אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק האָבן עטלעכע רבנים זיך באַטייליקט אין דעם זאַמלען פֿון פֿאָלקלאָר. הרבֿ יהודה עלזעט־זלאָטניק, דער מחבר פֿונעם פֿיר־בענדיקן "וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" איז געווען איינער פֿון די ערשטע פֿירער פֿון דער פֿרום־ציוניסטישער "מיזרחי"־פּאַרטיי אין פּוילן. זײַן קרובֿ, הרבֿ ישיעה זלאָטניק, האָט אַרויסגעגעבן דעם דרײַ־בענדיקן "חומש־פֿאָלקלאָר", ווי אויך דעם "ימים־טובֿים פֿאָלקלאָר". פֿאַר זיי איז דער עצם געדאַנק פֿון פֿאָלקלאָר נישט געווען קיין אַפּיקורסישער, ווי בײַ אַנדערע רבנים, נאָר אַן אופֿן אַרויסצוהייבן די שענסטע שאַפֿונגען פֿונעם פֿאָלק.
די זלאָטניק רבנים האָבן געזאַמלט און געשריבן, דער עיקר, צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אָבער מיט אַ דור צי צוויי פֿאַר זיי, האָט אַן אַנדער רבֿ — אַ ראַבינער — זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַרבעט צונויפֿצוזאַמלען וויצן, ווערטלעך און מעשׂיות אויף ייִדיש. שלום־זיסל ביילין איז געבוירן געוואָרן אין 1857 אין נאַוואָרעדאָק, ווײַסרוסלאַנד, אין אַ סוחרישער משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ "רעאַל"־שול. פֿון 1891 ביז 1901 איז ער געווען דער ראַבינער אין ראָהאַטשאָוו, און דערנאָך 20 יאָר דער ראַבינער אין ווײַטן אירקוטסק. אין 1921 האָט ער זיך פּענסיאָנירט כּדי אײַנצוסדרן זײַנע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען.
לויט ביילין, האָט ער אָנגעהויבן זאַמלען ייִדישן פֿאָלקלאָר אין 1884, און די ערשטע אַרבעטן האָט ער געדרוקט אויף ייִדיש און אויף דײַטש. ער האָט פֿאַרשריבן, ווי מע זאָגט, דירעקט "פֿונעם פֿאָלקס מויל", און נישט פֿון דער ליטעראַטור ווי עלזעט האָט געטאָן. אין זײַן נײַ בוך וועגן "ייִדישער עפֿנטלעכער קולטור אין דער לעצטער תּקופֿה פֿונעם רוסישן צאַר", שרײַבט פּראָפֿ׳ דזשעפֿרי ווײַדלינגער מכּוח ביילין און זײַנע ערשטע געדרוקטע אַרבעטן אין דער רוסישער "יעוורייסקאַיאַ סטאַרינאַ" (ייִדישע אַלטצײַט). די רעטענישן וואָס ביילין האָט געדענקט פֿון די 1860ער יאָרן אין חדר האָט ער אָפּגעדרוקט דאָרטן אין 1909. לויט אים האָבן די רעטענישן פֿאַרשטאַרקט דעם קינדס מוח. די אַנדערע אינפֿאָרמאַנטן פֿאַר זײַנע זאַמלונגען האָט ער געפֿונען אין דער סינאַגאָגע, וווּ ער איז געווען דער רבֿ. ביילין האָט בפֿירוש געוואָלט באַווײַזן דורך זײַנע מאַטעריאַלן סײַ דעם אויסערגעוויינטלעכן כאַראַקטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, סײַ אַנטפּלעקן די אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע וואָס מע קען נאָר געפֿינען אין פֿאָלקלאָר: אַנעקדאָטן וואָס אַמאָליקע קאַנטאָניסטן־סאָלדאַטן האָבן דערציילט, למשל.
מע דאַרף צוגעבן, אַז ביילין האָט נישט "סתּם" געזאַמלט, נאָר זיך אַרײַנגעטראַכט און אַנאַליזירט די מאַטעריאַלן וואָס ער האָט אָנגעזאַמלט. ער האָט, למשל, זיך אינטערעסירט, ווי די אַגדות פֿון תּלמוד האָבן משפּיע געווען אויף דעם וועלט־פֿאָלקלאָר און, פֿאַרקערט, ווי די ייִדן האָבן אָנגענומען לעגענדעס פֿון דער גאַנצער וועלט און זיי פֿאַרייִדישט.
ער האָט אָפֿט אַרײַנגעשיקט מאַטעריאַלן, בפֿרט ייִדישע ווערטלעך און אויסדרוקן, צו דעם איינציקן ייִדישן פֿאָלקלאָר־זשורנאַל פֿון זײַן צײַט, דער דײַטשער "מיטטיילונגען פֿון ייִדישן פֿאָלקסקונדע", אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד״ר מאַקס גרונוואַלד (אויך אַ רבֿ/ראַבינער). אין איין זאַמלונג וואָס ער האָט אַרײַנגעשיקט פֿון ראָהאַטשעף, ווײַסרוסלאַנד, אין 1900, געפֿינט מען אַן אוצר פֿון ליטוויש־ייִדישן פֿאָלקלאָר. צווישן זיי:
די צייכענונג האָט באַגלייט די וויציקע מעשׂיות, ווען זיי זענען צום ערשטן מאָל דערשינען אין "סאָוועטיש היימלאַנד" |
"זיבן יאָר האָט אַ דײַטש גערייכערט אַ ליולקע, און אויפֿן אַכטן יאָר האָט ער באַמערקט, אַז דער ציבוק איז אָן אַ לעכל". [מאַכט חוזק פֿון די פּרעטענזיעס פֿון די משׂכּילים?]
"ער קלאָגט אויפֿן חורבן"
"דריי מיר ניט אַ קאַפּטוך (אָדער "אַ היטל" אָדער "אַ יאַרמולקע").
"דער אייבערשטער שפּײַזט אַפֿילו אַ וואָרעם אונטערן שטיין"
"עלטערן האָבן גלעזערנע אויגן"
"ער האָט געטראָפֿן, ווי אַ בלינדער פֿערד אין גרוב אַרײַן"
"אָן געלט איז קיין וועלט"
"גערעכט ביסטו, אָדער שמײַסן קומט דיר"
"ס׳טרעפֿט וועמען אַ גליק, וועמען אַ שטריק".
ביילינס ביבליאָגראַפֿיע איז אַ גרויסע, און נעמט בפֿרט אַרײַן פֿאַלקלאָר וועגן דער לומדישער וועלט. אין 1928 האָט ער זיך באַזעצט אין מאָסקווע, און נישט געקוקט אויף זײַן אַמאָליקער ראַבינער־פּאָזיציע און לומדישע אינטערעסן, האָט ער ווײַטער געדרוקט זײַנע מאַטעריאַלן אין די סאָוועטיש־ייִדישע פּובליקאַציעס ווי "שריפֿטן" און "צײַטשריפֿט". אין די 1980ער יאָרן האָט "סאָוועטיש היימלאַנד" געדרוקט זײַנע "פֿאָלקסטימלעכע קאַטאָוועסן און וויציקע מעשׂיות", וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין מאַנוסקריפּט. אין ייִוואָ־אַרכיוו געפֿינען זיך אויך נישט־געדרוקטע מאַטעריאַלן זײַנע. עטלעכע מוסטערן פֿון זײַנע געזאַמלטע וויציקע מעשׂיות; די ווײַטערדיקע האָט ביילין פֿאַרשריבן אין 1886.
דאָס מזל פֿון אַן אָרעמאַן
אַן אָרעמאַן פֿלעגט באַקומען פֿון אַ באַלעבאָס אַלע פֿרײַטיק אַ קאָפּיקע. האָט דער אָרעמאַן געבעטן דעם באַלעבאָס, ער זאָל אים אַרויסגעבן פֿאָרויס פֿאַרן גאַנצן יאָר, בכדי צו פֿאַרשפּאַרן די טירחה צו גיין אַלע פֿרײַטיק. פֿרעגט אים דער באַלעבאָס:
"און טאָמער שטאַרבסטו פֿאַרן יאָר?
ענטפֿערט אים דער אָרעמאַן: "נו, וועט דאָס זײַן מײַן מזל".
דרײַ ברירות
אַן אָרעמער ייִד איז אָפּגעשטאַנען אין אַן אַכסניה עטלעכע וואָכן. סוף־כּל־סוף האָט ער ניט געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן. דער באַלעבאָס איז צו אים שטאַרק צוגעשטאַנען, ער זאָל אים אָפּצאָלן, וואָס עס קומט אים. "גוט" זאָגט דער אורח, "איר האָט אײַך גאַנצע דרײַ ברירות, און טוט אײַך, ווי איר פֿאַרשטייט. אָדער שענקט מיר אין גאַנצן דעם חובֿ, אָדער איך וועל גיין אין דער שטאָט איבער די הײַזער, צונויפֿקלײַבן עטלעכע רובל נדבֿות און אײַך אָפּצאָלן. וועט איר דאָך מסתּמא מורא האָבן מיך אָפּצולאָזן, טאָמער וועל איך פֿון דאַנען אַנטלויפֿן? האָט איר די צווייטע ברירה — גיין מיט מיר צוזאַמען איבער די הײַזער. נאָר אפֿשר שטייט אײַך ניט אָן צו גיין מיט מיר, מיט אַ קבצן, האָט איר דאַן אַ דריטע ברירה — גייט זיך אַליין געזונטערהייט איבער די הײַזער!"