|
דזשאַן זאָרן |
|
דעם האַרבסט שטעלט פֿאָר די "צדיק"־מוזיק־פֿירמע פֿון ניו־יאָרק דעם פֿעסטיוואַל פֿון "ראַדיקאַלער ייִדישער קולטור". יעדן מיטוואָך, פֿון סעפּטעמבער ביז סוף דעצעמבער, טרעט אויף אַן אַנדער גרופּע אין דער "6סטע גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער רבֿ איז דער באַקאַנטער קלאַרנעטיסט גרעג וואָל. הרבֿ וואָל שפּילט יאָרן לאַנג אין דער ייִדישער דזשעז־גרופּע "די שפּעטע נבֿיאים", און פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַזוי־גערופֿענער "ראַדיקאַלער ייִדישער מוזיק"־באַוועגונג אין ניו־יאָרק. אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז וואָל געוואָרן ערשט נאָך דעם, ווי ער האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט זײַן ייִדישקייט דורך מוזיק.
אין תּוך שטעלט מיט זיך פֿאָר די "ראַדיקאַלע ייִדישע מוזיק" אַ ברייטע נעץ פֿון אַוואַנגאַרדישע און עקספּערימענטאַלע מינים מוזיק. אין 1995, ווען די "צדיק"־מוזיק־פֿירמע איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם סאַקסאָפֿאָניסט דזשאַן זאָרן, האָבן די ייִדישע מוזיקער אין ניו־יאָרק, וועלכע האָבן זיך געפֿילט "מחוץ למחמה", זיך צוזאַמענגעקליבן אַרום איר. "צדיק" האָט במשך פֿון 16 יאָר אַרויסגעגעבן הונדערטער קאָמפּאַקטלעך, אַרײַנגערעכנט אַ סך קלעזמער־ אָדער קלעזמער־אינספּירירטע רעקאָרדירונגען, און עטלעכע מיט ייִדיש געזאַנג, ווי למשל, בתיה שעכטערס פּראָיעקט פֿון הרבֿ אַבֿרהם העשעלס ייִדישער פּאָעזיע, וואָס מיר האָבן אָקאָרשט רעצענזירט. הײַנט רעדט מען נישט נאָר וועגן ראַדיקאַלער ייִדישער מוזיק, נאָר אויך ראַדיקאַלער ייִדישער קולטור. אָבער דאָס וואָרט "ראַדיקאַל", אין דעם זינען, באַטײַט גיכער "עקספּערימענטאַל", אָדער "נאָוואַטאָריש" און טראָגט נישט קיין פּאָליטישן כאַראַקטער.
אַז אַ רעקאָרדיר־פֿירמע זאָל האָבן אַזאַ השפּעה אויף קולטור, קומט זעלטן פֿאָר. אַז אַ רעקאָרדיר־פֿירמע זאָל בכלל הײַנט עקזיסטירן אין אַזאַ דיגיטאַלער צײַט, איז גאָר נישט קיין לײַכטע זאַך. דעם זומער האָט איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע מוזיק־פֿירמעס "דזשיי־דאָב" [J-Dub] אַרויסגעלאָזט איר לעצט קאָמפּאַקטל. דאָס האָט באַצייכנט אַ טרויעריקע אַנטוויקלונג אין דער ייִדישער יוגנט־קולטור פֿון אַמעריקע וואָס די קריטיקער פּרוּוון נאָך אַלץ אַנאַליזירן און פֿאַרשטיין. די פֿירמע איז לאַנצירט געוואָרן אין 2002 מיט אַ רעש און געפּילדער, עלעהיי זי וועט ראַטעווען די ייִדישע מוזיק. צום גרויסן טייל האָט "דזשיי־דאָב" געקראַכט, ווײַל די מוזיק־אינדוסטריע בכלל צעפֿאַלט זיך. די יוגנט ווערט צוגעוווינט בלויז צו קויפֿן מוזיק־"פֿײַלס", וואָס זיי קויפֿן פֿון אַ וועבזײַטל — ווער דאַרף הײַנט קאָמפּאַקטלעך? די גאַנצע קלאַנג־אינדוסטריע ווערט איצט געצילט אין דער ריכטונג: מע האָט שוין אינטערנעץ־קראָמען, וווּ מע קען קויפֿן בלויז אַ ליד אָדער צוויי. דער דור וואָס וואַקסט איצט אונטער, וועט וויסן נאָר פֿון אַזוינע "אינטערנעץ־קראָמען" און די וואָס אַרבעטן אין דער מוזיק־אינדוסטריע, ווי אויך די מוזיקער אַליין, ציטערן פֿאַרן מאָרגן פֿון זייער "סחורה".
"דזשיי־דאָב", אַ נישט־פּראָפֿיטע אָרגאַניזאַציע, האָט נישט געקענט געפֿינען קיין נײַע רעסורסן פֿאַר פֿאָנדן נאָך עטלעכע יאָר, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע האָבן באַזוכט זײַן וועבזײַט. "דזשיי־דאָב" האָט זיכער פֿאַרברייטערט די אַלגעמיינע השׂגה פֿון וואָס עס באַשטייט ייִדישע מוזיק, אָבער אין אַ פּאָפּולערן זינען, נישט אין אַן עקספּערימענטאַלישן, ווי בײַ "צדיק". בײַם אָנהייב פֿון איר געשיכטע האָט "דזשיי־דאָב" אַרויסגעגעבן אַ "היט" — די ערשטע רעקאָרדירונג פֿונעם זינגער "מתּתיהו" אין 2004. מתּתיהו, אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד מיט אַ יאַרמולקע און ציצות, וועלכער שרײַבט לידער אויף ענגליש און פֿילט אָן גרויסע זאַלן מיט ייִדישע און נישט־ייִדישע יונגע־לײַט. אין 2006 האָט מתּתיהו פֿאָרלאָזט "דזשיי־דאָב", אָבער די פֿירמע האָט ווײַטער געשטיצט אינטערעסאַנטע גרופּעס ווי "גולם" (פּאָנק־ייִדיש־קלעזמער), "סוויי־מאַשינערן" (אַוואַנגאַרדישע חזנות) און "דעלעאָן" (ספֿרדישער ראָק־און־ראָל).
אין פֿאַרגלײַך מיט "דזשיי־דאָב", האָט "צדיק" אַ גאַנץ אַנדער צוגאַנג צו דער פּראָדוקציע און פֿאַרשפּרייטונג פֿון ייִדישער מוזיק. דער גרינדער דזשאַן זאָרן איז אָנערקענט, ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע דזשעז־שפּילערס און דזשעז־קאָמפּאָזיטאָרן. ער האָט אַפֿילו געוווּנען דעם "זשעני"־פּריז פֿון דער "מאַקאַרטער־פֿונדאַציע". די רעקאָרדירונגען וואָס "צדיק" גיט אַרויס, קלינגען מער דזשעזיש און קלעזמעריש ווי בײַ "דזשיי־דאָב"; און להיפּוך צו "דזשיי־דאָב", איז נישט געווען וויכטיק, צי דאָס קאָמפּאַקטל וועט זיך גוט פֿאַרקויפֿן. קינסטלער ווערן צוגעצויגן צו "צדיק" נישט אַזוי צוליב די געלטער (זאָרן גיט זיי נאָר אַ פּאָר טויזנט דאָלער פֿאַר דער סטודיאָ־צײַט, און זאָגט זיי "לאָמיר זען, וואָס איר קענט טאָן מיט דער סומע"), נאָר צוליב דעם, וואָס די "צדיק"־קאָמפּאַקטלעך קען מען קויפֿן איבער דער גאַנצער וועלט. ביז אַהער איז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון די קאָמפּאַקטלעך, געווען כּמעט אַזוי וויכטיק פֿאַרן מוזיקער, ווי די מוזיק גופֿא. אָבער איצט שליסן זיך די גרויסע מזויק־געשעפֿטן, ווי "טאַוער", צוליב דער אינטערנעץ. דאָס הייסט, אַז דער געדאַנק פֿון פֿאַרשפּרייטונג און פֿאַרקויפֿן האָט זיך אין גאַנצן געביטן אין דער מוזיק־וועלט.
מע קען הערן פֿאַרשיידענע סינטעזן פֿון מוזיק בײַ "צדיק". למשל, יאָסי פֿרוכטערס גרופּע "פּיטום", שפּילט "האַרטע, מעטאַלענע" ראָק־מוזיק. ווי אַ יונגער פֿרומער בחור אין די קאָנסערוואַטיווע דרום־שטאַטן, האָט פֿרוכטער געהערט זאָרנס מוזיק און איז צוגעצויגן געוואָרן צו זײַן אומאָפּהענגיקייט. ער איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער "ראַדיקאַלער ייִדישער מוזיק"־סבֿיבֿה. דער באַקאַנטער קלעזמער־טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן האָט פֿונעם אָנהייב פֿון "צדיק" זיך באַטייליקט אין דער "ראַדיקאַלער" באַוועגונג. לאָנדאָן שפּילט סײַ ווילדע דזשעז־מוזיק, סײַ זײַנע אייגענע קאָמפּאָזיציעס צו ייִדישע טעקסטן. צוזאַמען מיט לאָרין סקלאַמבערג האָבן זיי אַרויסגעגעבן "צוקער זיס", אַ זאַמלונג ייִדישע יום־טובֿדיקע לידער פֿון דער חסידישער וועלט (די רעקאָרדירונג האָבן מיר אויך רעצענזירט אין אונדזער רובריק). נו, אַז חסידישע לידער קען מען באַטראַכטן ווי "ראַדיקאַל", פֿאַרשטייט מען שוין, אַז זאָרן זוכט פֿאַר זײַן פֿירמע פּשוט פּראָיעקטן, וואָס ברענגען עפּעס נײַעס צו דער ייִדישער מוזיק־וועלט.
דזשאַן זאָרן איז דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון אַלע רעקאָרדירונגען אויף "צדיק", און ער שפּילט קלאַרנעט און סאַקסאָפֿאָן אין מער ווי הונדערט פֿון זיי. להיפּוך צו אַלע פּעסימיסטישע נבֿיאותן לגבי אַזוינע קליינע מוזיק־פֿירמעס, בליט זײַן "צדיק", וואָס האָט זיך קונה־שם געמאַכט, ווי דער צענטער פֿון אַ ייִדישער קולטור וואָס גייט קעגן שטראָם.