- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ד״ר מנחם קרן-קרץ (קראַץ) ד״ר מנחם קרן איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער אין געביט פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן פֿון מאַרמאָרעש-סיגעט אין 20סטן יאָרהונדערט. אין יאָר 2009 האָט ער באַקומען זײַן צווייטן דאָקטאָראַט פֿון בר-אילן-אוניווערסיטעט, וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע, געשאַפֿן פֿון די מאַרמאָרעשער ייִדן זינט די 70ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. וואָס זאָל מען טון, ייִדן? אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג. וואָס זאָל מען טון, מענטשן? עסן דאַרף מען יעדן טאָג. אַז דער מאָגן וויל נישט וויסן פֿון קיין געטאָ זאַך, נאָר ער שטרײַט און ער פֿאַרלאַנגט צו עסן זייער אַ סך. (ליד געזונגען אין לאָדזשער געטאָ, מסתּמא געשריבן פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ, פֿאַרשריבן פֿון ד״ר גילה פֿלאַם בײַ יאַנקעלע ראָטענבערג)
דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער, איז אַוועק אין דער אייביקייט, אין עלטער פֿון 90 יאָר, צירל "ציפּ" וואַצלעצקי; אַ נאָוואַטאָרישע קינסטלערין וואָס האָט אין גאַנצן איבערגעמאַכט און אויפֿגעלעבט די קונסט פֿון ייִדישער פּאַפּירשניטערײַ. אירע צייכענונגען, בילדער און פּאַפּירשניטן האָט מען געזען אין אַ גרויסער צאָל ייִדישע קינדערביכער, קינדער־זשורנאַלן און אויף די הילעס פֿון די ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער. אַזוי פֿאַרשפּרייט איז געווען איר קונסט, אַז ס׳רובֿ מענטשן האָבן זיך נישט געכאַפּט, אַז דאָס איז איר קונסט אויף די פּאָפּולערע געזאַנגביכער פֿון די מלאָטעקס, אָדער אין די פֿאַרשפּרייטע לערנביכער פֿון "אַרבעטער-רינג" ווי "ייִדישע קינדער", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין עטלעכע אויפֿלאַגעס. צירל וואַלעצקי איז אויפֿגעוואַקסן אין דער סבֿיבֿה פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט", איינע פֿון די ייִדישע וועלטלעכע פֿאָלקשול־נעצן, וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. כאָטש אַלע פֿאָלקשולן זענען געווען פּאָליטיש "ראַדיקאַל", דערנאָך "פּראָגרעסיוו", האָבן די שולן פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט" געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, און ווייניקער אַרויסגעהויבן די פּאָליטיק. וואַלעצקי איז קודם געווען אַ תּלמידה אין די פֿאָלקשולן, דערנאָך זיך געלערנט אין דער מיטלשול פֿונעם "אינסטיטוט", און ווײַטער זיך געלערנט אין די העכערע קורסן. אין די 1930ער יאָרן האָט זי זיך באַטייליקט אין דער "שלום-עליכם-יוגנט-געזעלשאַפֿט", אַ קלוב, וואָס האָט אַרויסגעגעבן שריפֿטן און געשאַפֿן אַ יונגע ייִדישיסטישע סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק.
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"פֿון פּאַריז קיין ניו־יאָרק:
From Paris to New York:
די "אידעלזאָן־געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" האָט ווי איר ציל דאָס אויפֿהאַלטן רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק, וועלכע זיי באַטראַכטן ווי "קלאַסישע". למשל, די אַלטע פּלאַטע — "מײַן וועג" — פֿון די "באַרי שוועסטער" האָט די "געזעלשאַפֿט" ווידער אַרויסגעגעבן, ווי אַ "קלאַסיש" קאָמפּאַקטל. אָבער די דאָזיקע רעקאָרדירונג וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגליש־שפּראַכיקע לידער, ווי פֿרענק סינאַטראַס ליד "מײַן וועג", שטעלט מיט זיך פֿאָר, לפֿי דעתּי, די "באַרי שוועסטער"־פּלאַטע מיטן גרעסטן עלעמענט פֿון "קיטש". בײַ אונדז זאָגט מען — "ווי בײַ וועמען": יעדער האָט זײַן אייגענעם געשמאַק. בײַם איבערלייענען די אַנדערע אַרויסגעגעבענע קאָמפּאַקטלעך זייערע ווערט קלאָר, אַז די "אידעלזאָן"־געזעלשאַפֿט האָט דווקא ליב די קאַטעגאָריעס פֿון דער ייִדישער מוזיק, וואָס לאָזן זיך שווער צו דעפֿינירן. די אַנדערע רעקאָרדירונגען אין זייער קאַטאַלאָג נעמען אַרײַן אייניקע פֿון שוואַרצע דזשעז־ און בלוז־שפּילער און זייערע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער און מעלאָדיעס; אָדער פֿון "לאַטײַן"־אַמעריקאַנער מוזיקער, ווי זיי שפּילן ייִדישע לידער מיט אַ "לאַטײַנישן" (דאָס הייסט, דרום־ און צענטראַל־אַמעריקאַנער) ריטעם. דעם האַרבסט האָט די ניו־יאָרקער ייִדישע גאַס גענאָסן פֿון אַ פּאַריזער גאַסט — מילענאַ קאַרטאָווסקי. סײַ אַ זינגערין, סײַ אַן אַקטריסע, רעזשיסאָרין, און שרײַבערין — גלייבט זיך קוים, אַז זי איז אַלט בלויז 23 יאָר. כאָטש יונג, פֿאַרמאָגט זי אָבער גרויסע אַמביציעס; צווישן זיי, אַ טעאַטער־פּראָיעקט מיט צוויי כאַראַקטערן, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין פֿאַרשיידענע לענדער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן — אַ "נײַע ייִדישע אָדיסעע." אין יעדן לאַנד וועט מען זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם אָרט און אין דער פּראָבלעם פֿון אויפֿהאַלטן און אויסדריקן אַן אייגענע ייִדישע אידענטיטעט. בעת אירע דרײַ חדשים אין ניו־יאָרק האָט זי איבערגעלעבט איר אייגענע אָדיסעע. אין פֿרילינג האָבן מיר באַשריבן איר פֿאָרשטעלונג "טשאָלנטגאַנג", וואָס זי האָט אויפֿגעפֿירט אין פּאַריז און דערנאָך בײַם מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני. זײַענדיק אַ געהילף אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם האָט דער דירעקטאָר אַלען בערן איר געעצהט, אַז אויב זי וויל עפּעס שאַפֿן אינעם ייִדישן טעאַטער, זאָל זי פֿאָרן קיין ניו־יאָרק און זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה. איז זי געקומען אין סעפּטעמבער מיט אַ געוויינטלעכער דרײַ־חודשדיקער וויזע און זיך גענומען צו דער אַרבעט. עס קומען אָפֿט אַרויס אין דרוק ביכער וועגן אַלטע ייִדישע מצבֿות אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, אָבער מע וואָלט אויך געקענט אַרויסגעבן אַן אינטערעסאַנטן פֿאָטאָ־אַלבום פֿון אַלטע אַמעריקאַנער ייִדישע מצבֿות. דער אימאַזש פֿון אַן אַלטער מצבֿה האָט אין זיך אַ צוציִענדיקן כּוח וואָס פֿאַרכאַפּט דעם פֿאָרשער, דעם טוריסט און סתּם צוקוקער. איך פֿלעג פֿאָרן אויף אַלטע אינטערעסאַנטע בית־עולמס אין טעקסאַס, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט דאָס שווערע לעבן פֿון די ערשטע ייִדן דאָרטן; ס‘רובֿ פֿון זיי "פּעדלערס". אויף איין מצבֿה אין דער שטאָט אָסטין שטייט פּשוט "יעקבֿ פּאָלאַק — הרוג באוסטון, 1920". עס איז נאָך דעמאָלט געווען דער "ווילדער וועסט" אין יענע מקומות, אַפֿילו אינעם 20סטן יאָרהונדערט. ווער ווייסט, ווי דער דאָזיקער יעקבֿ פּאָלאַק איז נעבעך אומגעקומען? איך שטעל זיך פֿאָר אין אַ "שוט־אַוט", ווי מע זעט אין די האָליוווּד־פֿילמען. אויף אַן אַנדער מצבֿה פֿונעם בית־עולם אינעם שטעטל לולינג, האָט מען געשריבן ענגלישע ווערטער, אָבער מיט ייִדישע אותיות — "באָרן" (געבוירן) "דײַד" (געשטאָרבן); אַ סימן, אַז כאָטש די ערשטע אימיגראַנטן האָבן פֿאַרגעסן לשון־קודש און ייִדיש, האָבן זיי נאָך געדענקט דעם אלף־בית און האָבן געוואָלט אויסדריקן זייער ייִדישקייט דורך די אותיות, אַפֿילו אין אַן אַנדער שפּראַך. מע דאַרף נישט פֿאָרן קיין טעקסאַס אָדער אייראָפּע צו באַזוכן גאָר אינטערעסאַנטע בית־עולמס. ווער סע וויל אויספֿאָרשן אַשכּנזישע ייִדישע נעמען, למשל, וואָלט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אין די ריזיקע "פֿעלדער" פֿון ניו־יאָרק. ווען איך פֿאָר אויף קבֿר־אָבֿות אין עלמאָנט, ניו־יאָרק, לייען איך יעדעס מאָל ייִדישע נעמען וואָס איך האָב פֿריִער נישט געהערט. דעם האַרבסט שטעלט פֿאָר די "צדיק"־מוזיק־פֿירמע פֿון ניו־יאָרק דעם פֿעסטיוואַל פֿון "ראַדיקאַלער ייִדישער קולטור". יעדן מיטוואָך, פֿון סעפּטעמבער ביז סוף דעצעמבער, טרעט אויף אַן אַנדער גרופּע אין דער "6סטע גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער רבֿ איז דער באַקאַנטער קלאַרנעטיסט גרעג וואָל. הרבֿ וואָל שפּילט יאָרן לאַנג אין דער ייִדישער דזשעז־גרופּע "די שפּעטע נבֿיאים", און פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַזוי־גערופֿענער "ראַדיקאַלער ייִדישער מוזיק"־באַוועגונג אין ניו־יאָרק. אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז וואָל געוואָרן ערשט נאָך דעם, ווי ער האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט זײַן ייִדישקייט דורך מוזיק. דעם 1טן מײַ 2006 האָט דער "בונד" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרבעטן דעם יונגן פֿילממאַכער ערן טאָרבינער צו פֿילמירן די "בונד"־פֿײַערונג יענעם טאָג. ער האָט געטראַכט, אַז ער וועט פֿילמירן די אונטערנעמונג און — פֿאַרטיק. אָבער דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט, און פֿון דעם איינעם טאָג, איז אויסגעוואַקסן אַ גאַנצער פֿילם וועגן דעם "בונד" אין ישׂראל, און במילא וועגן ייִדיש אין דעם קרײַז פֿון "אַרבעטער־רינג". אַ קורצער אויסצוג פֿונעם פֿילם קען מען זען אויף "יו־טוב". דער פֿילם הייסט "בונדאים" [בונדיסטן], און עפֿנט זיך מיט אַ סצענע פֿון דער דאָזיקער 1טער מײַ־אונטערנעמונג אינעם לאָקאַל אויף רחובֿ קאַלישער אין תּל־אָבֿיבֿ. דער אַקטיאָר/רעציטאַטאָר מיכאל בן־אַבֿרהם ע״ה, פֿירט דעם פֿאָרזיץ און בעט יעדן, אויפֿצושטיין צו זינגען דעם "אינטערנאַציאָנאַל". דער נאָראַטאָר פֿונעם פֿילם, דער רעזשיסאָר, דערציילט אין דער ערשטער פּערזאָן וועגן זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט די בונדיסטן אין דער גרופּע — "בשעת איך האָב זיך באַקענט מיט זיי, האָב איך געפֿילט, אַז ס׳איז פֿאַר מיר אַ גרויסער זכות — דאָס זענען דאָך די לעצטע חבֿרים פֿון אַ מאַסן־באַוועגונג, וואָס איז אויסגעהרגעט געוואָרן אין אייראָפּע, און אויסגעמיטן געוואָרן אין ישׂראל; אָבער זייערע אידעאַלן לעבן ווײַטער". נאָכן פֿאָרלייענען ווערן מיד די ווערטער אין די ביכער, זיי גאַרן אַ שטילקייט אין שײַן פֿון בליִענדיקע קאַמינען, אין אַ צימער וואָס פֿליסטערט מיט זײַדענער אַנונג. (פֿונעם ליד "לייענענדיק פֿון מײַן בוך") איינער פֿון די צונעמען פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן/העברעיִשן פּאָעט גבֿריאל פּרײַל איז געווען, "דער מלך פֿון ניו־יאָרק"; ער האָט גוט געקענט די שטאָט, און בפֿרט, וווּ עס געפֿינען זיך די קאַפֿע־הײַזער. דאָרטן פֿלעגט ער זיך אָפֿט טרעפֿן מיטן ייִנגערן דור שרײַבער און "יוגנטרופֿניקס" אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. זײַן חוש פֿאַר הומאָר האָט אים אויך באַליבט געמאַכט בײַ אונדז. נישט געקוקט אויף זײַן קינדיש, נאַיִוון אויסערלעכן כאַראַקטער, האָט ער מיט חכמה און וויסן געקענט אַרומרעדן די ייִדישע און וועלט־ליטעראַטור; נישט נאָר געקענט, נאָר געוואָלט שמועסן וועגן דעם. לויטן "לעקסיקאָן", איז גבֿריאל פּרײַל געבוירן געוואָרן אין 1910. אָבער לויט אַן אַנדער מקור — אין אויגוסט, 1911. וועלן מיר די דאָזיקע דאַטע אָננעמען און בײַ דער געלעגנהייט פֿון 100 יאָר נאָך זײַן געבוירן ווערן, אים דערמאָנען. אין די 1980ער יאָרן האָב איך מיט אים געמאַכט אַן אינטערוויו אין זײַן בראָנקסער דירה; אַ וווינונג נישט סתּם אין בראָנקס, נאָר אין דרום־בראָנקס — דעמאָלט אַ "וועלט־באַרימטע" געפֿערלעכע געגנט, וווּ קוים אַ מנין ייִדן האָט נאָך דאָרט געוווינט. אין דער דירה זענען געווען צעוואָרפֿן זײַנע ביכער און פּאַפּירן — אַ כּלל, אַ בחורישער לעבן־שטייגער, און אַ בחור איז ער געבליבן ביז זײַן פּטירה אין 1993. ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט צום סוף פֿון די 1930ער יאָרן האָט ער באַשריבן אַזוי: די פֿישעלעך אין וואַסער, בײַ זיי איז שוין פֿיל בעסער, בײַ זיי איז נישט קיין אונטערשייד, פֿון קלענער ביז צום גרעסער. (אַ ייִדיש פֿאָלקסליד) אַזוי האָט אונדזער שכן אין בראָנקס, צוניע רײַמער, געזוננגען ווען מען איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ אונדז. דעמאָלט האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל בײַ דער סטראָפֿע, ווײַל, אַז בײַ די פֿיש זאָל נישט זײַן "קיין אונטערשייד פֿון קלענער ביז צום גרעסער", איז אַוודאי נישט אמת. דער פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר וואָלפֿגאַנג מידער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דעם פֿאָלקלאָר־מאָטיוו פֿון גרויסע פֿיש וואָס עסן קליינע פֿיש. אָבער אויף אַ מעשׂה — און אַ פֿאָלקסליד — פֿרעגט מען נישט קיין קשיא. פֿיש אין אונדזערע פֿאָלקסלידער באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט, און נישט אַלע מאָל צום גוטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע פֿון אַ דערטרונקענעם חתן, און אין איין סטראָפֿע זינגט זי: אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק האָבן עטלעכע רבנים זיך באַטייליקט אין דעם זאַמלען פֿון פֿאָלקלאָר. הרבֿ יהודה עלזעט־זלאָטניק, דער מחבר פֿונעם פֿיר־בענדיקן "וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" איז געווען איינער פֿון די ערשטע פֿירער פֿון דער פֿרום־ציוניסטישער "מיזרחי"־פּאַרטיי אין פּוילן. זײַן קרובֿ, הרבֿ ישיעה זלאָטניק, האָט אַרויסגעגעבן דעם דרײַ־בענדיקן "חומש־פֿאָלקלאָר", ווי אויך דעם "ימים־טובֿים פֿאָלקלאָר". פֿאַר זיי איז דער עצם געדאַנק פֿון פֿאָלקלאָר נישט געווען קיין אַפּיקורסישער, ווי בײַ אַנדערע רבנים, נאָר אַן אופֿן אַרויסצוהייבן די שענסטע שאַפֿונגען פֿונעם פֿאָלק. די זלאָטניק רבנים האָבן געזאַמלט און געשריבן, דער עיקר, צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אָבער מיט אַ דור צי צוויי פֿאַר זיי, האָט אַן אַנדער רבֿ — אַ ראַבינער — זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַרבעט צונויפֿצוזאַמלען וויצן, ווערטלעך און מעשׂיות אויף ייִדיש. שלום־זיסל ביילין איז געבוירן געוואָרן אין 1857 אין נאַוואָרעדאָק, ווײַסרוסלאַנד, אין אַ סוחרישער משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ "רעאַל"־שול. פֿון 1891 ביז 1901 איז ער געווען דער ראַבינער אין ראָהאַטשאָוו, און דערנאָך 20 יאָר דער ראַבינער אין ווײַטן אירקוטסק. אין 1921 האָט ער זיך פּענסיאָנירט כּדי אײַנצוסדרן זײַנע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען. |