פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

די ייִדישע אידיאָמאַטיק איז אַ גאָר רײַכע און האָט באַגײַסטערט סײַ די געלערנטע, סײַ סתּם ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך אָנהייבן זאַמלען ווערטלעך, אידיאָמען און אויסדרוקן. כּלערליי זאַמלונגען האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אין זשורנאַלן און בוכפֿאָרם. אין מרדכי ספּעקטאָרס זשורנאַל "דער הויזפֿרײַנד" האָט איגנאַץ בערנשטיין (1836—1909), דער גרויסער זאַמלער פֿון ייִדישע און פּוילישע שפּריכווערטער, געדרוקט זײַנע ערשטע זאַמלונגען אויף ייִדיש. זײַן בוך פֿון ווערטלעך, אַרויס אין 1908, האָט געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע זאַמלער פֿון ייִדישע ווערטלעך.
מע דאַרף נאָר אַ קוק טאָן אינעם דײַטשן זשורנאַל "מיטטײַלונגען צור ייִדישען פֿאָקלסקונדע" (ידיעות פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר), רעדאַקטירט פֿון ד״ר מאַקס גרונוואַלד, פֿאָלקלאָריסט און ראַבינער פֿון דער ווינער קהילה, צו זען ווי פּאָפּולער ס׳איז געווען צו זאַמלען ייִדישע ווערטלעך פֿאַר דער דײַטש־ייִדישער באַפֿעלקערונג. אינעם צווייטן נומער פֿון 1906, האָבן פֿינף מחברים אָפּגעדרוקט "שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" פֿון רוסלאַנד, פּוילן און אונגערן.
פֿון ראָהאַטשעף האָט דער פּראָדוקטיווער זאַמלער הרבֿ ש. ביילין, וואָס זײַנע זאַמלונגען פֿון וויצן האָט מען נאָך געלייענט אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" 70 יאָר שפּעטער, ממשיך געווען צו דרוקן ווערטלעך פֿון זײַנע זאַמלונגען:
"אויף אַן אײַנעבויגענעם בוים, שפּרינגען ציגן."
"געלט פֿאַרגייט און חכמה באַשטייט."
"זי מעג שוין הערן קלעזמער: בײַ איר איז שוין נאָך שלושים." (דאָס הייסט, דאָס "מיידל" איז שוין עלטער ווי מע מיינט).
"אַ ייִד דאַרף זאָגן פֿאַרקערט: אַז מע זאָגט אים שלום־עליכם, ענטפֿערט ער עליכם־שלום!"
פֿון לאָדזש האָט אַרײַנגעשיקט ווערטלעך ל. נוסעל:
"נײַער מלך, נײַע גזירות"
"מע גיט זיך נישט אַ שניט אין פֿינגער, אַז ס׳איז נישט פֿון זײַן ליבן נאָמען"
"פֿעטער, מע קען אײַך!"
פֿון האַמבורג האָט י. טאַרלוי אַרײַנגעשיקט מאַטעריאַלן פֿון פּויזן:
"‘חזן וקהל’ מאַכט: חזן זעט ניט, ווי קהל הינטן לאַכט"
"חמישה־עשׂר בשבֿט, זענען די בחורים פֿון לערנען זאַט"
אין אַ נומער פֿון 1913 האָט א. מ. גאָנצער פֿון בערלין אַרײַנגעשיקט ליטווישע אויסדרוקן און פּאַראָדיעס.
"עבֿרי, מאַך מיר גדול! (פֿונעם סוחרישן זשאַרגאָן)
"שלום־עליכם — אַ נײַער ליגן"
"אַ גרויסער בעל־שמעק" (פֿאַרדרייט פֿון בעל־שם)
פּראָפֿ׳ דבֿ נוי האָט מיר געוויזן אַמאָל אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אַ צימער, וווּ מע האָט געהאַלטן אין מיטן זאַמלען די טויזנטער ווערטלעך פֿון די צענדליקער זאַמלונגען מיטן ציל, צו מאַכן איין גרויסע אַרומנעמיקע זאַמלונג. איך האָב שוין יאָרן נישט געהערט, וואָס ס׳איז געוואָרן פֿון דעם פּראָיעקט. אָבער די פּראָבלעם בײַ אַלע אַזוינע זאַמלונגען, איז ווי אַזוי מע זאָל זיי אײַנסדרן; לויט אַן עיקר־וואָרט, צי לויט דעם אַלגעמיינעם געדאַנק פֿונעם ווערטל?
אָקערשט האָבן מיר באַקומען אַ נײַע זאַמלונג פֿון באָריס קאָפּיט, אונטערן טיטל "אַן אוצר פֿון ייִדישע אידיאָמען און פֿאַרביקע אויסדרוקן: געזאַמלט, מיט אַליטעראַציע, פֿאַרטײַטשט און פֿאַרזאָרגט מיט עטימאָלאָגישע נאָטיצן פֿון באָריס קאָפּיט". דאָס ווערק האָט מעלות און חסרונות ווי סע פֿירט זיך.
איין מעלה באַשטייט אין דעם, וואָס דער מחבר האָט די ווערטלעך געשריבן סײַ מיט ייִדישע אותיות, סײַ מיט לאַטײַנישע אותיות, און מיט אַ טײַטש פֿונעם אידיאָם צום סוף. אין דער געשיכטע פֿון זאַמלען אַזוינע ווערטלעך אויף ייִדיש האָבן זאַמלערס אָפֿט פֿאַרגעסן צו פֿאַרטײַטשן די זאַמלונג, און הײַנט, אַ הונדערט יאָר שפּעטער, פֿאַרשטייט מען שוין נישט אויף זיכער וואָסער געדאַנק דאָס ווערטל דריקט אויס. קאָפּיט האָט אַרײַנגענומען עטלעכע גראָבע, געמיינע ווערטלעך און דאָס איז אפֿשר אַ מעלה, ווײַל די פֿריִערדיקע זאַמלונגען האָבן אַזוינע שפּריכווערטער אויסגעמיטן (אַ חוץ בערנשטיינס "עראָטישע" זאַמלונג), כאָטש דער ייִדישער פֿאָלקלאָר פֿאַרמאָגט אַ סך פֿון דעם מין.
די הויפּט־מעלה פֿון קאָפּיטס זאַמלונג איז וואָס מע קען דאָ מסתּמא געפֿינען נײַע מאַטעריאַלן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. מיר זענען פֿריִער נישט געווען באַקאַנט אַזוינע אויסדרוקן ווי:
"ביסטו שוין אַ הונט, זײַ זשע כאָטש נישט קיין חזיר"
"די הענט האָבן אים אויף די פֿיס געשטעלט"
"דעם שיכּור איז ענג אין די קאַלאָשן"
"מסתּמא די קאַץ ווייסט בעסער וועמענס באָרד צו לעקן"
צום באַדויערן זענען פֿאַראַן צו פֿיל חסרונות אין דער זאַמלונג — סײַ טעכנישע, סײַ זאַמלערישע. פֿרײַנד קאָפּיט האָט געניצט אַן אויסלייג וואָס איז קאַפּריזיש און דערפֿאַר מחוץ למחנה; למשל, אַ מאָל אַ פּינטל אויף דער "ש" און אַמאָל ניט. קיין מאָל ניט קיין פּינטל אויף דער "שׂ"... ווערט מען אין גאַנצן צעמישט. נאָך אַ חסרון, דווקא אַ קלענערער, איז וואָס מע האָט נישט קיין שום סדר אין דער זאַמלונג, נישט לויטן אַלף־בית, נישט לויט אַן עיקר־וואָרט אָדער געדאַנק.
נישט אַלץ אין דער זאַמלונג איז אַן אידיאָם אָדער ווערטל. "פּאָרען זיך" (זיך באַשעפֿטיקן) איז אַ וואָרט, נישט קיין ווערטל. פֿאַר וואָס איז "זײַן אַ זיווג" אַן אידיאָם? קיין אַנדער פּשט ווי "זײַן אַ פּאָרל" גיט דער מחבר נישט. אַן אַנדער חסרון, אַן אַלטער בײַ אונדז, איז וואָס דער מחבר קען צו פֿיל שפּראַכן און פֿאַר יעדן וואָרט פֿון אַן אויסדרוק שרײַבט ער פֿון וועלכע שפּראַכן די ווערטער שטאַמען. נאָכן ווערטל — "אַ נײַ יאָר מיט נײַע עבֿירות" — גיט ער אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז די ווערטער "נײַ" "יאָר" "מיט" שטאַמען פֿון דײַטש, און "עבֿירות" פֿון העברעיִש. פֿרײַנד קאָפּיט, מוחל טובֿות די אומנייטיקע עטימאָלאָגיעס! ס׳איז אַן אומדרך־ארץ פֿאַר אונדזער ייִדיש, און איך מיין, אַז אײַער זאַמלונג האָט ווי אַ כּוונה פּונקט דאָס פֿאַרקערטע, מע זאָל פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַן אוצרות געפֿינען זיך אין אונדזער פֿאָלקלאָר.
פֿון די נײַע זאַמלונגען ייִדישע ווערטלעך האָט מען אַלע מאָל הנאה, און פֿון דער זאַמלונג פֿון באָריס קאָפּיט, נישט געקוקט אויף די חסרונות, וועט מען אויך געניסן.