- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ נײַער ייִדישער "אַפּ": דער תּנ״ך אויף ייִדיש אַן "אַפּ" איז אַן אַפּליקאַציע, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר איינעם פֿון די מאָבילע "מאַקענטאַש"־קאָמפּיוטער־ פּראָדוקטן — "אײַ־פֿאָן", "אײַ־פּאַד" אָדער "אײַ־פּאַד־טאָטש". דער אויסדרוק "דער טונקעלער קאָנטינענט" האָט צו ערשט באַטײַט דעם אַפֿריקאַנער קאָנטינענט. אָבער דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו האָט אויך געניצט דעם אויסדרוק אין 1891 צו באַשרײַבן דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, מיינענדיק דערמיט, אַז די ייִדישע היסטאָריקער ווייסן באמת זייער ווייניק פֿונעם ייִדישן לעבן און מע דאַרף דאָס פֿאָרשן — "עס ליגט פֿאַר אונדז אונדזער אייגענער טונקעלער קאָנטינענט, ווי די ענגלענדער האָבן באַצייכנט דעם אינעווייניקסטן שטח פֿון אַפֿריקע, וואָס מע דאַרף אויספֿאָרשן און באַלויכטן" — האָט דובנאָוו געשריבן. פּראָפֿ׳ דויטש באַטאָנט, אַז ווען דובנאָוו דריקט זיך אויס מיט אַזאַ טערמין ווי "טונקעלער קאָנטינענט", מאַכט ער דורך דעם אַ פֿאַרגלײַך צווישן די פּרימיטיווע אַפֿריקאַנער שבֿטים און די "פּרימיטיווע" ייִדן פֿון שטעטל. עס קומט אויס, אַז די ייִדן פֿון דער "מאָדערנער" ציוויליזאַציע, דאַרפֿן ראַטעווען די שטעטלדיקע ייִדן פֿון זייער "פֿינצטערניש", אַ פֿאַרשפּרייטע משׂכּילישע אידעאָלאָגיע. די זינגערין און אַקאָרדעאָן־שפּילערין, נשמה לעוויצקי, שטאַמט פֿון צפֿון־קאַליפֿאָרניע, אָבער האָט אַרומגעוואַנדערט, און האָט אין ניו־יאָרק געוווינט עטלעכע יאָר. אפֿשר האָט איר זי געהערט זינגען ייִדישע לידער אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע? אין ניו־יאָרק האָט זי געזונגען אין דער גרופּע "מאַקס און מינקאַ", און אַראַנזשירט מוזיק פֿאַרן קינדער־קאָמפּאַקטל "פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג". בסך־הכּל האָט זי אַרויסגעלאָזט זיבן קאָמפּאַקטלעך מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס. אויף איר נײַער רעקאָרדירונג "די גנבֿים" (אויף ענגליש The gonifs), הערט מען, אַז לעוויצקי האָט ליב צו זינגען לידער מיט אינטערעסאַנטע ווערטער, און נישט סתּם פּאָפּולערע לידער. איר אופֿן פֿון פֿאָרשטעלן אַ ליד, וואָלט איך באַצייכנט ווי אַ קאַבערע־סטיל — אַ ביסל דראַמאַטישקייט, און אַ ביסל ראָמאַנטישקייט. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן ווי זי זינגט די לידער אין אַ קאַפֿע אָדער קאַבערע. זעט אויס, אַז אַ קאַבערע־סטיל און קאַבערע־לידער זענען אין דער מאָדע: מיר האָבן אָקאָרשט רעצענזירט נאָך אַ נײַע קאַבערע־רעקאָרדירונג פֿון "מאַפּאַמונדי" — וואַרשעווער ייִדישע קאַבערע־לידער. הלוואַי וואָלט געווען כאָטש איין קאַבערע אין דער גרויסער ניו־יאָרק, וווּ מע וואָלט געקענט רעגולער הערן די ייִדישע לידער! וווּ קע מען הײַנט בכלל לייענען ווערק אויף ייִדיש, סײַ בעלעטריסטיק, סײַ וויסנשאַפֿטלעכע? דער "פֿאָרווערטס" באַמיט זיך אָפּצודרוקן וויפֿל די צײַטונג קאָן, אָבער לענגערע ווערק פּאַסן זיך נישט אַרײַן אינעם צײַטונג־פֿאָרמאַט. זײַנען געבליבן די ניו־יאָרקער זשורנאַלן "די צוקונפֿט", "אויפֿן שוועל" און, פֿון צײַט צו צײַט, דער פּאַריזער "גילגולים", וואָס איז בפֿירוש פֿאַר נײַע שאַפֿונגען. אויף דער אינטערנעץ קען מען אויך לייענען קורצע ווערק אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן, אָבער מען איז נאָך נישט צוגעוווינט צו לייענען דאָרטן לענגערע שאַפֿונגען. פֿאַרקערט, דער געדולט צו לייענען תּוכיקע שריפֿטן אויף דער אינטערנעץ ווערט קירצער און קירצער. דעם בולטן מיליטאַריסטישן מינהג האָט מען אויסגעטײַטשט מיט אַ מער "ייִדישלעכן" טעם — אַזוי ווי קיין רעגנבויגן האָט זיך נישט באַוויזן בעתן לעבן פֿון רב שמעון בר־יוחאי, אַ תּנא פֿון דער מישנה, דינט דער בויגן פֿונעם פֿײַל־און־בויגן ווי אַ דערמאָנונג נאָך זײַן טויט. ווי עס ווערט געזאָגט אינעם קבלה־ספֿר, דער "זוהר", וואָס, לויט דער טראַדיציע, האָט בר־יוחאי מחבר געווען, וועט אַ רעגנבויגן מיט כּלערליי קאָלירן זיך באַווײַזן איידער דער משיח וועט קומען. האָט דער בויגן, במילא, אויך אַ טײַטש ווי אַ טייל פֿון אונדזער ייִדישער אמונה אין משיחן. ל״ג־בעומר אינעם דאָרף מירון, נישט ווײַט פֿון צפֿת, פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ מיט גרויס פּאַראַד; אַ מינהג, וואָס ציט זיך עטלעכע הונדערט יאָר צוריק און נעמט זיך פֿון דעם, וואָס רבֿ שמעון בר־יוחאיס קבֿר געפֿינט זיך דאָרטן. די געלערנטע האַלטן, אַז דעם "זוהר" האָט מען ערשט אָנגעשריבן מיט אַ טויזנט יאָר שפּעטער. אין שפּאַניע, אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן דאָס ווערק, אַרויסגעגעבן פֿון משה דעלעאָן, אָבער דעלעאָן האָט דאָרטן געשריבן, אַז בר־יוחאי האָט עס געשאַפֿן — יוחאי האָט געקליבן די אַנטפּלעקונגען וואָס משה רבינו האָט באַקומען פֿונעם אייבערשטן און זיי געדרוקט אינעם "זוהר". גרשון שלום האָט געהאַלטן, אַז דעלעאָן האָט נישט נאָר אַרויסגעגעבן דעם "זוהר", נאָר אים אויך אָנגעשריבן. צוריק צו חיים גראַדע ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם.
The Warsaw Ghetto Memorial
וואָס מע הערט הײַנט אויף קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער שפּיגלט אָפּ נאָר אַ קליינעם טייל פֿונעם געזאַנג־רעפּערטואַר בײַ די ייִדן צווישן די וועלט־מלחמות אין מיזרח־אייראָפּע. ווי תּמיד האָבן ייִדן אין גלות געקענט רעדן אויף אַנדערע שפּראַכן, און אויך זינגען אויף אַנדערע שפּראַכן. מײַן באָבע פֿון דער בוקעווינע האָט געזונגען אויף ייִדיש, אוקראַיִניש און דײַטש; און דאָ רעדט זיך נישט וועגן געציילטע לידער, נאָר גאָר אַ סך לידער אויף יעדן לשון. פּוילישע ייִדן האָבן געזונגען אויף ייִדיש, פּויליש און רוסיש, און אַנדערע שפּראַכן. ווען דער זאַמלער בען סטאָנהיל האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה נאָך דער מלחמה, אין 1948, אינעם לאָבי פֿון אַ ניו־יאָרקער האָטעל, האָט ער געוואָלט אויפֿכאַפּן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אָבער די וויכטיקע "בען סטאָנהיל"־זאַמלונג אין ייִוואָ נעמט אפֿשר אַרײַן, דער עיקר, די פּאָפּולערע לידער פֿון די ייִדן אויף אַלע שפּראַכן וואָס זיי האָבן געקענט. אַ סך פֿון די אָנגעזאַמלטע לידער שטאַמען טאַקע פֿון די קאַבאַרעטן אין די גרויסע שטעט, און נישט פֿון די פֿאָלקזינגערס אין די שטעטלעך. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל "קאַבאַרעט וואַרשע: ייִדישע און פּוילישע שלאַגערס פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן" [Cabaret Warsaw: Yiddish and Polish Hits of the 1930s] האָט די גרופּע "מאַפּאַמונדי" פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ, אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט, קודם־כּל, צו געפֿינען די לידער, דערנאָך פֿאַרשרײַבן די ווערטער, און לסוף, אַראַנזשירן די לידער מיט געשמאַק. די רעקאָרדירונג קומט אַרויס באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ בוך פֿון פּראָפֿ׳ בעט האָלמגרען, פֿון "דיוק־אוניווערסיטעט", וועגן קאַבאַרעט אין פּוילן צווישן די מלחמות, און דאָס אַרויסגעבן דאָס קאָמפּאַקטל האָט דער זעלבער אוניווערסיטעט פֿינאַנציעל געשטיצט. אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות. רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין. טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג. אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער. טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט. "צי האָט איר, ליבע מענטשעלעך, געהערט דעם אומגליק וואָס האָט געטראָפֿן? אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט, וויפֿל מענטשן האָט איין אומגליק פֿאַרלאָפֿן. צי האָט איר, ליבע מענטשלעך, געזען די קאַרטינע [בילד] ווי גרויס עס איז געווען דער צאָרן, ווי מאָמענטאַלנע די וואַסער איז אַרײַן אין דער מאַשינע, און די עלעקטרי איז פֿאַרלאָשן געוואָרן. דער שיפֿס־קאַפּיטאַן איז אין דער הייך געשטאַנען און האָט באַמערקט דעם ביטערן צאָרן, ווי די שיף פֿאַנגט אָן אונטערצוגיין, אַ קלאַפּ און אַ שטראָך און איז צעשמעטערט געוואָרן. |