- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
" "ווײַטער": די ייִדישע סטודענטן־צײַטונג בײַם "פֿאָרווערטס" "ווײַטער" די "חודשלעכע אויסגאַבע פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש" איז באַליבט געוואָרן אין די ייִדיש־קלאַסן און גרופּעס איבער דער וועלט. הײַנט קען מען לייענען דעם זשורנאַל בלויז אויף דער אינטערנעץ. דעם לעצטן נומער פֿון 2011 קען מען איצט לייענען, און במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן, וועט דערשײַנען דער ערשטער נומער פֿון 2012. וואַרשע: קינדער־טעאַטער אונדזער געוועזענער מיטאַרבעטער קאָבי ווײַצנער וווינט הײַנט אין וואַרשע, און איז געוואָרן דער שפּראַך־מבֿין בײַם דאָרטיקן פּויליש־ייִדישן מלוכה־טעאַטער, ווי אויך בײַ אַנדערע פּראָיעקטן. מיט אַ גרופּע קינדער האָט ווײַצנער צוזאַמענגעשטעלט אַ חנוכּה־פּראָגראַם און מע קען זען, ווי זיי זינגען און רעציטירן אויף ייִדיש. https://www.youtube.com/watch?v=ChquRcu7QAY נחום סטוטשקאָווס ווערק דער שרײַבער און לעקסיקאָגראַף, נחום סטוטשקאָוו (1893—1965) האָט, אָן אויפֿהער, געשריבן דראַמעס פֿאַר דער ראַדיאָ אין ניו־יאָרק, ווי אויך פּיעסעס פֿאַר דער בינע און אַנדערע ווערק און ראַדיאָ־פּראָגראַמען (למשל, די שפּראַך־רובריק, וואָס מיר האָבן געדרוקט צום טייל אין "וועלט פֿון ייִדיש"). הײַנט באַוווּנדערן מיר זײַן התמדה, איבערגעגעבנקייט צו מאַמע־לשון און וויסן. די זינגלידער פֿון דוד באָטוויניק דאָס בוך "פֿון חורבן צום לעבן — נײַע ייִדישע לידער" נעמט אַרײַן די קאָמפּאָנירטע לידער פֿונעם מאָנטרעאָלער קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק. דעם אַלבאָם האָבן מיר רעצענזירט אין "פֿאָרווערטס" און מע קען אים קויפֿן בײַ אונדז אין אינטערנעץ־קראָם "יצחק־נחמן שטיינבערג און די פֿרײַלאַנד־ליגע"
צווישן די אוצרות וואָס מע קען געפֿינען אויף דער אינטערנעץ איז אַ קורצער פֿילם וואָס מע האָט געוויזן בײַם יובֿל פֿון דער "ייִדיש־ליגע" אין ניו־יאָרק לכּבֿוד דרײַ דאַטעס — 75 יאָר "פֿרײַלאַנד־ליגע", 70 יאָר "אויפֿן שוועל" און 30 יאָר פֿון דער "ייִדיש־ליגע". פּראָפֿ׳ אַדם ראָוונער, וועלכער פֿאָרשט די געשיכטע פֿון טעריטאָריאַליזם, האָט דעם פֿילם געשאַפֿן. ראָוונער דערציילט וועגן דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער גרופּע "פֿרײַלאַנד־ליגע", מיט וועלכער ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג האָט אָנגעפֿירט, און דער גרופּעס באַמיִונגען צו באַזעצן ייִדן אין אויסטראַליע און סורינאַם http://www.myjewishlearning.com/elcms/jewniverse/frayland-lige.shtml. "דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער" אין שײַכות מיט דער טעריטאָריאַליסטישער געשיכטע, האָט דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" געלאָזט וויסן, אַז זיי גרייטן צו אַן אויסשטעלונג וועגן "די אוטאָפּיעס פֿון ייִדיש". די טעמע נעמט אַרײַן ייִדישע קאָלאָניזאַציע־פּראָיעקטן (אוקראַיִנע אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, אַרגענטינע, קרים, ביראָבידזשאַן, פּאַלעסטינע, די פּראָיעקטן פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע." דער צענטער זוכט עקספּאָנאַטן פֿאַר דער אויסשטעלונג: בריוו, בילדער, דאָקומענטן, ווידעאָ און זכרונות. אויב איר האָט אַזוינע מאַטעריאַלן, שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט זשיל ראָזיע, gilles@yiddishweb.com פֿון פֿרײַטיק דעם 3טן ביז זונטיק דעם 5טן פֿעברואַר וועט מען לערנען אַן אינטענסיוון סוף־וואָך־קורס. יצחק ניבאָרסקי וועט זײַן דער הויפּט־פּעדאַגאָג. דער קורס איז געצילט אויף מיטעלע און אַוואַנסירטע סטודענטן. ווי אַ טייל פֿונעם קורס וועלן די ווײַטערדיקע לערערס אָנפֿירן מיט קלאַסן אויף די טעמעס: אַהרן וואַלדמאַן וועגן יוסף אָפּאַטאָשוס "פּוילישע וועלדער"; קאַראָלינאַ שימאַניאַק וועגן דער פּאָעזיע פֿון דבֿורה פֿאָגעל; חיהלע ביר וועגן איציק מאַנגער אין לאָנדאָן; יצחק ניבאָרסקי וועגן ייִדישן הומאָר, און נאַטאַליע קריניצקאַ וועגן דעם מאָטיוו "דאָס פֿײַפֿעלע" אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מע קען זיך פֿאַרשרײַבן אויב מע שרײַבט צו: mcy@yiddish.com דעם 7טן פֿעברואַר, 8:30 אין אָוונט, וועט דער "טרוים־טעאַטער" פֿאָרשטעלן שלום־עליכמס "דאָס גרויסע געווינס", באַאַרבעט און אינסצעניזירט פֿון שאַרלאָט מעסער. דאָס וועט פֿאָרקומען אין: Centre d’art et de culture de l’Espace Rachi 39 rue Broca 75005 Paris צו זען די נײַסטע פּראָגראַם פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער. מעדעם־ביבליאָטעק" גיט אַ קוועטש אויף: https://yiddish2yiddish.canalblog.com ייִדיש אויף "פֿייסבוק"
אין רחל קאַפֿריסענס "בלאָג" וואָס רופֿט זיך "די קאָסמאָפּאָליטקע אָן וואָרצלען" [The Rootless Cosmopolitan], אַנאַליזירט זי די לעצטע אַרטיקלען אין דער פּרעסע וועגן ייִדיש. http://rokhl.blogspot.com: אין "פֿייסבוק" געפֿינט זיך די זײַט "הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעטן", וואָס עס האָט געשאַפֿן דער פּראָפֿעסאָר און פּאָעט דובֿ־בער קערלער. יענע וואָך האָט מען געקענט הערן (אַ דאַנק דעם "ייִדישן ביכער־צענטער") אַ זעלטענעם אינטערוויו אויף ייִדיש מיטן פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין וועגן דער ייִדישער פּאָעזיע נאָכן חורבן, וואָס עס האָט געמאַכט דער קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק אין 1955. בכלל איז די זײַט געוואָרן אַ מקור אויסצוגעפֿינען, ווען און וווּ עס ווערט דערמאָנט די ייִדישע פּאָעזיע און ליטעראַטור אויף דער אינטערנעץ, אָדער נײַע פּובליקאַציע־ידיעות. אויף ענגליש הייסט דאָס: Contemporary Yiddish Poets עס האָבן שוין פּאָזיציעס אויף "פֿייסבוק" — "דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס", "ייִדיש־פֿאַרם", "די אינטערנאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן" צווישן אַנדערע. די משפּחה פֿונעם אַרגענטינער ייִדישן שרײַבער שמואל צעסלער האָט אַ "פֿייסבוק"־זײַט אויף זײַן נאָמען, און לעצטנס האָט מען דאָרטן געקענט זען פֿאָרשטעלונגען פֿון דער אַקטריסע און זינגערין לאה קעניג. לכּבֿוד דעם דראַמאַטורג יעקבֿ גאָרדין האָט מען אויך אַ זײַט און מע קען דאָרטן זען אַפֿישן, אַרטיקלען און פֿילם־אויסצוגן. אויף דער "פֿייסבוק"־זײַט פֿון דער "ייִדישקייט־אָרגאַניזאַציע" אין לאָס־אַנדזשעלעס קען מען זען די לעצטע אונטערנעמונגען וואָס די גרופּע האָט פֿאָרגעשטעלט. יענע וואָך האָט דער "מײַקל ווינאָגראַד־טריאָ" געשפּילט און מע קען הנאה האָבן פֿון אַ 3־מינוטיקן אויסצוג. צום יאָרצײַט פֿונעם שרײַבער ר׳ מרדכעלע (חיים טשעמערינסקי 1862—1917) האָט "ייִדישקייט" געשאַפֿן אַ זײַט מיט אַ ביאָגראַפֿיע און אַ קלאַנג־פֿאַרבינדונג צו אַ ליד וואָס ער האָט געשריבן, געזונגען פֿון מאַלי פּיקאָן. עס איז בכלל כּדאַי פֿאַר יעדן "פֿאָרווערטס"־לייענער וואָס האָט צוטריט צו דער אינטערנעץ, צו זוכן דורך "גוגל" די ווערטער "ייִדיש" "ייִדישע לידער" אָדער די נעמען פֿון אײַערע באַליבטע ייִדישע שרײַבער. איר וועט זיך חידושן וויפֿל אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונגען מע וועט דאָרטן געפֿינען. |