קאַוועהויז" מיט אַכט יאָר צוריק, און אַפֿילו חסידים פֿון ברוקלין זענען געקומען הערן אירע פֿיל־פֿאַרביקע דערמאָנונגען. דעם עולם האָט זי יענעם אָוונט נישט אַנטוישט.

מיר וועלן שפֿרה לערער געדענקען נישט נאָר פֿאַר איר בינע־קונסט, נאָר אויך פֿאַר איר חכמה, ברייטהאַרציקייט, און איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער קולטור. כּבֿוד איר אָנדענק!