דעם טראַדיציאָנעלן פּסח־סדר ריכט מען אָפּ דאָס יאָר אין ייִדישע היימען איבער דער וועלט, און די אַלטע הגדה, כּמעט צוויי טויזנט יאָר אַלט, וועט מען לייענען בײַ דער געלעגנהייט. דער עלטסטער הגדה־כּתבֿ־יד שטאַמט פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, און מע האָט אָנגעהויבן צו דרוקן הגדות, ווי באַזונדערע ווערק און נישט ווי אַ טייל פֿון אַ מחזור, אינעם 13טן יאָרהונדערט אין שפּאַניע און איטאַליע.
דער טעקסט פֿון דער הגדה במשך פֿון די יאָרן איז געבליבן דער זעלבער, אָבער דאָ און דאָרט האָט מען עפּעס צוגעגעבן און אַוועקגענומען. "חד גדיא" און "אחד מי יודע", למשל, האָט מען צוגעגעבן אינעם 15טן יאָרהונדערט און זיי זענען געוואָרן אַזוי באַליבט, אַז מע האָט זיי געהאַלטן ווי אַ טייל פֿונעם סדר. פּאַראָדיעס פֿון דער הגדה האָט מען אָנגעהויבן צו דרוקן אינעם 19טן יאָרהונדערט, און מע קען הײַנט אין אַ גוטער ביבליאָטעק געפֿינען אָן אַ שיעור דוגמאות פֿון די הגדה־פּאַראָדיעס.
אָפֿט זענען די פּאַראָדיעס געווען פֿאַרבונדן מיט אַ פּאָליטישער פּאַרטיי אָדער פּאָליטישן געדאַנק. אין דער ייִוואָ־ביבליאָטעק געפֿינט זיך אַ הגדה פֿאַר פּאַרכעס, וואָס מאַכט חוזק פֿון די מענטשן מיט אַ פּאַרעך־קרענק אויפֿן קאָפּ. אָקאָרשט האָט מען מיר געשאָנקען "די נײַע אַמעריקאַנישע הגדה" פֿון אַ. מ. שאַרקאַנסקי (ניו־יאָרק, 1909) און מיט דעם טשיקאַוון און הומאָריסטישן ביכל איז כּדאַי זיך בעסער צו באַקענען.
דער מחבר שאַרקאַנסקי איז געבוירן געוואָרן אין לובאַווע אין 1869 און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1907, ער איז באַקאַנט געווען ווי אַ פּאָעט און דראַמאַטורג. אין זײַנע לידער און פּיעסעס האָט מען אָפֿט הנאה געהאַט פֿון זײַן הומאָר. ווי אַ פּאַראָדיסט, ווי מע זעט עס פֿון זײַן הגדה, האָט ער געהאַט גרויס טאַלאַנט.
|
דאָס שאַפֿן נײַע הגדות — סײַ קאָמישע,
סײַ ערנסטע — איז אַן אַלטע טראַדיציע.
צוויי "אַרבעטער־רינג"־הגדות מיט דער
חוזק־הגדה פֿון אַ. מ. שאַרקאַנסקי |
|
דער זשאַנער פּאַראָדיע ניצט אויס די פֿאָרעם פֿון אַ ליטעראַרישן אָדער אַן אַנדער מין טעקסט, כּדי חוזק צו מאַכן פֿונעם טעקסט, אָדער פֿון דער געזעלשאַפֿט וואָס ניצט דעם טעקסט. "די אַמעריקאַנישע הגדה" גייט לויטן סדר פֿון דער הגדה, אָנהייבנדיק מיט "דינים פֿון ערבֿ פּסח" ביז "חד גדיא". אין ס'רובֿ פּאַראָדיעס מאַכט שאַרקאַנסקי חוזק (מע קען אַפֿילו דאָס אָנרופֿן ביטול) פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט מיט אירע סאָציאַלע קלאַסן, וועלכע אַנטוויקלען גרויסע אונטערשיידן צווישן אָרעם און רײַך. איינער פֿון די "דינים" איז: "אַ ייִד אַ נגיד איז מחויבֿ אין ערבֿ פּסח אָפּצושנײַדן די נעגל; פֿאַר גלאַט אַ ייִד איז עס בכלל ניט נייטיק — מען שינדט אים די הויט אַ גאַנץ יאָר". ער לאַכט אויך אויס געוויסע סעקטאָרן פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. ער טײַטשט "ורחץ" אַזוי: וואַש די הענט און זאָג נישט קיין ברכה. (רעפֿאָרמער אַשכּנזים האַלטן שטאַרק פֿון דעם דין)." אין שאַרקאַנסקיס נוסח פֿון "אחד מי יודע" שטייט:
ווער ווייסט איינס? איינס ווייס איך:
דעם אָרימאַן איז אַלץ איינס, אַזוי אָדער אַזוי שטאַרבט ער פֿון הונגער.
ווער ווייסט צוויי? צוויי ווייס איך:
צוויי ייִדן קענען קיין מאָל נישט לעבן בשלום.
"די אַמעריקאַנישע הגדה" האָט מען נאָך אַ מאָל אַרויסגעגעבן 20 יאָר שפּעטער אין אַ נײַער אויפֿלאַגע; אַ סימן, אַז מיט זײַן חוזק און ביטול האָט דער מחבר אָנגעטראָפֿן אויף אַן אָדער בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן.
אין די וועלטלעכע ייִדישע פֿאָלקשולן פֿון אַמעריקע האָט מען צו ביסלעך אַרײַנגענומען מער און מער ייִדישע טראַדיציעס און מינהגים אינעם לימוד־פּלאַן. אין 1940 שרײַבט ש. ניגער אין זײַן געשיכטע פֿון די "אַרבעטער־רינג"־שולן ("אין קאַמף פֿאַר אַ נײַער דערציִונג"), אַז די "אַרבעטער־רינג"־מיטלשולן האָבן שוין פֿון יאָרן פֿריִער אָנגעהויבן אָפּריכטן אַ סדר. לויט דער נײַסטער "אַרבעטער־רינג"־הגדה האָט מען געפּראַוועט פּסח צום ערשטן מאָל צוזאַמען ווי אַ שול אין 1933 אין קראַון־הײַטס. אויפֿן 11טן שול־צוזאַמענפֿאָר אין 1939 האָט מען באַשלאָסן "אַז עס זאָל אויסגעאַרבעט ווערן אַ גענויער צערעמאָניאַל אויף אַ נײַעם שטייגער צו פֿײַערן ייִדישע יום־טובֿים". דעם יום־טובֿ פּסח האָט מען צו יענער צײַט געלערנט ווי "דער באַפֿרײַונג יום־טובֿ" פֿון די ייִדן.
די הגדות פֿון די פֿאָלקשולן, פֿון אַלע שאַטירונגען — די סאָציאַליסטישע "אַרבעטער־רינג", די לינקע "אַרבעטער־אָרדן", די פּראָגרעסיווע אָבער אומפּאַרטיייִשע "שלום־עליכם־שולן" און די ציוניסטישע "פֿאַרבאַנד־שולן" האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער געשיכטע פֿון יציאת־מצרים; ס'איז טשיקאַווע, אַז, אין תּוך, זענען זיי גאַנץ ענלעך. נאָך מער, דער טעקסט איז געבליבן גאַנץ סטאַביל במשך פֿון 50־60 יאָר.
ווען מע גיט אַ קוק אויף דער "נײַער הגדה של פּסח" אַרויסגעגעבן פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1991, איז זי נישט קיין סך אַנדערש פֿון דער "אַרבעטער־רינג־הגדה" פֿון די 1950ער יאָרן. ייִדישע שרײַבער און לערערס האָבן זיך צונויפֿגענומען און צונויפֿגעשטעלט די הגדה, און יוסף מלאָטעק, דער בילדונגס־דירעקטאָר בײַם "אַרבעטער־רינג", צוזאַמען מיט נעמי כּדר און ד״ר חוה לאַפּין האָבן באַאַרבעט די אויסגאַבע, וואָס דרוקט אָפּ די טעקסטן אויף ייִדיש, טראַנסליטערירט אויף ענגליש, און גיט צו אַן ענגלישע איבערזעצונג.
|
בײַם הײַ־יאָריקן "אַרבעטער־רינג"־סדר האָבן תּלמידות פֿון
דער פֿאָלקשול געלייענט שאַפֿונגען וועגן דעם |
Credit: Emily Socolov |
אַזוי ווי טויזנטער תּלמידים האָבן זיך באַניצט מיט די שול־הגדות, יאָר אײַן, יאָר אויס, האָבן די לידער, סײַ די וואָס מע זינגט, סײַ די וואָס מע לייענט הויך אויף אַ קול, דערגרייכט אַ "קלאַסישן" סטאַטוס, אָנהייבנדיק פֿון שמעון פֿרוגס "צינד אָן די ליכט", און י. י. שוואַרצעס "לאָמיר הייבן דעם בעכער". בנוגע די זינגלידער אין די פֿאָלקשול־הגדות, קען מען הערן לידער פֿון די שאַפֿערישסטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן אונדזערע אין אַמעריקע. אין מיכל געלבאַרטס ליד "אויפֿן ניל", ווערטער פֿון אַבֿרהם רייזען, הערט מען אַ ביסל אַן אָריענטאַלישן ניגון, וואָס פּאַסט פֿאַר מצרים. אין שמואל בוגאַטשס שאַפֿונג "זאָג, מאַראַן", אויך צו די ווערטער פֿון אַבֿרהם רייזען, הערט מען אַ רירנדיקן און דראַמאַטישן עפּיזאָד פֿון דער ייִדישער געשיכטע. וואָס שייך דוד עדעלשטאַדטס "אינעם לאַנד פֿון פּיראַמידן", האָט דער מחבר מסתּמא געהאַט אין זינען די שווערע באַדינגונגען פֿון זײַן אייגענער צײַט אינעם סוועטשאַפּ, אָבער די שולקינדער האָבן דאָס נישט געכאַפּט. מאַרק וואַרשאַווסקיס לידער "טײַערע מלכּה" און "די יום־טובֿדיקע טעג" ברענגען אַרײַן אַ ביסל פֿרייד אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם סדר.
נאָכן חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק אין דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען נאַטירלעך צוצוגעבן נאָך אַ טײַטש צום פּסח־סדר וואָס שייך באַפֿרײַונג און דויערדיקייט. אין אַלע סדרים, פֿון לינקס ביז רעכטס, האָט מען אָנגעהויבן זינגען הירש גליקס "דער הימן פֿון די פּאַרטיזאַנער" אין די 1950ער יאָרן, און אַלע זענען אויפֿגעשטאַנען דערבײַ. מע האָט געלייענט יעדעס יאָר בונעם העלערס "אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן". אין דער "אַרבעטער־רינג" הגדה פֿון 1991 ווערט אויך געדרוקט ה. לייוויקס "אייביק", מוזיק פֿון שלום סעקונדע, אַ ליד וואָס מע האָט געזונגען אין די שלום־עליכם־שולן אויך.
|
צוויי בילדער פֿון אַמאָליקע "אַרבעטער־רינג"־סדרים אין ניו־יאָרק, וואָס מע האָט יאָרן לאַנג אָפּגעריכט אינעם חשובֿן וואַלדאָרף־אַסטאָריע־האָטעל |
|
אָבער ווי פֿריִער דערמאָנט בײַטן זיך סדרים און הגדות פֿון צײַט צו צײַט. בײַם נײַסטן "אַרבעטער־רינג"־סדר האָבן די תּלמידות פֿון דער "מיד־טאַון"־שול רעציטירט לידער, אויך אליין־געשאַפֿענע, וועגן דעם טרײַענגל־פֿײַער — אַ טראַגעדיע נאָך וועלכער מע האָט אָפּגעמערקט 100 יאָר דעם מאַרץ. אין דער נײַער הגדה פֿון דער אָרגאַניזאַציע — "הגדה של פּסח — סדר פֿאַר אַ בעסערער וועלט" — באַמיט מען זיך מער צוצופּאַסן פֿאַר אַן ענגליש־רעדנדיקן עולם — די הגדה עפֿנט זיך פֿון רעכטס אויף לינקס ווי אויף ענגליש, און אַלץ ווערט איבערגעזעצט. פֿון די 1930ער אָן לייענט מען וועגן "סאָציאַלן יושר" אין דער שול־הגדה, אָבער איצט גיט מען מער און מער אָרט פֿאַר דעם געדאַנק און ווי עס ווערט אָפּגעשפּיגלט אין דער הײַנטיקער וועלט.
עס שרײַבט אַדריאַן קופּער אינעם אַרײַנפֿיר אויף ענגליש: "מיר האָפֿן, אַז דער ׳סדר פֿאַר אַ בעסערער וועלט/אַן אַקטיוויסטן־הגדה׳ וועט דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר אײַערע פּסח ימים־טובֿים אויף די ווײַטערדיקע יאָרן, און וועט ווערן געניצט ווי אַ האַנטבוך צו אינספּירירן אונדז אַלעמען יעדן טאָג ווי צו פֿאַרבעסערן די וועלט אין וועלכער מיר לעבן".
מע קען לייענען אין דער נײַער הגדה ציטאַטן פֿון בערנאַרד ראַפּאָפּאָרט (צדקה־געבער פֿאַר סאָציאַלע יושר־פּראָיעקטן), נאַנסי ברינקער, (קעמפֿער קעגן ברוסט־ראַק) און פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ (וועגן דער באַדערפֿעניש צו בײַטן אונדזער געזעלשאַפֿט פֿאַר אונדזערע קינדערס וועגן).
בקיצור — די הײַנטיקע סדרים שטייען נישט אויף אַן אָרט און אין די הגדות האָבן די ייִדן געפֿונען אַן אופֿן צו פֿאַרבינדן "אונדזער נעכטן מיטן הײַנט".