מאַשע ראָסקעס |
די אינטערנעץ פֿאַרמאָגט אירע מעלות און חסרונות. צווישן די חסרונות קען מען אויסרעכענען, אַז צוליב דער אינטערנעץ לייענט מען וואָס ווייניקער צײַטונגען און ביכער. די געזעלשאַפֿט געוויינט זיך צו אַראָפּצושלינגען נאָר קליינע "דאָזעס" אינפֿאָרמאַציע מיט אַ מאָל; די יוגנט האָט מער נישט קיין זיצפֿלייש צו הערן, אָדער צו לייענען, אָדער צו קוקן אויף עפּעס וואָס געדויערט מער ווי דרײַ מינוט. אַ מעלה פֿון דער אינטערנעץ, אָבער, איז וואָס זי דערמעגלעכט דעם צוטריט פֿאַר דער ברייטער וועלט צו רעסורסן וואָס זענען פֿריִער זייער שווער געווען צו געפֿינען. למשל, עס זענען פֿאַראַן זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסזינגערס, וואָס, אָן דער אינטערנעץ, וואָלטן בלויז געציילטע פֿאָרשער זיי געקענט הערן.
מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אַרויס דער פֿילם, "אַ בת־ווילנע: דאָס לידערבוך פֿון מאַשע ראָסקעס", רעזשיסירט פֿון דזשאַש וואַלעצקי. דער פֿילם באַשרײַבט דאָס לעבן אין ליד פֿון מאַשע ראָסקעס, געבוירן אין ווילנע און געשטאָרבן אין מאָנטרעאָל. אַ ווידעאָ־פֿראַגמענט, ווי מאַשע ראָסקעס זינגט ייִדישע לידער קען מען זען אויף דער וועבזײַט:
https://www.youtube.com/user/wsupress#p/u/4/_UeuczNy7cUנאָך דעם ווי דער פֿילם איז אַרויס, האָט איר זון, פּראָפֿ׳ דוד ראָסקעס, געשריבן אַ משפּחה־כראָניק "Yiddishlands: A Memoir" וועגן זײַן ייִחוס. דאָס בוך איז אַרויס אויף העברעיִש אונטערן נאָמען "בארץ מאַמע־לשון".
לעצטנס האָט מען געשאַפֿן די מעגלעכקייט צו הערן ווי מאַשע ראָסקעס זינגט לידער פֿון איר זעלטענעם רעפּערטואַר אויף דער אינטערנעץ. http://www.kibutz-poalim.co.il/htmls/yidish.aspx?c0=43705&bsp=12373 צווישן די לידער: "רבי אלימלך" (אויסצוג), "כ׳וויל נישט זײַן קיין רבי", "אין אַ שטעטעלע נישט ווײַט פֿון דאַנען", "טרינק זשע מײַן מיידעלע" — בסך־הכּל צען לידער. אויף דער וועבזײַט קען מען אויך לייענען די ווערטער אויף ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג.
מאַשע ראָסקעס, די מאַמע פֿון די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן דוד ראָסקעס און רות ווײַס, איז געווען אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער קולטור פֿון מאָנטרעאָל. זי האָט אויסגעטײַטשט לידער מיט חן און חכמה, און ווער עס וויל פֿאַרשטיין דעם שטאָטישן סטיל פֿון ייִדיש־געזאַנג וואָלט זיך געדאַרפֿט צוהערן צו איר קול. די לידער וואָס זי זינגט זענען פֿון דער ייִדישיסטישער יוגנט אין ווילנע, און האָבן זיך נישט אַזוי פֿאַרשפּרייט ווײַטער פֿון יענע קרײַזן. מער וועגן איר לעבן און אירע לידער קען מען זען אינעם פֿילם און לייענען אינעם בוך.
מיט אַ יאָר און אַ האַלב צוריק האָט דער ניו־יאָרקער "צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" געבעטן בײַ מיר אָנצופֿירן מיט אַ "בלאָג", אין וועלכן מע וועט קענען הערן די זעלטענע פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקזינגערס וואָס זאַמלערס און פֿאָלקלאָריסטן פֿאַרמאָגן אין זייערע אַרכיוון. אַזאַ "בלאָג" איז געשאַפֿן געוואָרן מיטן נאָמען "דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך ", http://yiddishsong.wordpress.com/ מיט דער האָפֿענונג, אַז יעדע וואָך, וועט מען אַרויפֿגעבן אַן אַנדער ליד. מע האָט אויך געהאָפֿט, אַז דאָס וועט ווערן אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿון פֿאָרשער און זאַמלער איבער דער גאַנצער וועלט. די צאָל לייענער פֿונעם בלאָג איז אַ באַשיידענער, אָבער די צאָל וואַקסט. דערווײַל קען מען הערן, און אַמאָל זען, זעלטענע פֿאָלקסליד־מאַטעריאַלן און פֿאָרשטעלונגען.
די זינגער וואָס מע קען הערן אויפֿן "בלאָג" זענען סײַ פֿון אַלטע רעקאָרדירונגען, ווי למשל מײַן באָבע ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, רעקאָרדירט פֿון לייבל כּהן אין 1954, סײַ פֿון הײַנטיקע זינגערס און אַנדערע מענטשן וואָס געדענקען און זינגען אַלטע לידער, ווי בעלאַ בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער רחמיאל בריקס. ווען זי איז פֿון ישׂראל געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע פֿאַר אַ יאָרן, האָב איך רעקאָרדירט איר נוסח פֿון דער ייִדישער תּפֿילה "גאָט פֿון אַבֿרהם", וואָס ווײַבער זאָגן שבת־צו־נאַכטס. דעם נוסח קען זי פֿון איר מאַמען.
אַנדערע בײַשטײַערערס צום "ייִדיש ליד פֿון דער וואָך" זענען געווען ד״ר דמיטרי סלעפּאָוויטש, וואָס האָט געזאַמלט אַ סך לידער פֿון זינגערס אין הײַנטיקן בעלאַרוס. מע קען זען, למשל, ווי דער פּאָעט הירש רעלעס ע״ה (1914—2004) זינגט "אַ פּאַסטעכל" אויף אַ ווידעאָ־רעקאָרדירונג. מיישקע אַלפּערט האָט אויך בײַגעשטײַערט אַ ליד און פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן אַרכיוו וואָס מע דאַרף ערשט דיגיטאַליזירן כּדי צו הערן אויף דער אינטערנעץ. מע קען אויך זען אַ ווידעאָ פֿונעם פֿילמאָגראַף דזשאַש וואַלעצקי, ווי ער זינגט פֿון זײַן גרויסן רעפּערטואַר. דער זאַמלער באָב פֿרידמאַן אין פֿילאַדעלפֿיע האָט אויך צוגעשיקט רעקאָרדירונגען פֿון זינגער, צווישן זיי, זײַן שוויגער קלאַראַ קראַסנער, אַ וווּנדערלעכע אויסטײַטשערין פֿון לידער. לאָרין סקלאַמבערג, דער קלאַנג־אַרכיוויסט פֿונעם ייִוואָ, האָט אונדז דערלויבט צו ניצן עטלעכע מוסטערן פֿון רות רובינס אַרכיוו און בען סטאָנהילס אַרכיוו.
אַן אַנדער מעלה פֿון פֿירן אַ בלאָג איז וואָס די גאַנצע וועלט קען באַמערקן עפּעס וועגן דעם ליד, צוגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן אַנדערע רעקאָרדירונגען, אויסבעסערן פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע, און אַפֿילו צוגעבן אַן אייגענעם נוסח. צום ליד "אָ ברידער זאָג", וואָס געפֿינט זיך אינעם סטאָנהיל־אַרכיוו האָט מען געשמועסט, אַפֿילו, צי דער זינגער איז אַ פֿרוי צי אַ מאַן! צום מוסטער פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם" האָט מען צוגעגעבן אַ פֿאַרבינדונג צו אַ רעקאָרדירונג פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם" אין דער נײַער וועבזײַט פֿון דער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע" אין וועלכער ד״ר עמנואל גאָלדשמידט האָט פֿאַרשריבן זײַן נוסח פֿון דער תּפֿילה אין די 1970ער יאָרן.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער מקור פֿון פֿאָלקסלידער־פֿאָרשונג און פֿאָלקסזינגער איז דער "אַהיים"־פּראָעיקט, וואָס ווערט געפֿירט פֿון ד״ר דבֿ־בער קערלער און דזשעפֿרי זײַדלינגער בײַם אינדיאַנער אוניווערסיטעט. דער פּראָיעקט נעמט אַרײַן ווידעאָ־רעקאָרדירונגען פֿון די עלטערע, געבליבענע ייִדיש־רעדנערס אין מיזרח־אייראָפּע. די "אַהיים"־מאַנשאַפֿט פֿאָרט פֿון שטעטל צו שטעטל צו געפֿינען די ייִדן, און אָפֿט פֿאַרשרײַבן זיי אינטערעסאַנטע לידער. דער "אַהיים"־פּראָיעקט פֿירט אויך אַ בלאָג " http://aheym.blogspot.com/ און דאָרט קען מען קוקן אויף פֿאַרשיידענע רעקאָרדירונגען פֿון מעשׂה־דערציילערס, זינגערס און זכרונות־דערציילערס. לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעגעבן אַ רעקאָרדירונג פֿון משה פּינטשעווסקיס ליד "דאָס ליד פֿון באַסאַראַביע" געזונגען פֿון זעלדע דאַווידאָוונאַ רויף. עס איז כּדאַי פֿון צײַט צו צײַט אַ קוק טאָן אויף דעם בלאָג צו הערן און זען וואָס די ייִדיש־רעדערס געדענקען.
צולעצט דאַרף מען דעמאָנען, אַז אויף "יו־טוב", "Youtube", געפֿינט מען אוצרות פֿון דער הײַנטיקער חסידישער וועלט: בדחנים, מוזיקער און זינגערס, וועלכע זינגען סײַ אַלטע לידער, סײַ נײַע שאַפֿונגען. מע קען זיך באַקענען מיט דער הײַנטיקער חסידישער וועלט און מיט זייער שאַפֿערישקייט. למשל, צו הערן ווי יומי לאַווי, אַ באַליבטער חסידישער זינגער פֿון ברוקלין, זינגט אַ נײַ ליד אויף ייִדיש מיט אַ כאָר, גיט אַ קוק אויף: https://www.youtube.com/watch?v=73Ty4OoaX2k
וועגן אַנדערע רעסורסן אויף דער אינטערנעץ מכּוח ייִדישע פֿאָלקסלידער הערט מען פֿון צײַט צו צײַט, און מיר וועלן ווײַטער שרײַבן וועגן דער אינטערעסאַנטער אַנטוויקלונג.