איינס, דאָס ווייס איך
איינס, דאָס איז אונדזער גאָט,
דער וואָס לעבט, און דער וואָס שוועבט,
אין הימל און אויף דער ערד.
די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם הגדה־ליד "אחד מי יודע" שטאַמט פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָפּענהאַגער הגדה", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1739 אין אַלטאָנאַ־האַמבורג, דײַטשלאַנד. דער קינסטלער פֿון די אילוסטראַציעס אין דער הגדה, וואָס איז אויף לשון־קודש און ייִדיש, האָט געמאָלן אורי פֿײַוווּש, דער זון פֿון יצחק־אײַזיק סגל. דאָס ליד, מיט ענלעכע ווערטער, זינגט מען נאָך הײַנט, בפֿרט אין ליטוויש־ייִדישע היימען. די אַנדערע סטראָפֿעס פֿונעם ליד אין דער אַלטער הגדה זינגט מען אַזוי: צוויי זענען די "טאַוויל"; דרײַ זענען די "פֿעטער"; פֿיר זענען די "מיטער"; פֿינף "די ביכער", זעקס "לערנונג", זיבן "פֿײַערונג", אַכט "באַשנײַדונג", נײַן "געווינערין", צען "די צען געבאָט", עלף "שטערן", צוועלף "געשלעכט", און דרײַצן "די זיטן".
צווישן נח פּרילוצקיס ערשטע עסייען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין דער פּסח־בײַלאַגע פֿון דער וואַרשעווער צײַטונג "אונדזער לעבן" אין 1910, איז געווען זײַן קליינע שטודיע "פֿאָלקס חד־גדיא: אַ בלעטל פֿאָלקלאָר". ער האָט באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן די לידער צוליב זייער עלטער און ייִחוס; און פּרילוצקי איז געווען גערעכט — עס זעט אויס, אַז די פּסחדיקע לידער אויף ייִדיש, בפֿרט די וואַריאַנטן פֿון "אחד מי יודע" און "חד גדיא", זענען פֿון די עלטסטע לידער וואָס ווערן נאָך הײַנט געזונגען.
אין זײַן ערשטן באַנד פֿאָלקסלידער, וואָס נעמט אַרײַן "רעליגיעזישע און יום־טובֿדיקע לידער" (תּרע״א), האָט פּרילוצקי אַרײַנגענומען אינטערעסאַנטע וואַריאַנטן פֿון "אחד מי יודע". איינער הייבט זיך אָן אַזוי:
היי, היי קלוגע יונגען!
אויף אַלע זאַכן זענט איר קלוג,
קלוג, קלוג אויף אַלע זאַכן,
די דאָזיקע נאַכט מעגט איר שפּראַכן,
שפּראַכן מעגט איר: וואָס איז איינס?
— איינס איז אונדזער גאָט,
דער, וואָס לעבט,
און דער, וואָס שוועבט
אויף הימל און אויף דר׳ערד"
אין דעם נוסח, פֿאַרשריבן אָדער געזונגען פֿון י. וואָלקאָוויטשער, מאָגילעווער גובערניע, איז נאָך געבליבן דער גראַם "לעבט — שוועבט", אָבער זינגען זינגט מען "נײַן — געווינען" און אויפֿן אָרט פֿון "שטערן" שטייט דאָ "מזלות".
פּרילוצקי האָט אויך אָפּגעדרוקט אַ ווײַסרוסישן וואַריאַנט, וואָס הייבט זיך אָן:
Ojcze moj, nafcony mi
Okaz mi, Pokaz mi
Cto u nas jeden?
Jeden Pan-Bog na niebi
Cto nad nami krolui
(פֿאַרשריבן פֿונעם זעלבן זינגער אין מאָגילעוו)
דאָס ווײַטערדיקע ליד האָט מען אויך געזונגען אויף רוסיש:
"כאָראָשאַ סלוזשבאַ נאַשאַ יעוורעיסקאַיאַ
אַך זנאַיִטיע קאַק?
ווזשע יעוורעי ביבלי זאַשציטאַלי..."
(פֿאַרשריבן פֿון פּינחס גראַובאַרד אין קאַלושין.) אויך אויף פּויליש זינגט מען אַן ענלעך ליד צווישן די פּויערים, שרײַבט פּרילוצקי, און ער האָט אַ השערה, אַז דורך די וואַריאַנטן אין רוסיש און ווײַסרוסיש איז דאָס ייִדישע ליד אַרײַן אינעם קריסטלעכן געזאַנג־רעפּערטואַר.
אין אַ וואַריאַנט פֿון וואַרשע, וואָס רייזל־גיטל שעפּס, די מאַמע פֿונעם פּאָעט און שרײַבער אַ. אַלמי, קלינגט דאָס ליד אַזוי:
איינס, איינס, אָדער מער,
דאָס נעמליכע ווייסן מער [מיר]
איינס איז דער ליבער גאָט,
וואָס ער לעבט, און וואָס ער שוועבט,
איבער הימל און ערד.
פֿון די אַלע נוסחאָות פֿונעם ליד, מעג מען באַטאָנען, אַז די ווערטער קלינגען צום נאָענטסטן צום אַלטן נוסח, וואָס געפֿינט זיך אין דער קאָפּענהאַגער הגדה. זי זינגט אויך "צוויי טאָוולען מאָזעס", "פֿאַטערס" "מוטערס" אָבער אויפֿן אָרט פֿון "ביכער", זינגט זי "די הייליקע תּורה", אויפֿן אָרט פֿון "לערנונג", זינגט זי "משניות", און "שבת" אויפֿן אָרט פֿון "פֿײַערונג".
אין אַ וואַריאַנט פֿון סאָכאַטשעוו, פּוילן, זינגט יעקבֿ גאָטהעלף אַן אינטערעסאַנטן נוסח — צוויי איז "הימל", דרײַ איז "די זין" [זון], פֿיר איז "די לבֿנה", פֿינף איז "די שטערן". צי שטאַמט דער אַסטראָלאָגישער נוסח פֿון דער קבלה, צי פֿון אַ פֿאָלק־טראַדיציע, צי האָבן די סטראָפֿעס סתּם נישט קיין ייִדישן כאַראַקטער — דאַרף מען נאָך אויספֿאָרשן.
הײַנט איז מער פֿאַרשפּרייט דער נוסח, וואָס הייסט אָדער "מאה נאמר ומה נדבר?" (זע באַנד 4 אין דער סעריע "אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער", ישׂראל, תּשמ״ז) אָדער "מה אַספּרו, מה אַדברו". אָבער די אַלע וואַריאַנטן קומען פֿון איין שורש, וואָס איז הונדערטער יאָרן אַלט.