אַ סצענע פֿונעם נײַעם פֿילם "בונדיסטן": מיכאיל בן־אַבֿרהם בײַם יום־טובֿ לכּבֿוד דעם 1טן מײַ בײַם "בונד" אין ישראל, 2006 |
דעם 1טן מײַ 2006 האָט דער "בונד" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרבעטן דעם יונגן פֿילממאַכער ערן טאָרבינער צו פֿילמירן די "בונד"־פֿײַערונג יענעם טאָג. ער האָט געטראַכט, אַז ער וועט פֿילמירן די אונטערנעמונג און — פֿאַרטיק. אָבער דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט, און פֿון דעם איינעם טאָג, איז אויסגעוואַקסן אַ גאַנצער פֿילם וועגן דעם "בונד" אין ישׂראל, און במילא וועגן ייִדיש אין דעם קרײַז פֿון "אַרבעטער־רינג".
אַ קורצער אויסצוג פֿונעם פֿילם קען מען זען אויף "יו־טוב". דער פֿילם הייסט "בונדאים" [בונדיסטן], און עפֿנט זיך מיט אַ סצענע פֿון דער דאָזיקער 1טער מײַ־אונטערנעמונג אינעם לאָקאַל אויף רחובֿ קאַלישער אין תּל־אָבֿיבֿ. דער אַקטיאָר/רעציטאַטאָר מיכאל בן־אַבֿרהם ע״ה, פֿירט דעם פֿאָרזיץ און בעט יעדן, אויפֿצושטיין צו זינגען דעם "אינטערנאַציאָנאַל". דער נאָראַטאָר פֿונעם פֿילם, דער רעזשיסאָר, דערציילט אין דער ערשטער פּערזאָן וועגן זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט די בונדיסטן אין דער גרופּע — "בשעת איך האָב זיך באַקענט מיט זיי, האָב איך געפֿילט, אַז ס׳איז פֿאַר מיר אַ גרויסער זכות — דאָס זענען דאָך די לעצטע חבֿרים פֿון אַ מאַסן־באַוועגונג, וואָס איז אויסגעהרגעט געוואָרן אין אייראָפּע, און אויסגעמיטן געוואָרן אין ישׂראל; אָבער זייערע אידעאַלן לעבן ווײַטער".
יוסף פֿרײַנד, דער סעקרעטאַר פֿון דער בונד־אָרגאַניזעציע, הייבט אָן צו דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿונעם "בונד" אין ישׂראל, און טאָרבינער דערציילט ווײַטער, ניצנדיק די כּלערליי פּאָרטרעטן־פֿאָטאָגראַפֿיעס אינעם ביוראָ. יצחק לודען, רעדאַקטאָר פֿונעם חודשלעכן בונדישן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן", נעמט אָנטייל אינעם פֿילם, און גיט צו פֿאַרשטיין דעם יונגן ישׂראלדיקן רעזשיסאָר וועגן די באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער בונדישער געשיכטע. דער בונדיסט יעקבֿ בעלעק דערציילט וועגן דער פֿאַרשפּרייטער געזעלשאַפֿטלכער און קולטור־אַרבעט פֿונעם "בונד" אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה — שולן, ספּאָרט, סקאַוט־קלובן — וועלכע האָבן געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען "אַ נײַעם מענטש". אין אַ רירנדיקער סצענע, רעדט מיכאל בן־אַבֿרהם בײַ דעם "1טן מײַ"־יום־טובֿ וועגן דעם עקאָנאָמישן אומיושר אין דער מדינה; אין זײַן קריטיק פֿון דער הײַנטיקער ישׂראל־געזעלשאַפֿט הייבט ער אַרויס די בונדישע אידעאַלן, וועלכע זענען נאָך אַקטועל אין 2011 — "דעריבער האָט דער ערשטער מײַ, דער קאַמף פֿאַר סאָציאַליזם, די זעלבע באַדײַטונג, ווי זי האָט געהאַט מיט הונדערט יאָר צוריק".
מע קען באַשטעלן דעם פֿילם, וואָס איז 50 מינוט לאַנג, בײַם רעזשיסאָר, ערן טאָרבינער. שרײַבט צו אים דורך דער אינטערנעץ:
אַגבֿ איז דאָס נישט דער ערשטער פֿילם וועגן דעם "בונד" אין ישׂראל. אין 1989 האָבן צוויי דײַטשע פֿילממאַכער, הענריק בראָדער און פֿראַנס וואַן דער מולען, אַרויסגעגעבן "זאָל זײַן" — אַ צוויי־שעהדיקן פֿילם וועגן ייִדיש אין ישׂראל. זיי האָבן פֿילמירט סײַ די חסידישע וועלט אין דער מדינה, סײַ די בונדישע. דעם פֿילם קען מען באַשטעלן בײַם National Center for Jewish Film.