ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

אין איר נײַ קאָמפּאַקטל "וווּנדערוועג" זינגט די ישׂראלדיקע זינגערין וויראַ לאָזינסקי צען אָריגינעלע לידער אָנגעשריבן פֿון איר טאַטן, דעם פּאָעט, דראַמאַטורג און פּראָזע־שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַום. פֿאַר כּמעט אַלע לידער האָט ער געשאַפֿן סײַ דעם טעקסט, סײַ די מוזיק. לאָזינסקי איז, אין אַ רעלאַטיוו קורצער צײַט, באַקאַנט געוואָרן ווי איינע פֿון די פֿײַנסטע זינגערינס הײַנט אין דער ייִדיש־וועלט. איר שטאַרק, אָבער בייגעוודיק, קול און קלאָרער אַרויסרעד פֿון דער ייִדישער שפּראַך האָבן זי אַוועקגעשטעלט אויף אַ הויכער מדרגה וואָס נאָר געציילטע אַנדערע ייִדישע זינגער קענען הײַנט דערגרייכן.
זי האָט עולה געווען פֿון בעלץ, בעסעראַביע, צו 16 יאָר, און האָט גראַדויִרט מיט אַ דיפּלאָם אין מוזיקאָלאָגיע און ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם "בר־אילן־אוניווערסיטעט". אין 2002 האָט זי אָנגעהויבן צו שטודירן מיט דער מײַסטער־זינגערין נחמה ליפֿשיץ, און די רעזולטאַטן פֿון דער געראָטענער צוזאַמענאַרבעט האָט מען שוין געהערט אין לאָזינסקיס ערשטער רעקאָרדירונג "ווײַסע שטערן", וואָס מיר האָבן געלויבט אין "פֿאָרווערטס", ווען זי איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר צוריק.
אין איר אַרײַנפֿיר צום ביכל אינעם קאָמפּאַקטל, שרײַבט די זינגערין, אַז "איך בין גאָר פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿאַרבינדונג צווישן מאָדערנע ייִדישע לידער און פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע סטילן. דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿלעגט תּמיד אײַנזאַפּן די קולטורן פֿון די פֿעלקער אַרום זיי, און, פֿאַרקערט — די השפּעה איז געווען אַ קעגנזײַטיקע". ווען מע הערט זיך צו צו די לידער, פֿאַרשטייט מען שוין מער פּינקטלעך, פֿאַר וואָס זי האָט דאָס אָנגעשריבן. די מעלאָדיעס, די ווערטער און די אַראַנזשירונגען זענען לויטן נוסח פֿון רומענישער און ציגײַנערישער פֿאָלקמוזיק. צו מאָל וואָלט מען געקענט אַפֿילו מיינען, אַז דאָס גאַנצע קאָמפּאַקטל באַשטייט פֿון איבערגעזעצטע לידער, פֿון רומעניש אויף ייִדיש; אָבער ניין, שוין גיכער שפּיגלען אָפּ די לידער די ליבשאַפֿט צו, און טיפֿע וואָרצלען אין דער רומענישער און ציגײַנערישער קולטור מצד פֿעלזענבאַום.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

צווישן די אויפֿטוען פֿון די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין ישׂראל קען מען אויסרעכענען דעם ריזיקן "ישׂראל־פֿאָלקס-מעשׂה־אַרכיוו" אין חיפֿה, די וואָגיקע בענד "מחקרי המרכז לחקר הפֿולקלור", דעם פּאָפּולערן זשורנאַל "ידע-עם" הײַנט רעדאַקטירט פֿון יצחק גנוז (גאַנוז), און די בענד "רשימות", לכתּחילה רעדאַקטירט פֿון ח. נ. ביאַליק, י. ראַווניצקי און אַלתּר דרויאַנעוו אין אָדעס, וואָס זענען שפּעטער אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין ישׂראל.
די וויכטיקע שטודיעס פֿון די פֿאָלקלאָריסטן אין דער מדינה נעמען אַרײַן כּלערליי טעמעס, סײַ געאָגראַפֿישע, סײַ היסטאָרישע. וואָס שייך אונדזער אַשכּנזישן פֿאָלקלאָר, דאַרף מען קודם־כּל דערמאָנען דבֿ נוי, דעם פּאַטריאַרך פֿון די אָרטיקע פֿאָלקלאָריסטן; אָבער וועגן אים און זײַן וויכטיקער אַרבעט האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל געשריבן. מע דאַרף דערמאָנען די היסטאָריש־ליטעראַרישע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ שׂרה צפֿתמאַן, וועלכע האָט באַטראַכט די אַנטוויקלונג פֿון די געדרוקטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות. ד״ר גילה פֿלאַם האָט אין איר פּיאָנערישער אַרבעט געזאַמלט די חורבן־לידער פֿון לאָדזש.
פּראָפֿ׳ חיה בר־יצחק פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט בײַ די פֿאָלקלאָריסטן אין ישׂראל און פֿאָרשט אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, דער עיקר, מיט אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן שײַכות. זי פֿירט אָן מיט דער פֿאָלקלאָר־פּראָגראַם בײַם חיפֿער אוניווערסיטעט און איז די פֿאָרזיצערין פֿונעם אָפּטייל פֿון העברעיִשער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין חיפֿה. אויף ענגליש האָט זי מחבר געווען אַ גאָר אינטערעסאַנטע שטודיע וועגן די לעגענדעס פֿונעם ייִדישן בראשית אין פּוילן; אַן אַנדער בוך פֿאַרנעמט זיך מיט די ישׂראלדיקע פֿאָלקס־נאַראַטיוון פֿאַרשריבן בײַ די אימיגראַנטן פֿון די כּלערליי עדות אין ישׂראל. זי קען גוט פּויליש, ייִדיש און עבֿרית.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

שיינע־רחל (דזשודיט) כּהן
די גרעסטע מוזיקאַלישע שׂימחה פֿונעם יאָר אין ניו־יאָרק, לויט מײַן מיינונג, קומט פֿאָר בעת דעם סוף־וואָך פֿון מאַרטין לוטער־קינג־טאָג אין מיטן יאַנואַר. די אונטערנעמונג הייסט "דער גאָלדענער פֿעסטיוואַל": צענדליקער מוזיקאַלישע גרופּעס מיטן טראָפּ אויף באַלקאַנישער מוזיק, ווערן פֿאַרבעטן פֿון גאַנץ אַמעריקע אויפֿצוטרעטן. אין פֿיר זאַלן שפּילט מען און מע טאַנצט, און מע הוליעט ביז צוויי אַ זייגער בײַ נאַכט.
שוין 14 יאָר וואָס איך גיי אויף דעם פֿעסטיוואַל. אין אָנהייב איז דאָס געווען געצילט בלויז אויף דער קליינער באַלקאַנישער מוזיק־וועלט, און מע פֿלעג דינגען פֿאַרן פֿעסטיוואַל, אויף איין נאַכט, אַ קאַטוילישע שול אין וואַשינגטאָן־הײַטס. אָבער פֿאַר אַ יאָרן האָט מען ריזיקירט און געדונגען אַ טײַערן, געראַמען היסטאָריש־אַלטן בנין אין ברוקלין און ס׳האָט זיך אויסגעצאָלט.
דרײַ יאָר נאָך אַנאַנד האָב איך אָרגאַניזירט אַ "זינגערײַ"־סעסיע בײַם פֿעסטיוואַל מיט אַזוינע ייִדישע זינגערס ווי דזשאַש וואַלעצקי, עטל ריים, קאַראָל פֿרימאַן, פּערל טייטלבוים, ביילע גאָטעסמאַן, אָבער מע האָט די סעסיע נישט אָנגענומען דאָס יאָר. די טענה איז געווען, וואָס מע וויל בײַטן די פּראָגראַם און הערן אַנדערע מינים מוזיק. אַ ביסל באַליידיקט, בין איך סײַ־ווי־סײַ געפֿאָרן אויפֿן פֿעסטיוואַל, ווײַל אַזוי גוט פֿאַרברענג איך זעלטן.
פֿאַר וואָס שרײַב איך בכלל וועגן דעם פֿעסטיוואַל? קודם־כּל, האָבן עטלעכע גרופּעס יאָ געשפּילט אָדער געזונגען די מוזיק פֿון ייִדן, אָבער נישט אַשכּנזיש־ייִדישע מוזיק. די גרופּע "דודס האַרף", למשל, האָט געשפּילט אַן עלעקטרישע ספֿרדיש־ייִדישע מוזיק. אַ קאַפּעליע פֿון פּיטסבורג "איסטערן וואָטערשעד קלעזמער קוואַרטעט", אַ גרופּע וואָס איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס, איז אויפֿגעטראָטן, און האָט אויסגענומען בײַם עולם, כאָטש אויף מיר האָבן זיי נישט געמאַכט קיין געוואַלדיקן רושם. אַ דואָ־גרופּע "איסראַ־אייליען" איז באַשטאַנען פֿון צוויי יונגע ישׂראלים מיט צוויי גיטאַרעס, וועלכע האָבן געשפּילט אָריגינעלע אַראַנזשירונגען פֿון באַלקאַנישע און מיטל־מיזרחדיקע מעלאָדיעס.


מיט די אויגן אויף דער וועלט:
אַ טאָגבוך פֿון טערקײַ
די פּראָגראַם פֿירט איציק גאָטעסמאַן

Eyes On The World:
Turkey Travelogue
A program hosted by Itzik Gottesman

געזעלשאַפֿט

בעת דער זיצונג פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג" אין דער "יו־ען", ניו־יאָרק
דעם 27סטן יאַנואַר 1945 האָבן די רוסישע סאָלדאַטן באַפֿרײַט די לאַגערן פֿון אוישוויץ און בירקענאַו, און אין 2005 האָט די "יו־ען" באַשטימט דעם טאָג ווי "דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג צו געדענקען דעם חורבן". די קערפּערשאַפֿט האָט אויך געבעטן, אַז יעדעס לאַנד וואָס איז אַ מיטגליד פֿון דער "יו־ען", זאָל דעם טאָג אָפּמערקן, אויף וואָס פֿאַר אַן אופֿן עס זאָל נישט זײַן, און אַנטוויקלען דערציִונג־פּראָגראַמען קעגן ווײַטערדיקן גענאָציד. דאָס יאָר האָט די "יו־ען" דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע חורבן־פּראָגראַמען.
הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם טאָג געווען — "די קינדער אין דעם חורבן". דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", באַן קי־מון האָט גערעדט וועגן די אַנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער, וועלכע זענען אומגעקומען; מע קען הערן זײַנע רייד אויף דער "יו־ען"־וועבזײַט. אין שײַכות מיט דער טעמע, האָט די "יו־ען" אָפּגעדרוקט אַ ביכל, וואָס זאָל באַגלייטן דעם פֿילם "דער לעצטער פֿלי פֿון פּעטער גינז", אַ נײַער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם לעבן און קונסטווערק פֿון פּעטער גינז, אַ ייִדיש ייִנגל פֿון פּראָג, וועלכער איז אומגעקומען אינעם חורבן. די אַנדערע "יו־ען"־אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער מוזיק פֿון די קינדער אינעם לאַגער טערעזין.
ווען מע קומט אַרײַן אויפֿן גרויסן שטח פֿון דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק גייט מען פֿאַרבײַ אַ רירנדיקע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם לאָדזשער געטאָ. די אויסשטעלונג "דאָס פּנים פֿון געטאָ: בילדער פֿון ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן אין דער לאָדזשער געטאָ 1940—1944" איז צוזאַמענגעשטעלט געוואָרן פֿון 27 נײַ־אַנטדעקטע פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון דער געטאָ. די בילדער האָבן געפֿונען די צוויי פֿאָרשער אינגאָ לוס און ד״ר טאָמאַס לוץ אינעם נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין לאָדזש.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


אויב איר האָט נאָך נישט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז נישט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זענען נישט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך נישט איבערשרעקן בײַם ערשטן בליק פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, און ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר וועט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן.
אין אונדזער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט, וווּ די מעגלעכקייטן זיך אויסצולעבן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה ווערט אַלץ שווערער, זענען די זומער־קורסן געוואָרן אַ מין אָאַזיס פֿון ייִדיש. אויב מע וויל נאָר, קען מען רעדן ייִדיש וואָכן לאַנג מיט די לערערס און אַנדערע סטודענטן, און נאָר אַזוי קען מען באמת זיך פֿאַרבעסערן אין דער שפּראַך. כאָטש אַ וואַקסנדיקער טייל סטודענטן וויל, דער עיקר, זיך אויסלערנען נאָר צו לייענען ייִדיש, כּדי צו פֿאָרשן אַ טעמע אין אוניווערסיטעט, געפֿינט מען אַ ייִדישיסטישן גײַסט צווישן די אָנטיילנעמער, וווּ ייִדיש לעבט בײַ זיי 24 שעה אין מעת־לעת. אין אַלע פּראָגראַמען האָט מען אַ סך אַנדערע אַקטיוויטעטן וואָס מיר האָבן נישט אויסגערעכנט: פֿילמען, נסיעות, לעקציעס אאַ״וו. מיר ווינטשן אַלע פּראָגראַמען הצלחה און פֿולע קלאַסן!


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

אַ געזאַנג־ביכל, וואַרשע 1917
כאָטש איך פֿאַרמאָג אַ גרויסע זאַמלונג ייִדישע געזאַנג־ביכלעך, זוך איך תּמיד נײַע "סחורה", ווײַל הונדערטער אַזוינע ביכלעך מיט זינגלידער האָט מען אָפּגעדרוקט, נישט נאָר אין מיזרח־אייראָפּע, נאָר אויך אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מערבֿ־אייראָפּע, אַמעריקע, ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. זומער־קאָלאָניעס און אַנדערע אינסטיטוציעס האָבן אָפֿט אָפּגעדרוקט זייערע אייגענע זאַמלונגען פֿון לידער צו זינגען. אין יעדן ביכל קען מען געפֿינען נײַע לידער אָדער נײַע וואַריאַנטן פֿון שוין באַקאַנטע לידער.
למשל, אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך געקויפֿט אַ געזאַנג־ביכל פֿון וואַרשע, 1917, וואָס מען האָט אויסגעטיילט ווי אַ מתּנה צום 15־יאָריקן יוביליי פֿון צווײַג 207, "אַרבעטער־רינג" אין אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיע, אין 1923. מע האָט פּשוט אַרויפֿגעקלעפּט אַ גרין "אַרבעטער־רינג"־דעקל אויפֿן וואַרשעווער ביכל. מיר דאַכט, אַז די זאַמלונג איז איינע פֿון די ערשטע פֿון ייִדישע זינגלידער וואָס האָט אויך די נאָטן צו די לידער.
כאָטש לויטן טיטל באַשטייט דאָס בוך פֿון "אַ זאַמלונג פֿון פּאָפּולערסטע פֿאָלקסלידער", קען מען געפֿינען פֿאַרשיידענע מינים אַנדערע לידער; לידער וואָס זענען אונדז גוט באַקאַנט, ווי "הער נאָר דו שיין מיידעלע" און "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה". אָבער אויך גאַנץ זעלטענע לידער און עלטערע באַלאַדעס, ווי "גיי איך מיר צום שטאַלעכל", וואָס לויט איין מקור איז אַרײַן פֿון ענגליש אויף דײַטש, ווען מע האָט עס איבערגעזעצט אין אַן אַלמאַנאַך בײַם אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. דערנאָך האָבן זינגערס דאָס "פֿאַרייִדישט" און עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ ייִדישלאַנד.
אַנדערע לידער זענען נישט לאַנג פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך געשריבן געוואָרן, אָבער דעם מחברס נאָמען שטייט נישט דערבײַ. למשל, "די יום־טובֿדיקע טעג" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, ווערט דאָ אָנגערופֿן, אַנאָנים, "דאָס שנײַדער־ליד".

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

יעדע ייִדישע עדה האָט אויך איר אייגענעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות" [Folktales of the Jews], וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג JPS און רעדאַקטירט פֿון פּראָפֿ׳ דן בן־עמוס, איז אין 2011 אַרויסגעלאָזט געוואָרן דער דריטער באַנד "מעשׂיות פֿון די אַראַבישע לענדער". ס׳רובֿ מעשׂיות אין דעם באַנד, פּונקט אַזוי ווי אין די פֿריִערדיקע צוויי בענד — אַשכּנזישע מעשׂיות, און ספֿרדישע מעשׂיות — געפֿינען זיך אינעם חיפֿהער "ישׂראלדיקע פֿאָלק־מעשׂה־אַרכיוו", וואָס פּראָפֿ׳ דבֿ נוי האָט געשאַפֿן אין 1955, און וואָס טראָגט הײַנט זײַן נאָמען. דער אַרכיוו נעמט אַרײַן די גרעסטע זאַמלונג פֿון בעל־פּהיִשע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות אויף דער וועלט. די דרײַ בענד פֿאָלקס־מעשׂיות שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קלאַסיש ווערק, וואָס יעדער פֿאָרשער, סטודענט און ליבהאָבער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות דאַרף האָבן אין זײַן ביבליאָטעק.
די ייִדן אין די אַראַבישע לענדער האָבן געוווינט אין סיריע, לבֿנון, איראַק, עגיפּטן, תּימן, ליביע, טוניס, אַלזשיר און מאַראָקאָ הונדערטער, אַפֿילו טויזנטער יאָר. שוין אין די ביבלישע און נאָך־ביבלישע צײַטן האָבן זיך דאָרטן אַנטוויקלט די ייִדישע קהילות, וועלכע האָבן זיך צעוואַקסן מיטן אָנקום פֿון די ספֿרדישע ייִדן.
מיטן אויפֿקום פֿון ישׂראל און מיט דער עמיגראַציע פֿון די עדות אין דער נײַער מדינה איז די געשיכטע פֿון די ייִדן אין די לענדער כּמעט געקומען צו אַ סוף. דער נאַטירלעכער קאָנטעקסט פֿון דער "אַלטער היים", וווּ מע פֿלעג זיך צונויפֿקומען און דערציילן פֿאָלקס־מעשׂיות איז אויך געקומען צו אַ סוף. אין די לענדער האָבן די ייִדישע און מוסולמענישע דערציילער אָפֿט גענאַשט "סחורה" איינער בײַם אַנדערן, כאָטש אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט האָבן די ייִדן געפֿירט אַן אונטערטעניק לעבן צו די מוסולמענער, צוליב די מוסולמענישע געזעצן. די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען ווערן צו מאָל אָפּגעשפּיגלט אין די מעשׂיות און לעגענדעס וואָס די ייִדן האָבן דערציילט, פּונקט ווי די באַציִונגען צווישן די אַשכּנזישע ייִדן און זייערע נישט־ייִדישע שכנים ווערן אָפּגעשפּיגלט אין זייערע פֿאָלקס־מעשׂיות.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"

"ווײַטער": די ייִדישע סטודענטן־צײַטונג בײַם "פֿאָרווערטס"

"ווײַטער" די "חודשלעכע אויסגאַבע פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש" איז באַליבט געוואָרן אין די ייִדיש־קלאַסן און גרופּעס איבער דער וועלט. הײַנט קען מען לייענען דעם זשורנאַל בלויז אויף דער אינטערנעץ. דעם לעצטן נומער פֿון 2011 קען מען איצט לייענען, און במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן, וועט דערשײַנען דער ערשטער נומער פֿון 2012.
אַ גרויסע מעלה פֿון "ווײַטער" איז, וואָס דער לייענער קען זיך אויך צוהערן ווי אַזוי ריכטיק צו לייענען דעם מאַטעריאַל; בײַ יעדן אַרטיקל דאַרף מען גיבן אַ קוועטש אויפֿן קנעפּל "הערט". פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז וויכטיק פֿאַרן אָנהייבער־סטודענט, וואָס האָט נישט קיין געלעגנהייט צו הערן קיין סך ייִדיש אין זײַן סבֿיבֿה. דער אַדרעס פֿון "ווײַטער" איז: https://yiddish2.forward.com/vayter

וואַרשע: קינדער־טעאַטער

אונדזער געוועזענער מיטאַרבעטער קאָבי ווײַצנער וווינט הײַנט אין וואַרשע, און איז געוואָרן דער שפּראַך־מבֿין בײַם דאָרטיקן פּויליש־ייִדישן מלוכה־טעאַטער, ווי אויך בײַ אַנדערע פּראָיעקטן. מיט אַ גרופּע קינדער האָט ווײַצנער צוזאַמענגעשטעלט אַ חנוכּה־פּראָגראַם און מע קען זען, ווי זיי זינגען און רעציטירן אויף ייִדיש.

ייִדיש־וועלט

די ייִדיש־טערקישע משפּחה אַזשי אין איזמיר (פֿון רעכטס): אַ חבֿרטע עזגי קײַעריסי, שבתי, אַבֿרהם, מישעל, עלסאַ באַרמײַמאָן־אַזשי, דער מחבר פֿון אַרטיקל, זײַן טאָכטער אסתּר
געוואָלט האָבן מיר פּלאַנירן צו פֿאָרן קיין פּאַריז... האָבן מיר — מײַן פֿרוי נחמה און טאָכטער אסתּרל — אָנגעקוקט די פּרײַזן אַהין צו פֿליִען און באַמערקט, אַז ביליקער וואָלט געווען צו פֿאָרן קיין סטאַמבול! אונדזערע פֿרײַנד אין דער קלעזמער־וועלט, וועלכע זענען אויסגעפֿאָרן אַ וועלט, האָבן אונדז שוין עטלעכע מאָל דערציילט וועגן די וווּנדערן פֿון דער שטאָט; האָבן מיר געטראַכט — פֿאַר וואָס נישט; פּאַריז קען אויף אונדז וואַרטן... בקיצור, איצט קען איך איבערגעבן די ייִדישע מאָמענטן פֿון אונדזער 10־טאָגיקער רײַזע.

מיר זוכן וועלוול זבאַרזשערס קבֿר

דער איינציקער ייִדישער פּונקט אויף מײַן סדר־היום, אָדער בעסער וואָלט איך געזאָגט, דאָס איינציקע שליחות, וואָס איך האָב געוואָלט אויספֿירן אין אונדזער וויזיט קיין טערקײַ, איז געווען צו געפֿינען די מצבֿה פֿונעם פֿאָלקס־פּאָעט וועלוול זבאַרזשער. געבוירן בנימין־וואָלף עהרענקראַנץ אינעם גאַליציאַנער שטעטל זבאַרזש, אַן ערך אין 1826 (אין "לעקסיקאָן" שטייען פֿיר מעגלעכע געבוירן־דאַטעס), האָט וועלוול זבאַרזשער געשריבן, ווי באַקאַנט, אַזוינע פּאָפּולערע לידער ווי "קום אַהער, דו פֿילאָסאָף" און אַנדערע וואָס מע הערט שוין נישט הײַנט. מיט צען יאָר צוריק אין ישׂראל האָב איך פֿאַרשריבן, ווי עס זינגט דער זינגער און אַקטיאָר אַריה לייש זבאַרזשערס ליד "די נאַכטיגאַל", וואָס מיר דאַכט, איז קיין מאָל נישט רעקאָרדירט

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

וואָרן פֿון אַ מעשׂה
קאָן מען אויך עפּעס לערנען

(אַרײַנפֿיר־צושריפֿט, "מעשׂיות" פֿון נפֿתּלי גראָס)


די ברידער גראָס — דער שרײַבער נפֿתּלי און דער קינסטלער/סקולפּטאָר חיים — האָבן מיטגעשאַפֿן אויף אַ צאָל פּראָיעקטן, דער עיקר, נפֿתּליס געדרוקטע ווערק. איינער האָט דעם אַנדערן דערגאַנצט דורך וואָרט און בילד. דער קינסטלער חיים גראָס איז געוואָרן מער באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט, אָבער ווי אַ שרײַבער/זאַמלער פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות האָט נפֿתּלי פֿאַרדינט אַן אָרט אויבן־אָן אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק.
נפֿתּלי גראָס האָט געהערט צו דער זעלביקער גאַליציאַנער כוואַליע אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי מלך ראַוויטש, בער האָראָוויץ, דוד קעניגסבערג. אָבער, להיפּוך צו זיי, איז ער געקומען קיין אַמעריקע איידער ער איז צוואַנציק יאָר אַלט געוואָרן. אַ געבוירענער אין קאָלאָמיי אין 1896 האָט ער געהערט און געלייענט חסידישע מעשׂיות און מעשׂה־ביכלעך און אין דעם זשאַנער ליטעראַטור האָט ער זיך שפּעטער אויסגעצייכנט.
אין דער בליִענדיקער ייִדישער פֿאָלקשול־נעץ איז ער געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל, און געלערנט, צו ערשט, אין די "פֿאַרבאַנד"־שולן, דערנאָך אין "אַרבעטער־רינג" און אויף אַ ווײַלע אין די "שלום־עליכם"־שולן.

פּערזענלעכקײטן
חנה (אַדריאַן) קופּער ז״ל

שוין עטלעכע חדשים, אַז די שטימונג אין ניו־יאָרק אין דער קלעזמערישער ייִדישער מוזיק־סבֿיבֿה איז אַ געדריקטע צוליב דעם, וואָס חנה קופּער איז געלעגן קראַנק. ווען זי איז געשטאָרבן לעצטן זונטיק אין אָוונט, דעם 25סטן דעצעמבער, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם אַלטן ווערטל "ניטל איז אַ בייזע לייד", וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די ייִדישע צרות וועלכע קומען פֿאָר אינעם טאָג פֿון דער חגא. פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט איז די צרה, דער קלאַפּ, געווען אַ גאָר שטאַרקער.

חנה קופּער איז געבוירן געוואָרן אין אָקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, אין 1946. זי האָט שטודירט אינעם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" און אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, און איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1975. דאָ האָט זי שטודירט דאָס ייִדישע קונסטליד מיטן לעגענדאַרן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, און אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן ווי אַ זינגערין אין אַלע ניו־יאָרקער ייִדישע קרײַזן. אין איר לעבן האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף פֿאַרשיידענע וועגן, אָבער דער עיקר, ווי אַ זינגערין. געזאַנג איז געווען "אַ משפּחה־פֿעלער" בײַ איר: איר באָבע האָט שוין רעקאָרדירט ייִדישע פּלאַטעס און איר זיידע האָט געדינט ווי אַ בעל־תּפֿילה. איר מאַמע, באָני קופּער, וועלכע וווינט אין קאַליפֿאָרניע, האָט געהאַט אַ לאַנגע קאַריערע ווי אַ טעאַטער־זינגערין פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער. אויף דער לעצטער רעקאָרדירונג "Enchanted" (פֿאַרכּישופֿט), וואָס חנה האָט אַרויסגעלאָזט אין 2010, האָט זי אַרײַנגענומען אַלטע היים־רעקאָרדירונגען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין איר משפּחה, כּדי אַרויסצוהייבן די דאָזיקע מוזיקאַלישע קייט וואָס איז געווען פֿאַר איר אַזוי וויכטיק, און מיט וועלכער זי האָט שטאָלצירט. נאָך אַ רינג אין דער קייט איז איר טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן, וועלכע זינגט ייִדישע לידער אין אַ ראָק־און־ראָל סטיל אין דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין".