ליטעראַטור

זומער, זומער,
דו ווידער שטאַרבסט
און ווידער, איידער פֿאַלן
זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער
אַיעטוועדער זאָל ווערן
פֿאַר צווײַג־און־שטאַם
אַ גוטער בעטער
בעת ווינטער־שנייען
ווערן שוין פֿאַרגרייט
אין סאַמע האַרץ
פֿון האַרבסט


"זומער, זומער"



אַ מאָל האָט געשפּרודלט די ייִדישע ליטעראַטור אינעם מיטל־מערבֿדיקן טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין דעטרויט, שיקאַגע, מילוואָקי האָבן פּאָעטן און פּראָזע־שרײַבער בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור און אַרויסגעגעבן זשורנאַלן, יאָרביכער, אַנטאָלאָגיעס פֿון זייערע ווערק. בײַ דער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט", די ערשטע לאַנדישע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע, איז דער "מיטל־מערבֿ־ראַיאָן" געוואָרן דער אַקטיווסטער צווײַג. די "פּערהיפֿט" טעאַטער־טרופּע אין מילוואָקי האָט געשפּילט 50 יאָר, 1921 ביז 1971. הײַנט פֿאַרטרעט די ייִדישע ליטעראַטור אין דעם ראַיאָן בלויז איין מענטש — דער דיכטער באָריס קאַרלאָוו אין בלומינגטאָן, אינדיאַנאַ.

רעליגיע, קולטור

אַפֿילו וועגן די "פֿאָרכטיקע" טעג פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור האָט דאָס פֿאָלק געשאַפֿן און דערציילט פֿאָלקס־מעשׂיות און אַנעקדאָטן, אָפֿט מיט אַ קאָמישן טאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם אויבן־אָן פֿון דעם מין מעשׂה פֿאַרנעמען אונדזערע וויצלער.

הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט געזאָגט: "דער על־חטא האָט אונדז געטאָן אַ גרויסע טובֿה. אַזוי, למשל, ווען עס וואָלט זיך פֿאַרוועלן טאָן אַן עבֿירה, וואָלט איך ניט געוווּסט פֿון וואָס אויסצוקלײַבן און וועלכע איז בעסער צו טאָן. אָבער איצט, אַז ס'איז דאָ אַ רשימה פֿון עבֿירות איז עס אַ מחיה — איך עפֿן אויף דעם מחזור און קלײַב אויס פֿון על־חטא, וועלכע עבֿירה מיר געפֿעלט."

װעלט פֿון ייִדיש

אין קאַנאַדע טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, וואָס שייך דער ייִדישער קולטור דעם זומער. די וואָך הייבט זיך אָן דער אימפּאָזאַנטער "אַשכּנז"־־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ. אין דער שטאָט מאָנטרעאָל האָט יענע וואָך זיך פֿאַרענדיקט אַן אַרומנעמיקער ייִדישער מוזיק־פֿעסטיוואַל; און דער 17טער "קלעזקאַנאַדע"־פֿעסטיוואַל איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט 2012, ווי אַלע יאָר, אין די לאָרענשענער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. הײַנטיקס יאָר האָט אַפֿילו דער וועטער צוגעשפּילט און מען האָט געקענט גיין שווימען כּמעט יעדן טאָג אין דער וווּנדערלעכער שיינער אָזערע פֿון דער "בני־ברית־זומער־קאָלאָניע".
בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט מען דאָס יאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. איינע פֿון זיי האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער קולטור אין דרום־אַמעריקע. מען האָט פֿאַרבעטן אין "קלעזקאַנאַדע" צום ערשטן מאָל די זינגערין יאַסינטאַ (שוין 35 יאָר אין פּאַריז, אָבער אַן אַרגענטינער געבוירענע), די כּלי־זמרים "לערנער און מאָגילעווסקי", און דעם אַרגענטינער לעקטאָר און לערער אַבֿרהם ליכטענבוים. מע האָט אויך אײַנגעפֿירט, צום ערשטן מאָל, אַן אינטענסיוון פּאָעזיע־וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן דזשייק מאַרמאַר און עדינה קאַראַסיק. אַ דריטע טעמע האָט מען געווידמעט "קאַרנאַוואַל"; און סײַ אינעם קונסט־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו, סײַ אין טעאַטער־וואַרשטאַט, מיט דער רעזשיסאָרין שיינדל ראָמיין, סײַ אינעם טאַנץ־וואַרשטאַט מיט די לערערס סטיוו ווײַנטרויב און לילי פּערלמאַן — האָט מען זיך געגרייט צו אַ "קאַרנאַוואַל־באַל" מיט צענדליקער מוזיקער, טענצער און אַקטיאָרן. אַ פֿערטע טעמע בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט באַטאָנט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין מאָנטרעאָל.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון יונגע קלעזמאָרים, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון מאַנצבילן, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דאָס מוטער־טאָכטער פּאָרל פֿון עליין (איטעלע) האָפֿמאַן־וואַטס און סוזען וואַטס פֿון פֿילאַדעלפֿיע. נישט נאָר איז די מאַמע עליין אַ מוזיקער, אַ קלעזמער, נאָר זי שפּילט אויף די פּײַקלעך, דער "מענערישסטער" אינסטרומענט אין דער קאַפּעליע. די טאָכטער סוזען שפּילט אויפֿן טרומייט און ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע שפּילערס אין דער קלעזמער־וועלט. אָבער די פֿאַרבינדונג אין דער משפּחה מיט קלעזמער־מוזיק איז עלטער ווי די צוויי דורות, און אין אַ נײַעם פֿילם "איטעלע: אַ לעבן אין קלעזמער" [Eatele: A Life in Klezmer] באַקענט מען זיך מיט דער גאַנצער משפּחה־געשיכטע.
די בראַנזשע פֿון קלעזמערײַ בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָט זיך תּמיד געהאַלטן אין דער משפּחה, און איז איבערגעגעבן געוואָרן פֿון איין דור צום צווייטן. דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס האָט געקענט באַשרײַבן ווי די אַלע קלעזמאָרים אין דער אַמאָליקער גאַליציע זענען באַשטאַנען פֿון בלויז געציילטע משפּחות, וואָס האָבן זיך משדך געווען איינע מיט דער אַנדערער, און האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ גרויסער טעריטאָריע במשך פֿון יאָרן. מע דאַרף געדענקען, אַז דער סטאַטוס פֿונעם קלעזמער איז געווען אַ גאַנץ נידעריקער. דעריבער האָבן די קלעזמאָרים־משפּחות זעלטן געקענט געפֿינען אַ שידוך אין רײַכערע פֿאַמיליעס.
דער זיידע פֿון עליין האָפֿמאַן־וואַטס, דער קלעזמער יוסף האָפֿמאַן, האָט געלעבט אינעם אוקראַיִנישן שטעטל באָגאָפּאָליע, נישט ווײַט פֿון אָדעס. זײַן זון יעקבֿ האָפֿמאַן (1899—1974) איז געקומען קיין אַמעריקע און אָנגעהויבן צו שפּילן דעם קסילאָפֿאָן אין "קאַנדעלס אָרקעסטער" אין די 1920ער יאָרן. איין רעקאָרדירונג פֿון דער תּקופֿה "דזשייקי דזשעז עם אָפּ" [Jakie, Jazz‘em Up] שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם באַקאַנטסטן משל פֿון אַ צונויפֿגוס פֿון קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז־מוזיק, בפֿרט מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

די אימיגראַנטן קומען אָן אינעם בוענאָס־אײַרעסער פּאָרט, אינעם יאָר 1890
כ׳בין געפֿאָרן קיין בינעסאײַרע
און אַרום אַלע קאַנטן,
כּדי מײַן חתן דער שייגעץ
זאָל קענען גיין אויף זײַנע הענט בריליאַנטן.
(פֿון שמואל לעהמאַנס זאַמלונג
"די אונטערוועלט און אירע לידער")

די וואָך הייבט זיך אָן דער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע" אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, און איינע פֿון די טעמעס הײַנטיקס יאָר באַהאַנדלט "די ייִדן אין לאַטיין־אַמעריקע". עס וועלן זיך באַטייליקן דער לערער און לעקטאָר ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים, די מוזיקער לערנער און מאָגילעווסקי, און די זינגערין יאַסינאַט; אַלע זענען געסט פֿון אַרגענטינע. אינעם טעאַטער־וואַרשטאַט וועט דזשעני ראָמיין פּרוּוון אַרײַנפֿלעכטן אין אַ טעאַטער־ספּעקטאַקל עטלעכע אויטאָביאָגראַפֿישע קאַפּיטלעך פֿון דער זינגערין איזאַ קרעמער, וועלכע האָט פֿאַרבראַכט די לעצטע אַכצן יאָר פֿון איר לעבן אין אַרגענטינע. ווען זי האָט דאָרטן געלעבט, איז דער דיקטאַטאָר כואַן פּעראָן איר דערגאַנגען די יאָרן צוליב איר און דעם מאַנס לינקער פּאָליטיק.
ווען עס גייט די רייד וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין אַרגענטינע, קומט קודם־כּל אויפֿן זינען די אַזוי־גערופֿענע ווײַסע שקלאַפֿערײַ, ווען ייִדישע פֿרויען, אַנטלויפֿנדיק פֿון אָרעמקייט און רדיפֿות אין מיזרח־אייראָפּע און רוסלאַנד, זענען אָנגעקומען אין לאַנד און דאָרט גענייט געוואָרן צו ווערן פּראָסטיטוטקעס. (שאַנדהײַזער זענען געווען לעגאַל ביז 1936). אָנגעפֿירט מיט דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ פֿון ייִדישע פֿרויען האָבן די ייִדן גופֿא.


ייִדיש־זומער־ווײַמאַר 2012: די בריקן פֿון אַשכּניז
רעפּאָרטאַזש פֿון איציק גאָטעסמאַן

Yiddish Summer Weimar 2012: The Bridges of Ashkenaz
Report by Itzik Gottesman

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן... ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל": אַ נײַע ווידעאָ־דיסק

דאָראָטעאַ גרעווע אינטערוויויִרט דעם ייִדישן שרײַבער צבֿי אײַזענמאַן
נאָך דעם ווי די דײַטשע ייִדיש־לערערין דאָראָטעאַ גרעווע מיט דער ייִדיש־טוערין אַניקאַ הילמאַן, ביידע אַקטיוו אין דער האַמבורגער "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש", זענען אַרומגעפֿאָרן איבער ישׂראל און אינטערוויויִרט און פֿילמירט ייִדיש־רעדערס אין אָקטאָבער 2009 און מאַרץ 2010, האָבן זייערע פֿרײַנד זיי געעצהט זיי זאָלן צונויפֿנעמען די מאַטעריאַלן און פּראָדוצירן אַ ווידעאָ־דיסק, אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. דער פֿילם "ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן...? ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל", באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע סצענעס, שמועסן אויף ייִדיש, וואָס זענען טעמאַטיש נישט פֿאַרבונדן צווישן זיך, אָבער זענען פֿון דעסטוועגן אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדיש, וועלכע זענען נישט אויפֿגעוואַקסן מיט מאַמע־לשון און האָבן נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט געבוירענע ייִדיש־רעדערס, און צו הערן אַ נאַטירלעכע שפּראַך. דער ציל פֿונעם פֿילם איז טאַקע מער פּעדאַגאָגיש ווי קינסטלעריש.
"ווער קען רעדן" הייבט זיך אָן מיט אַ פֿריילעך געזאַנג. די זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי פֿון רמת־גן זינגט אַ נוסח פֿון "האָבן מיר אַ מאַנטל" און שפּעטער אינעם פֿילם זינגט זי דאָס פֿאָלקסליד "גיי איך מיר אַרויס אויפֿן גאַניקל". דערנאָך באַקענט מען זיך מיטן פּויליש־ייִדישן זייגער־מאַכער פֿון רחבֿות, דבֿ עלנער. ער ווײַזט אונדז זײַן געצײַג און דערציילט וועגן זײַן לעבן אין אַ שיינעם פּוילישן ייִדיש. מע באַקענט זיך מיט זײַן משפּחה און מע זינגט און פֿאַרברענגט צוזאַמען. מע זעט אין דער סצענע, אַז אויך דער צווייטער דור האָט עפּעס געירשנט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַרײַנגערעכנט די באַטעמטע מאכלים.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

יוסף גורי איז דער יהודה עלזעט פֿון אונדזער צײַט. עלזעט, דער מחבר פֿון "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט געשטרעבט צונויפֿצוזאַמלען אַלע "אוצרות" — ווערטלעך, אידיאָמען, אויסדרוקן — פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ניצנדיק, דער עיקר, דאָס ווערק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער. גורי האָט זיך אונטערגענומען אַן ענלעכן פּראָיעקט און האַלט שוין בײַם זיבעטן באַנד אין זײַן פּלאַן. קודם האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך "אַז דער סוף איז גוט, איז אַלץ גוט: שפּריכווערטער" (1993), דערנאָך "ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער?: טויזנט ייִדישע אידיאָמען" (1997), און "קלוג ווי שלמה המלך: 500 ייִדישע פֿאָלקספֿאַרגלײַכן" (1999). אין 2002 איז אַרויס "וואָס דאַרפֿט איר מער?: 2,000 בילדערישע אויסדרוקן אין ייִדיש" און אין 2004 אַ זאַמלונג ברכות און קללות אינעם באַנד "לאָמיר הערן גוטע בשׂורות". 500 ייִדישע ווערטלעך האָט ער אײַנגעזאַמלט אינעם באַנד "אויפֿן שפּיץ צונג" (2006). און איצט איז אָנגעקומען "פֿון ייִדישן קוואַל: ייִדישער פֿראַזעאָלאָגישער ווערטערבוך" (2012).
יוסף גורי, אַ ספּעציאַליסט אין סלאַווישע שפּראַכן, האָט אַן אויסערגעוויינטלעכן אָרגאַניזירטן מוח, וואָס נאָר אַ לעקסיקאָגראַף קען פֿאַרמאָגן. צוזאַמען מיט שואל פֿערדמאַן האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך "קורצער ייִדיש־העברעיִש־ענגלישער ווערטערבוך" אין 1994. גיט נאָר אַ קוק אויף נחום סטוטשקאָווס "דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" צו פֿאַרשטיין ווי אָרגאַניזירט דער לעקסיקאָגראַף דאַרף זײַן.
גורי האָט נישט געזאַמלט זײַן מאַטעריאַל פֿונעם פֿאָלקס־מויל, נאָר פֿון פֿריִער געדרוקטע זאַמלונגען, אַרײַנגערעכנט זײַנע אייגענע ווערק, און נײַע מאַטעריאַלן ווי די "פֿאָרווערטס"־סעריע "מאַמע־לשון" פֿון נחום סטוטשקאָוו, וואָס לייזער בורקאָ האָט צוגעגרייט צום דרוק. זײַן ביבליאָגראַפֿיע פֿון מקורים איז אַ רעלאַטיוו קליינע, און ער ווייסט מסתּמא, אַז גאָר אַ סך אַנדערע אידיאָמאַטישע זאַמלונגען זענען צעזייט און צעשפּרייט, און ווערן נאָך געדרוקט עד־היום (למשל באָריס קאָפּיטס זאַמלונג וואָס מיר האָבן באַשריבן מיט צוויי וואָכן פֿריִער).

פּערזענלעכקײטן

זלמן סקודיצקי
אין דער וואָך פֿונעם 12טן אויגוסט געדענקען מיר נישט נאָר די שרײַבער, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין יענעם טאָג, אין 1952, נאָר אויך אַלע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און טוער, וואָס זענען רעפּרעסירט געוואָרן. צווישן די געליטענע איז געווען דער פֿאָלקלאָריסט זלמן סקודיצקי, וועלכער האָט געזאַמלט און רעדאַקטירט צוויי זאַמלונגען פֿאָלקסלידער; און איינע פֿון זיי וואָלט געדאַרפֿט פֿאַררעכנט ווערן ווי צווישן די בעסטע.
לויט חיים ביידערס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז זלמן סקודיצקי געבוירן געוואָרן אין 1906 אין זשיטאָמיר, און אין 1922 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אינעם קיִעווער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. ער האָט אים פֿאַרענדיקט אין 1926 און געוואָרן אַ לערער אין אַ ייִדישער שול. ווײַטער האָט ער שטודירט אין דער עטנאָגראַפֿישער סעקציע בײַם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור, און דאָרטן איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין 1931.
די סעקציע האָט אַדורכגעפֿירט פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, און סקודיצקי און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן געזאַמלט ס‘רובֿ פֿון די לידער געדרוקטע אין די צוויי בענד, פֿון די אונטערנעמונגען. די מוזיק צו די לידער האָט מען, צום באַדויערן, נישט פֿאַרשריבן און ניט געדרוקט. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן־זאַמלונג, באַנד איינס" איז אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאיר ווינער, אין מאָסקווע, 1933. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן, באַנד צוויי" איז געדרוקט געוואָרן מיט דרײַ יאָר שפּעטער אין 1936. נאָך איידער די צוויי בענד זענען דערשינען האָט סקודיצקי זיך קונה שם געווען ווי אַ פֿאָלקלאָריסט צוליב זײַן פֿאָרשונג "וועגן פֿאָלקס־באַאַרבעטונגען פֿון גאָטלאָבערס לידער" אין דער מינסקער "צײַטשריפֿט", און זײַן אַרבעט "וועגן פֿאָלקלאָרישן אַרבעטער־ליד".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"די בריקן פֿון אַשכּנז" בײַ "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"

דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אַלען בערן, מיט אָנטיילנעמער אינעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט
צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.
אַ וויכטיקער מקור וווּ צו געפֿינען די דײַטשע פֿאָלקסלידער, איז דער "דײַטשער פֿאָלקסליד־אַרכיוו", וואָס געפֿינט זיך אין דער דײַטשער שטאָט פֿרײַבורג. די ביבליאָטעקערין, באַרבאַראַ באַך, האָט מען אויך פֿאַרבעטן אויף "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", זי זאָל אויפֿטרעטן מיט עטלעכע לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דײַטשער פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג און זאַמלאַרבעט. אין דעם אַרכיוו ליגט אַן אוצר פֿון דײַטשן פֿאָלקלאָר, און באַך פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישן זכּרון און קען זינגען די דײַטשע באַלאַדעס פֿון אויסנווייניק.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

פֿון מײַן נסיעה קיין אייראָפּע האָב איך צוריקגעבראַכט צוויי נײַע און אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע קאַפּעליעס; גאַנץ אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער. אָנהייבנדיק פֿון די 1990ער יאָרן, איז דײַטשלאַנד געוואָרן אַ צענטער פֿון קלעזמער־מוזיק און מע קען הײַנט שוין צוגעבן, אַז זי איז אויך געוואָרן אַ צענטער פֿון נײַע שאַפֿונגען פֿון ייִדישע לידער. בערלין, אַ מעטראָפּאָל וווּ דאָס דירה־געלט איז נאָך נישט צו הויך, ציט צו שאַפֿערישע כּוחות פֿון דער גאָרער וועלט. אָבער אַפֿילו אין אַנדערע שטעט פֿון דײַטשלאַנד אַנטוויקלען זיך נײַע פּראָיעקטן. אין האַמבורג זינגט סטעלאַ יורגענסאָן נײַע קאָמפּאָזיציעס צו דער פּאָעזיע פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי; אין מינכן טרעטן אויף אַנדרעאַ פּאַטשור מיט איליאַ שנייווײַס אין אַ נײַער פּראָגראַם פֿון בײַעריש־ייִדישע לידער; און אין קעלן, האָט די גרופּע ״A Tickle in the Heart״ ["אַ קיצל אין האַרצן"], אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל "פֿידלרויז", מיט דער גאַסט־פֿידלערין און זינגערין פֿון ברוקלין, דבֿורה שטראַוס.
דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע "קיצל אין האַרצן", אַנדרעאַס שמיטגאַס, האָט אין אַ פֿריִערדיקן געראָטענעם פּראָיעקט פֿאַרבעטן דעם אַמעריקאַנער ייִדיש־פּעדאַגאָג, פּסח פֿישמאַן, קיין דײַטשלאַנד אַרומצופֿאָרן און דערציילן זײַנע אויסגעטראַכטע מעשׂיות, וואָס ער האָט אויסגעשפּילט פֿאַרן דײַטשישן עולם. די מוזיקער אין דער גרופּע — דער גיטאַריסט שמיטגאַס, קלאַרנעטיסט בערנד שפּעהל, באַסיסט טאָמאַס פֿריצע — זענען שוין צוזאַמען 12 יאָר, און דאָס צוזאַמענשפּילן קלינגט אָן אַ פּגם.
נאָכן טויט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער איז די גרופּע אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן פּאָעזיע און פֿײַערדיקער פּערזענלעכקייט. דער טיטל פֿון דער נײַער רעקאָרדירונג "פֿידלרויז" נעמט זיך פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. לויט די מוזיקער פֿון "קיצל אין האַרצן", שטעלט מיט זיך פֿאָר די רויז אַ סימבאָל פֿון ליבע און שיינקייט, און די פֿידל — אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער מוזיק. דעריבער קען מען פֿאַרן ייִדישן מוזיקער קיין מער פּאַסיקן אימאַזש נישט געפֿינען.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

די ייִדישע אידיאָמאַטיק איז אַ גאָר רײַכע און האָט באַגײַסטערט סײַ די געלערנטע, סײַ סתּם ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך אָנהייבן זאַמלען ווערטלעך, אידיאָמען און אויסדרוקן. כּלערליי זאַמלונגען האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אין זשורנאַלן און בוכפֿאָרם. אין מרדכי ספּעקטאָרס זשורנאַל "דער הויזפֿרײַנד" האָט איגנאַץ בערנשטיין (1836—1909), דער גרויסער זאַמלער פֿון ייִדישע און פּוילישע שפּריכווערטער, געדרוקט זײַנע ערשטע זאַמלונגען אויף ייִדיש. זײַן בוך פֿון ווערטלעך, אַרויס אין 1908, האָט געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע זאַמלער פֿון ייִדישע ווערטלעך.
מע דאַרף נאָר אַ קוק טאָן אינעם דײַטשן זשורנאַל "מיטטײַלונגען צור ייִדישען פֿאָקלסקונדע" (ידיעות פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר), רעדאַקטירט פֿון ד״ר מאַקס גרונוואַלד, פֿאָלקלאָריסט און ראַבינער פֿון דער ווינער קהילה, צו זען ווי פּאָפּולער ס׳איז געווען צו זאַמלען ייִדישע ווערטלעך פֿאַר דער דײַטש־ייִדישער באַפֿעלקערונג. אינעם צווייטן נומער פֿון 1906, האָבן פֿינף מחברים אָפּגעדרוקט "שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" פֿון רוסלאַנד, פּוילן און אונגערן.
פֿון ראָהאַטשעף האָט דער פּראָדוקטיווער זאַמלער הרבֿ ש. ביילין, וואָס זײַנע זאַמלונגען פֿון וויצן האָט מען נאָך געלייענט אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" 70 יאָר שפּעטער, ממשיך געווען צו דרוקן ווערטלעך פֿון זײַנע זאַמלונגען:
"אויף אַן אײַנעבויגענעם בוים, שפּרינגען ציגן."
"געלט פֿאַרגייט און חכמה באַשטייט."
"זי מעג שוין הערן קלעזמער: בײַ איר איז שוין נאָך שלושים." (דאָס הייסט, דאָס "מיידל" איז שוין עלטער ווי מע מיינט).