- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויב איר האָט נאָך נישט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז נישט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זענען נישט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך נישט איבערשרעקן בײַם ערשטן בליק פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, און ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר וועט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן. ניו־יאָרק: ייִדיש־זומער־פּראָגראַם א״נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך דער "ייִוואָ", צוזאַמען מיט "קאָלומביע־אוניווערסיטעט", האָבן די ערשטע לאַנצירט אַ זומערדיקע שפּראַך־פּראָגראַם, און דורות גראַדואַנטן, וועלכע זענען געוואָרן ייִדיש־לערערס האָבן צום ערשטן מאָל זיך געלערנט די שפּראַך אין דער דאָזיקער פּראָגראַם. דאָס וועט זײַן דאָס צווייטע יאָר פֿון דער שותּפֿותדיקער פּראָגראַם צווישן דעם ייִוואָ און "באַרד"־קאָלעדזש. די קלאַסן קומען פֿאָר, ווי פֿאַראַיאָרן, אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר".
די לערערשאַפֿט דעם זומער באַשטייט פֿון חנן באָרדין פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט, ברוכה לאַנג פֿון "דזשאַנס האָפּקינס־אוניווערסיטי", חנה גאָנשאָר פֿון "מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט" און פּערל טייטלבוים, לאַנג־יאָריקע לערערין און זינגערין. די "ייִוואָ"־פּראָגראַם האָט זיך פֿאַרדינט אַ שם ווי די אינטענסיווסטע שפּראַך־פּראָגראַם מיט אַ טאָג, פֿול מיט קלאַסן אין דער פֿרי, און כּלערליי ברירהדיקע קלאַסן און אַקטיוויטעטן בײַ טאָג. עס האָט אויך אַ שם ווי די טײַערסטע פּראָגראַם, אָבער מע גיט "לײַטישע" סובסידיעס. דער קורס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 18טן יוני ביזן 27סטן יולי 2012. ד״ר הערשל גלעזער איז דער דירעקטאָר. דער טערמין אויף צו בעטן אַ סובסידיע און וויזע איז ביזן מאַרץ 15. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.yivo.bard.edu/summer ווילנע: דער ווילנער ייִדישער אינסטיטוט דער בראשית פֿון דער פּראָגראַם שטאַמט פֿון דער אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַם אין די 1980ער יאָרן. אין 2001 איז דער זומער־קורס געוואָרן אַ קאָמפּאָנענט פֿונעם "ווילנער ייִדיש־אינסטיטוט" בײַם ווילנער אוניווערסיטעט. תּל־אָבֿיבֿ: "נעמי פּראַווער קאַדאַר־זומער־פּראָגראַם" "די נעמי פּראַווער קאַדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש" בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועט פֿאָרקומען פֿונעם 25סטן יוני ביזן 19טן יולי 2012. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר איז די פּראָגראַם געוואָרן די גרעסטע פֿון אַלע. דאָס יאָר וועט מען לערנען די שפּראַך אויף פֿינעף מדרגות, פֿון אָנהייבער ביז ווײַטהאַלטער. די באַטייליקטע וועלן באַקומען 80 שעה פֿונעם שפּראַך־ און ליטעראַטור־לימוד. פּאַריז: "זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור" "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם ביבליאָטעק" וועט דורכפֿירן די חשובֿע פּראָגראַם פֿונעם 9טן ביזן 27סטן יולי. די לערערס דעם זומער וועלן זײַן: חיהלע ביר, שרון בר־כּוכבא, רובי מאָנעט, יצחק ניבאָרסקי, סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ און אַניק פּרים־מאַרגוליס. מע וועט לערנען פֿיר ניוואָען שפּראַך־קורסן. ווײַמאַר, דײַטשלאַנד: "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" די מוזיק־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט כּמעט פֿון אָנהייב אַרײַנגענומען אַ שפּראַך־קאָמפּאָנענט. דאָס יאָר האָט דער דירעקטאָר, אַלען בערן, באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן די שפּראַך־פּראָגראַם און במשך פֿון דרײַ כּסדרדיקע וואָכן וועט מען אינטענסיוו לערנען די שפּראַך. דער אָנהייבער־קורס, פֿונעם 21סטן ביז 28סטן יולי, ווערט געלערנט פֿון דאָראָטעאַ גרעווע. דער מיטנדיקער קלאַס פֿונעם 30סטן יולי ביז 5טן אויגוסט ווערט געפֿירט פֿון יורי וועדעניאַפּין פֿון "האַרוואַרד־אוניווערסיטעט". דער אַוואַנסירטער קלאַס ווערט געלערנט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, פֿון טריִער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד.
אַז מע לערנט זיך אין די שפּראַך־קורסן בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמער", האָט מען אַוודאי די מעלה צו ווערן אַרומגערינגלט פֿון קלעזמער־מוזיק און געזאַנג. צום ערשטן מאָל וועט פּראָפֿ׳ דיאַנאַ מאַטוט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן ייִדישע און דײַטשע קינדער־לידער פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט. דער אַוואַנסירטער קלאַס פֿאַר זינגערס וועט זיך טרעפֿן פֿונעם 21סטן יולי ביזן 28סטן יולי. אַן אַלגעמיינער אַרײַנפֿיר צו קלעזמער־ און דער ייִדישער קולטור וועט פֿאָרקומען פֿונעם 1טן ביזן 5טן אויגוסט, און דער המשך־קורס פֿונעם 16טן ביזן 21סטן אויגוסט. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.yiddishsummer.eu אַמהערסט: "סטײַנער זומער־פּראָגראַם" אַ ביסל אַנדערש פֿון די אַנדערע פּראָגראַמען איז די "סטײַנער זומער־פּראָגראַם" בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער". אויב מע ווערט אָנגענומען אויף דער 6־וואָכיקער פּראָגראַם — פֿונעם 10טן יוני ביזן 27סטן יולי — באַצאָלט מען נישט קיין שׂכר־לימוד און מע לערנט זיך שפּראַך און קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע באַקאַנטע לעקטאָרן (די לערערשאַפֿט האָט מען נאָך נישט מודיע געווען). |