- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כ׳בין אין וועלט אַ שפּור פֿון דיר און יעדע זאַך איז ווי אַ טיר, לאָמיך אַלע שפּורן שפּירן, דורך אַלע זאַכן גיין צו דיר! "אין פֿאַרנאַכטן: ד", אַבֿרהם־העשל
די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט פֿאַר איר גרופּע "פּרעהס טאָכטער" טרעט אויף שוין עטלעכע יאָר מיט אַ פּראָגראַם פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל. איין קאָנצערט האָבן מיר רעצענזירט פֿון דער פּראָגראַם מיט יאָרן צוריק, און, סוף־כּל־סוף, איז איצט אַרויסגעקומען אַ קאָמפּאַקטל "Songs of Wonder", (לידער פֿון וווּנדער) מיט צען פֿון די העשל/שעכטער לידער. אין וואַרשע, 1933, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם פֿאַרלאַג "אינדזל" אַבֿרהם העשלס ערשט בוך, אַ זאַמלונג ייִדישע לידער מיטן טיטל — "דער שם־המפֿורש: מענטש". דער מחבר איז געווען 26 יאָר אַלט, ווען ער האָט זיי אָנגעשריבן, און איז געווען אַ דאָקטאָראַנט אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם בערלינער אוניווערסיטעט. די לידער דערמעגלעכן אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אינעם לעבן און טראַכטן פֿון אַ מענטש, וואָס וועט שפּעטער ווערן אַ וויכטיקער ייִדישער דענקער און רעליגיעזער פֿירער אין אַמעריקע. זײַן סינטעז פֿון פֿירן אַ ייִדיש לעבן בשעת מען איז אויך אַקטיוו אין לייזן די אַלגעמיינע סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, האָט אים געמאַכט אַ נאָמען איבער דער וועלט. ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", האָט ער משפּיע געווען אויף דורות יונגע געלערנטע. מײַן זיידע בנימין איז געווען אַן אַגענט פֿאַר דער "זינגער ניי־מאַשין־פֿירמע". ער האָט די מאַשינען פֿאַרקויפֿט אויף באָרג און מע האָט דאָס געלט אים געדאַרפֿט אויסצאָלן ראַטעסווײַז. פֿאַר אַזאַ איידעלער נשמה ווי מײַן זיידע, איז די אַרבעט נישט געווען אַזאַ צוגעפּאַסטע: קונים זענען אים געבליבן שולדיק געלט און די פֿירמע האָט אים געסטראַשעט, אָדער ער זאָל אַליין באַצאָלן פֿאַר דער מאַשין אָדער ער זאָל די ניי־מאַשין צוריקנעמען און לאָזן די משפּחה אָן פּרנסה. אַזוינע פּריקרע און טרויעריקע סיטואַציעס האָבן זיך נישט איין מאָל געטראָפֿן. מע וואָלט זיכער געקענט אָנשרײַבן אַן עסיי וועגן דער "׳זינגער ניי־מאַשין׳ אין דער ייִדישער געשיכטע", אָדער אַפֿילו אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַזאַ גרויסע השפּעה האָט די טעכנאָלאָגיע געהאַט אין דער עקאָנאָמיע פֿון די ייִדן, נישט נאָר אין דער אַלטער היים, נאָר אויך אין דער "נײַער" היים, אַמעריקע. וואָס פֿאַר אַ ייִדישע משפּחה קען נישט דערציילן אַן אַנעקדאָט פֿון אַ "זינגער" ניי־מאַשין? הײַנטיקס יאָר מערקט מען אָפּ צוויי דאַטעס אין שײַכות מיט אײַזיק זינגער און זײַן ניי־מאַשין: ער איז געבוירן געוואָרן אין פּיטסטאָן, ניו־יאָרק, דעם 27סטן אָקטאָבער, 1811; דאָס הייסט, פּונקט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק; און אין 1851, מיט 160 יאָר צוריק, האָט ער אַנטוויקלט דעם ערשטן מוסטער פֿאַר זײַן פּאָפּולערער ניי־מאַשין. ווען מיר האָבן זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול אין די 1960ער יאָרן, האָט מען שׂימחת־תּורה יעדן קינד געגעבן אַן ארץ־ישׂראל־פֿאָן מיט אַ עפּל פֿון אויבן, און אַ ליכטל אַרײַנגעשטעקט אינעם עפּל. בילדער פֿון דער דאָזיקער שׂימחת־תּורה־טראַדיציע זעט מען אויך אין בילדער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. אָבער הײַנט, וועלכער טאַטע, אָדער מאַמע, וועט דערלאָזן זייער קינד אַרומשפּאַצירן מיט אַן אָנגעצונדן ליכטל לעבן אַ פּאַפּירענער פֿאָן? דאָס איז אַ משל פֿון אַ מינהג פֿון דער "אַלטער היים", וואָס איז אויסגעשטאָרבן אין דער "נײַער היים" צוליב די בײַטנדיקע פֿאָדערונגען פֿון דער געזעלשאַפֿט; אָבער לכּבֿוד דעם פֿריילעכן יום־טובֿ שׂימחת־תּורה שאַפֿן זיך כּסדר נײַע טראַדיציעס. אין איין רעקאָנסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע אין ניו־יאָרק האָט מען אײַנגעפֿירט די טראַדיציע פֿון צעוויקלען אין גאַנצן די ספֿר־תּורה. אַן ערך 40 מענטשן אין אַ קרײַז האַלטן די תּורה און דער ראַבינער ווײַזט אָן פֿאַר די קינדער אין מיטן, וווּ פֿאַרשיידענע סדרות געפֿינען זיך אויף אין דעם לאַנגן הייליקן פּאַרמעט. אין דעם מיזרחדיקסטן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין די שטעט דרעזדען און גאָרליץ, קומט פֿאָר איינער פֿון די שאַפֿערישסטע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אויף דער וועלט. די יערלעכע "ייִדישע מוזיק־ און טעאַטער־וואָך" האָט זיך אָנגעהויבן מיט 15 יאָר צוריק אין דרעזדען און גייט ווײַטער אָן דאָס יאָר מיט אַ פֿולער פּראָגראַם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 25סטן סעפּטעמבער און וועט האָבן איר לעצטע פֿאָרשטעלונג דעם 13טן נאָוועמבער. במשך פֿון די 7 וואָכן וועט דער עולם קענען געניסן פֿון טעאַטער, מוזיק, אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, קלאַסן און אויסשטעלונגען. די דרעזדענער/גאָרליצער אָרגאַניזאַציע שיידט זיך אונטער בפֿירוש פֿון אַנדערע ייִדישע קולטור־גרופּעס וואָס פֿירן דורך אַזוינע פֿעסטיוואַלן מיט דעם, וואָס זי שטעלט דעם טראָפּ אויף טעאַטער. הײַנטיקס יאָר האָט מען אָנגעהויבן די "וואָך" מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "ייִדישע מוזיק אין מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע ווי אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג". רעדנערס זענען געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער אין אייראָפּע; אַמעריקע, רוסלאַנד און ישׂראל. ווען זי איז געווען צו גאַסט בײַ אונדז אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע אין אויגוסט האָט אַנאַ ראָזענפֿעלד, אַ ייִדיש־אַקטיוויסטקע אין וואַרשע און די אָנפֿירערין פֿון דער דאָרטיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם, אונדז געשאָנקען אַ נײַ קינדערביכל — "אַ מעשׂה" — אויף צוויי שפּראַכן, ייִדיש און פּויליש. דעם אמת געזאָגט, איז "אַ מעשׂה" נישט קיין קינדערביכל נאָר אַ לוקסוס־קינדערבוך, אַרויסגעגעבן אין אַ גרויסן פֿאָרמאַט מיט האַרטע טאָוולען. עס נעמט אַרײַן צען טעקסטן, צווישן זיי: די לידער "אַ מעשׂה" פֿון לייב קוויטקאָ, "קיץ קאַץ קעצעלע" און "אַ רעגן גייט" פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, ווי אויך דאָס פֿאָלקסליד "אין אַ קליין שטיבעלע", און "ל׳׳ג בעומר", "שטייט אַ ביימעלע אין פֿעלד" און "אויפֿן גרינעם בערגעלע" פֿון י. ל. פּרץ. יעדעס ליד פֿאַרנעמט צוויי גרויסע זײַטן אויף ייִדיש, און דערנאָך צוויי זײַטן אין פּוילישער איבערזעצונג. די פּרעכטיקע אילוסטראַציעס האָבן געשאַפֿן אורשולאַ פּאַלושינסקאַ. אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין מאַנהעטן ווערן איצט אויסגעשטעלט "גראַפֿישע דעטאַלן: פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען". די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ מיט אַ יאָר צוריק, און קומט קיין ניו־יאָרק פֿון טאָראָנטאָ. זי וועט ווײַטער געוויזן ווערן אין פּאָרטלאַנד, אַן־אַרבאָר און וואַנקוּווער. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע האָט געהאָלפֿן דאָס צונויפֿשטעלן די אויסשטעלונג און געשטיצט דעם טור אין פֿאַרשיידענע שטעט. ס'איז פּאַסיק, וואָס "גראַפֿישע דעטאַלן" האָט איר בראשית געהאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווײַל אין יענער שטאָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1960ער יאָרן האָט זיך אָנגעהויבן דער זשאַנער פֿון "אַלטערנאַטיווע" בילדערשטרײַפֿן, קאָמיקס. צו יענער צײַט האָט מען זיי אָנגערופֿן "אונטערערדיש" — אַ טערמין, וואָס איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל נישט אונטער דער ערד געפֿינט מען זיי הײַנט, נאָר אין אַלע גרויסע ביכער־קראָמען ווי "באַרנס און נאָבעל". די קינסטלער און שרײַבער פֿון די אונטערערדישע און, שפּעטער, אַלטערנאַטיווע, בילדערשטרײַפֿן האָבן באַשריבן עראָטישע סצענעס, סצענעס מיט פּרטימדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אָפֿט, מעשׂיות וועלכע נאָר איינער, וואָס האָט גערייכערט מאַריכואַנע, וואָלט פֿאַרשטאַנען און ריכטיק אָפּגעשאַצט. די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד). די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט. ש. אַנ־סקיס דראַמע "דער דיבוק" איז זיכער די פֿאַרשפּרייטסטע פּיעסע וואָס די ייִדישע דראַמאַטורגיע האָט געשאַפֿן. די דראַמע האָט מען נישט בלויז איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, נאָר אויך באַאַרבעט אין פֿאַרשיידענע טעאַטראַלישע זשאַנערן — אַ טאַנץ, אַן אָפּערע, אַ דראַמע פֿאַר בלויז צוויי כאַראַקטערן. לעצטנס איז צוגעקומען נאָך אַ באַאַרבעטונג פֿונעם קלאַסישן ווערק: פֿון דער אַמאָליקער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. דאָס יאָר האָט "דער אַרכיוו פֿון אַמעריקאַנער טעלעוויזיע" אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַלטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון די 1950ער יאָרן אין אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל־פֿאָרמאַט. צווישן די נײַע ווידעאָ־קאָמפּאַקטלעך האָט מען אויך אַרויסגעגעבן צוויי פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס פֿון דער פּראָגראַם־סעריע "די דראַמע פֿון דער וואָך": די ערשטע — "די וועלט פֿון שלום־עליכם"; און די צווייטע — "דער דיבוק", רעזשיסירט פֿונעם יונגן, אָבער שפּעטער מער באַקאַנטן, סידני לומעט, באַאַרבעט פֿון יוסף ליס, מיט די אַקטיאָרן קאַראָל לאָרענץ, טעאָדאָר ביקעל און לודוויג דאָאַט. פּראָגראַמען וועגן ייִדן, אָדער מיט אַ ייִדישן טעם, האָט מען אַ סך זעלטענער געזען אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיט די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען דער ייִדישער הומאָר האָט ממש דאָמינירט אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. דערפֿאַר איז וויכטיק צו זען די אַלטע סעריעס פֿון דער תּקופֿה, ווײַל זיי גיבן אונדז אַן אַרײַנבליק אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט און ווי אַזוי די ייִדן האָבן געוואָלט, אַז אַמעריקע זאָל באַטראַכטן און אָפּשאַצן ייִדישקייט און די ייִדישע געשיכטע, געציילטע יאָרן נאָכן חורבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. אַן אַלטער פֿאַרביטערטער פֿרומער שומר דאַרף האַלטן אַן אויג אויפֿן מת איידער מע גייט אים באַגראָבן. אָבער ווען ער קוקט אַרײַן אין אָרון זעט ער דאָס פּנים פֿון זײַן אַמאָליקער געליבטער לאה. די צײַט בײַט זיך, און ער לעבט איבער די שרעקלעכע נעכט ווען ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ שײַער אין ליטע מיט אַ מיידל און געקעמפֿט איבערצולעבן דעם חורבן. די באַציִונג צווישן די צוויי געליבטע, צוזאַמענגעבראַכט דורך עקסטרעמע אומשטענדן, אַנטוויקלט זיך אין אַ דראַמאַטישן אופֿן.... דער קיצור באַשרײַבט דעם ייִדישן פֿילם "די שפּילקע", וואָס די רעזשיסאָרין נעמי דזשיי האָט אָנגעהויבן צו פֿילמירן. ווי פּאַסט זיך די שפּילקע אַרײַן אין דעם סיפּור־המעשׂה? לאה דזשיי, די באָבע פֿון נעמי, האָט במשך פֿון איר לעבן תּמיד געהאַט אַ שרעק, מע זאָל זי באַגראָבן לעבעדיקערהייט, און זי האָט געצוווּנגען איר טאַטן, ער זאָל צוזאָגן, אַז ווען זי שטאַרבט זאָל מען איר געבן אַ שטאָך מיט אַ שפּילקע צו פֿאַרזיכערן, אַז זי איז טאַקע געשטאָרבן. די רעזשיסאָרין האָט קאָמבינירט עטלעכע אַזוינע פּערזענלעכע עפּיזאָדן פֿון איר משפּחה צו שאַפֿן דעם סקריפּט פֿאַרן פֿילם. "דער מאָטיוו פֿון דער שפּילקע האָט אַלע מאָל געמאַכט אַ רושם אויף מיר, ווײַל ער שטעכט זי אויסער ליבשאַפֿט, אָבער דער שטאָך, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרגיסט בלוט" — זאָגט נעמי דזשיי. עס זעט אויס, אַז די צײַט איז געקומען צו שאַפֿן מוזיקאַלישע ווערק פֿאַר אונדזערע ייִדישע פֿרויען־פּאָעטן. סײַ די ברוקלינער פֿידלערין דבֿורה שטראַוס, סײַ דער רוסיש־ייִדישער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ זענען אין גאַנג פֿון פּראָיעקטן צו שאַפֿן מוזיק צו די ווערטער פֿון דער פּאָעטעסע קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי. בײַ דער זומער־פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דער מוזיקער אַלען בערן געשפּילט זײַנע נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער פֿון רחל קאָרן, רחל פֿישמאַן, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און שׂרה רייזען. די האָלענדישע זינגערין לוסעט וואַן־דען בערג האָט זיי לעצטנס רעקאָרדירט אויף איר קאָמפּאַקטל "יתומים." אינעם קאָמפּאַקטל "נאַכטיקע מוזיק" ״Nakhtike Muzik״ קען מען הערן אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די טעקסטן פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי, געשאַפֿן פֿונעם דײַטשן קאָמפּאָזיטאָר דאַמיאַן מאַריאַ ראַב. די לידער ווערן פֿאָרגעשטעלט פֿון דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן מיט דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ", פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד. זשיכלינסקי איז שוין לאַנג אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע נאָכן חורבן, און ס׳איז אַוודאי אַ שאָד, וואָס מער מענטשן זענען נישט באַקאַנט מיט איר פּאָעזיע. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין ניו־יאָרק, ביז זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע לעבן איר זון, איז זי זעלטן געקומען אויף ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען און האָט זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט. נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן און דער אומצופֿרידנקייט בײַ אַ טייל פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און ווילנער ייִדן בפֿרט, איז דער געפּלאַנטער אָוונט בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ — "די ווילנער געטאָ־איבערלעבונג" — לזכּרון די ייִדן פֿון דער ווילנער געטאָ, דורכגעגאַנגען בשלום. ס׳רובֿ אינעם עולם זענען געווען צופֿרידן מיט דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן סעפּטעמבער. די פּראָטעסטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אַרום דעם באַשלוס צו פֿאַרבעטן דעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער. צום סוף, איז דער מיניסטער, אַודראָניוס אַזשובאַליס, נישט געקומען בײַ צײַטנס און דער ליטווישער קאָנסול אין אַמעריקע האָט געלייענט דעם מיניסטערס קורצע רעדע. עס זעט אויס, אַז דער מיניסטער איז געווען אויף אַ קבלת־פּנים און וועטשערע מיט הילאַרי קלינטאָן, און האָט זיך נישט געקענט באַפֿרײַען. ער האָט זיך שטילערהייט אַרײַנגערוקט אין מיטן דער פּראָגראַם, אָבער האָט זיך אין איר נישט באַטייליקט. "אַ לעבן אָן ווערט", "אַן איבעריק לעבן", "אַ פּוסטע כּלי" — מיט אַזוינע אויסדרוקן פֿלעגן די דײַטשע דאָקטוירים, וויסנשאַפֿטלער און פּאָליטיקער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן בויען די נאַצי־פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ מײַסטער־ראַסע, באַשריבן די גײַסטיק־קראַנקע און מענטשן מיט פֿיזישיע פֿעלערן. די באַציִונג האָבן זיי אין גיכן אַריבערגעטראָגן צו די ייִדן און ציגײַנער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין זײַן שעדלעך פֿאַר דער וועלט. די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויפֿרטייסלנדיקע אויסשטעלונג — "טייטלעכע מעדיצין — דאָס שאַפֿן די מײַסטער־ראַסע" אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה", מכּוח דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער "וויסנשאַפֿט", וואָס האָט דערפֿירט צו דער באַציִונג. די נאַצישע "וויסנשאַפֿט" איז געווען געבויט אויפֿן נײַעם פֿעלד פֿון "יוגעניק", אַ וואָרט וואָס מיינט "אַ גוטער געבורט" און איז צום ערשטן מאָל געניצט געוואָרן אין 1883. אויב מע וויל, קען מען אין אַלץ באַשולדיקן טשאַרלז דאַרווינען און זײַנע שריפֿטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. פֿון זײַן געדאַנק — "דער נאַטירלעכער אויסקלײַב", אָדער אַנדערש פֿאָרמולירט "די שטאַרקסטע בלײַבן לעבן", האָט זיך אָנגעהויבן אַ קייט פֿון געדאַנקען און טעאָריעס, וואָס איז געוואָרן געשלייערט מיטן נאָמען "יוגעניק". אָבער מער קלאָר איז דער נאָמען — "ראַסן־היגיענע". "יוגעניק" איז געוואָרן פּאָפּולער אין גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע. דער לעגענדאַרע ריכטער אָליווער ווענדל האָלמס האָט אין 1927 געהאַלטן, אַז מע מעג פֿאַרמאַכן די פֿאַרמער־אָרגאַנען פֿון אַ פֿרוי וואָס איז גײַסטיק און פֿיזיש קראַנק. ער האָט געשריבן: "דער פּרינציפּ וואָס ליגט אונטער אָבליגאַטאָרישע וואַקצינען, איז גענוג ברייט צו דעקן דאָס אָפּבינדן פֿון די אייטרײַבלעך [Fallopian tubes]. דרײַ דורות פֿון אידיאָטן איז גענוג". |