טעאַטער־פּראָגראַם "נשמה צו נשמה" |
"פֿאָלקסבינע" הייבט אָן איר 97סטן סעזאָן
ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע איז יאָרן לאַנג געווען דער ראָש פֿונעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר בינעקונסט" אין מאָנטרעאָל, האָט די טעג איבערגענומען די לייצעס, ווי די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין, פֿון דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק. זי וועט צוזאַמען מיט זלמן מלאָטעק, דעם קינסטלערישן רעזשיסאָר, אָנפֿירן איצט די עלטסטע ייִדישע טעאַטער־טרופּע אויף דער וועלט, וואָס וועט פּראַווען איר 100־יאָריקן יוביליי אין האַרבסט 2014.
דער 2011—2012 סעזאָן וועט זיך אָנהייבן מיט אַ טעאַטער־פּראָגראַם וואָס רופֿט זיך "נשמה צו נשמה" [Soul 2 Soul], וועלכע ברענגט צונויף די מוזיקאַלישע פֿאָלקס־טראַדיציעס פֿון די ייִדן און פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער. זלמן מלאָטעק האָט געשאַפֿן די פֿאָרשטעלונג אין וועלכער עס זינגען ליסאַ פֿישמאַן, עלמאָר דזשיימס און טאָני פּערי. "נשמה צו נשמה" האָט געעפֿנט דעם אינטערנאַציאָנאַלן מאָנטרעאָלער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני, און מע וועט אים אויפֿפֿירן פֿיר מאָל אין ניו־יאָרק אין פֿיר פֿאַרשיידענע קאָלעדזשעס. מאָנטיק, דעם 19טן סעפּטעמבער, 12:00 בײַ טאָג, אין ברוקלין קאָלעדזש; דעם זעלבן טאָג, 7:00 אין אָוונט, אין CUNY, אין מאַנהעטן. דינסטיק, דעם 20סטן סעפּטעמבער, 7:00 אין אָוונט, אין קווינס קאָלעדזש, און דאָנערשטיק, דעם 22סטן סעפּטעמבער, 2:00 בײַ טאָג, אין לעהמאַן־קאָלעדזש אין בראָנקס.
די הויפּט־פֿאָרשטעלונג פֿון דער "פֿאָלקסבינעס" האַרבסט־סעזאָן וועט זײַן די ערשטע ניו־יאָרקער "אויפֿלעבונג" פֿונעם קלזעמער־מיוזיקל "שלומיאל דער ערשטער", אַ דערציילונג פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס איז באַאַרבעט געוואָרן אויף ענגליש פֿונעם באַקאַנטן פּראָפֿ׳ ראָבערט ברוסטיין, דער גרינדער פֿונעם "אַמעריקאַנער רעפּערטואַר־טאַעטער".
"שלומיאל דער ערשטער" וועט מען פֿאָרשטעלן 24 מאָל; צו ערשט אינעם "סקירבאַל־צענטער" בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, און דערנאָך אויף אַנדערע בינעס אין דער ניו־יאָרקער געגנט. די פֿאָרשטעלונג ווערט בשותּפֿות געשטעלט פֿון דער "פֿאָלקסבינע", פֿונעם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט" און דעם "מאָנטקלייר שטאַט־אוניווערסיטעט". ווען מע האָט פֿאָרגעשטעלט "שלומיאל דער ערשטער" צום ערשטן מאָל, מיט כּמעט צוואַנציק יאָר צוריק, איז די פּיעסע אויפֿגעפֿירט געוואָרן בסך־הכּל אין 4 פֿאָרשטעלונגען. איצט וועט דאָס מיוזיקל מיט זיך פֿאָרשטעלן, באמת, די ערשטע געלעגנהייט פֿאַר אַ ברייטערן עולם זי צו זען.
די טעקסטן פֿון די לידער האָט געשריבן אַרנאָלד ווײַנשטיין; די מוזיק האָט קאָמפּאָנירט און באַאַרבעט האַנקוס נעצקי; געוויסע אַראַנזשירונגען האָט געמאַכט זלמן מלאָטעק. די רעזשי און כאָרעאָגראַפֿיע וועט פֿירן דייוויד גאָרדאָן. די פּיעסע קומט פֿאָר אין כעלעם, דאָס באַקאַנטע שטעטל פֿון "חכמים", און ווי סע טרעפֿט זיך אָפֿט אין כעלעמער מעשׂיות, שפּיגלט אָפּ די אַבסורדישע וועלט פֿון כעלעם די וואָרהאַפֿטיקייט פֿון אונדזער וועלט. אַ גאַנצע קלעזמער־קאַפּעליע וועט שפּילן די מוזיק און לידער.
וואַסערמאַן האַלט, אַז "די פֿאָרשטעלונג כאַפּט אויף די חוצפּה פֿון באַשעוויס’ פֿאָלקס־מעשׂה, און האָט די מעגלעכקייט צוצויִען און אינספּירירן דעם פֿאַרשיידנאַרטיקן ניו־יאָרקער עולם".
די פּינקטלעכע פּרטים פֿון אַלע פֿאָרשטעלונגען און אינפֿאָרמאַציע וועגן בילעטן קען מען געפֿינען אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער "פֿאָלקסבינע" — www.nationalyiddishtheatre.org
אַוודאי ווינטשן מיר דער "פֿאָלקסבינע" הצלחה אינעם נײַעם סעזאָן, אָבער עס פֿאַרדריסט אונדז שטאַרק, וואָס די צוויי דערמאָנטע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם "נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" זענען נישט אויף ייִדיש. מיר האָפֿן, אַז מיט ברײַנע וואַסערמאַנס פֿירערשאַפֿט, וועט טעאַטער אויף ייִדיש בײַ דער "פֿאָלקסבינע" ווײַטער לעבן אין ניו־יאָרק.
"אַגענטן": אַ שותּפֿות צווישן "ייִדיש־רעפּוטואַר־טעאַטער" אין ניו־יאָרק און דעם "לופֿטעאַטער" אין פֿראַנקרײַך
דעם 24סטן מאַרץ 2011 בין איך פֿאַרבעטן געוואָרן צו געבן אַ וואָרט־קאָנצערט לכּבֿוד אַלטער קאַציזנע אינעם לאָקאַל אין ברוקלין, וווּ עס איז אַקטיוו מײַן נײַער חבֿר דוד מאַנדעלבאַום. מאַנדעלבאַומען האָב איך געקענט פֿונעם ערשטן "ייִדיש־טעאַטער־פֿעסטיוואַל" אין מאָנטרעאָל אין 2009. איך האָב זיך דערקוויקט מיט זײַן איין־כאַראַקטער־פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער" און אים אָפּגעגעבן מײַן ייִשר־כּוח. שוין אַ שאָק מיט יאָרן האָב איך נישט געהאַט די געלעגנהייט צו זען אַ סאָלאָ־פּיעסע אויף ייִדיש פֿון אַן ערנסטן כאַראַקטער — גוט געשפּילט אין אַ פּרעכטיקן ייִדיש — אַ פֿאַרגעניגן.
נאָך מײַן אַרויסטריט אין ברוקלין, האָט דוד מאַנדעלבאַום זיך געוואָנדן צו מיר מיט אַ פֿאָרלייג, מיר זאָלן צוזאַמען אויפֿטרעטן אין אַן ערנסטער פֿאָרלייענונג אין דער צוקונפֿט. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דעם שמועס און פֿאַרבעטונג וועלן פֿינף פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע אַקטיאָרן אונטער דער רעזשי פֿון משה יאַסור און מיט דער באַגלייטונג פֿונעם מוזיקער דמיטרי סלעפּאָוויטש, אויפֿפֿירן אַזאַ פֿאָרלייענונג. די אַקטיאָרן זענען: דוד מאַנדעלבאַום, אַלען לויִס ריקמאַן, שיין בייקער, רפֿאל גאָלדוואַסער און יעלענע שמואלענסאָן.
דער טעקסט וועט זײַן "אַגענטן" פֿון שלום־עליכמען, און ס‘וועט אים באַאַרבעטן משה יאַסור. במשך פֿון די רעפּעטיציעס וועלן די אַקטיאָרן אויך אימפּראָוויזירן. דאָס הייסט, די פֿאָרשטעלונג וועט מיט זיך פֿאָרשטעלן אַן אַנסאַבל־שאַפֿונג, אין וועלכער מיר וועלן פּרובירן צעברעכן די סטערעאָטיפּן פֿון היעראַרכיעס, אָן קיין שום "שטערן" אין דער טרופּע.
די זיבן קינסטלער (5 אַקטיאָרן, רעזשיסאָר און מוזיקער) קענען אַלע גוט ייִדיש, און האַלטן פֿון אַ גוטן קינסטלערישן ייִדישן טעאַטער. זיי זענען פֿרײַע קינסטלער, וואָס באַשליסן פֿאַר זיך אַליין, דאָס וואָס זיי טוען, ווי אַזוי, מיט וועמען, וווּ און אַזוי ווײַטער.
מיר האָפֿן אַרויסצוברענגען אַ נײַע, מאָדערנע אינטערפּרעטאַציע פֿון שלום־עליכמס יצירה, וואָט וועט אויך דורך איבערזעצונג (אין ענגליש, אָדער אַנדערע שפּראַכן), זײַן צוטריטלעך צו אַן אַלגעמיינעם עולם. אַזוי וועט זיך באַקומען אַ טעאַטער־שפּיל וואָס מע וועט קענען ברענגען אויף פֿאַרשיידענע פֿעסטיוואַלן ווי אויך שפּילן אין טעאַטערס וואָס קענען זײַן פֿאַראינטערעסירט.
איך, דער דירעקטאָר פֿונעם פֿראַנצויזישן "לופֿטעאַטער", נעם אויף זיך און מײַן טרופּע, די אַרבעט צו געפֿינען טעאַטערס וווּ אויפֿצוטרעטן מיט דער פּיעסע אין פֿראַנקרײַך און אייראָפּע. אַ דאַנק די שוין פֿאַראַנענע קאָנטאַקטן, וואָס האָבן מיר דערמעגלעכט צו שפּילן אין דער גאַנצער וועלט (אין גיכן אויך אין אויסטראַליע), האָף איך, אַז דאָס וועט נישט אָנקומען צו שווער. אַלע דאַטעס פֿון די פֿאָרלייענונגען אין ניו־יאָרק זענען נאָך נישט באַשטימט, אַחוץ דעם 9טן נאָוועמבער אין "בית־אמת סינאַגאָגע" אין ברוקלין, 7:30 אין אָוונטן, און דעם 13טן נאָוועמבער, 1:30 בײַ טאָג, אינעם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער", אין בראָנקס.
רפֿאל גאָלדוואַסער , שטראַסבורג
מילענע קאַרטאָווסקי און איר טעאַטער־לאַבאָראַטאָריע
מילענע קאַרטאָווסקי |
אין פֿרילינג הײַנטיקס יאָר האָבן מיר באַשריבן די פּאַריזער טעאַטער־פֿאַרשטעלונג "טשאָלנטגאַנג" פֿון מילענאַ קאַרטאָווסקי אין "וועלט פֿון ייִדיש". די אויפֿפֿירונג האָט זי אויך פֿאָרגעשטעלט בײַם צווייטן מאָנטרעאָלער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני. כאָטש זי האָט ערשט גראַדויִרט פֿון אוניווערסיטעט אין פּאַריז איז מילענע קאַרטאָווסקי געקומען קיין ניו־יאָרק דעם האַרבסט מיט גרויסע טעאַטראַלישע פּלענער. במשך פֿון סעפּטעמבער ביז נאָוועמבער, וויל זי שאַפֿן אַ "קינסטלערישע לאַבאָראַטאָריע פֿון פֿאָרשונג און שאַפֿונג"; דאָס הייסט, צונויפֿנעמען אַ גרופּע יונגע אַקטיאָרן, זינגער, מוזיקער און וויזועלע קינסטלער, און צוזאַמען אויספֿאָרשן געוויסע קשיות ווי "וואָס הייסט אַ ייִדיש־טעאַטער הײַנט? פֿאַר וואָס זאָל מען זיך באַטייליקן אין דער ייִדישער קולטור? ווער איז דער עולם? צי איז דאָס באַטייליקן זיך אין ייִדיש־שפּראַכיקער קונסט רעלעוואַנט צו קולטורעלע און פּאָליטישע התחײַבֿותן?"
דאָס זענען נאָר אַ טייל פֿון די קשיות וואָס קאַרטאָווסקי פֿרעגט. זי האָט שטודירט מיט פֿאַרשיידענע לערערס פֿון טעאַטער, און האָט אַ כּלערליי אויסשולונג וועגן טעאַטער. זי וויל ניצן די טעכניק פֿון גראָטאָווסקי און "אַנטראָפּאָלאָגישן טעאַטער" וואָס זי האָט שטודירט בײַם "אָדין טעאַטרעט". און דאָס לערנען מיט דער גרופּע.
דעם זומער האָט זי געדינט ווי אַלען בערנס אַסיסטענט אין "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" און געקומען קיין "קלעזקאַנאַדע" ווי אַ סטיפּענדיאַנט. איר כּוונה צו קומען קיין ניו־יאָרק איז אויך געווען זיך צו פֿאַרטיפֿן אין ייִדיש און זיך אויסלערנען די שפּראַך. זי שרײַבט "דורך קינסטלערישע אויספֿאָרשונג איבער אונדזער ייִדישער קולטור־ירושה, ליטעראַטור, מוזיק, טענץ, וועלטלעכע טראַדיציעס, ימים־טובֿים, וועלן מיר זיך באַמיִען צו שאַפֿן אַן אייגענעם פֿאַרשטאַנד און פּאָעטישע אויסטײַטשונג פֿאַר אונדזער ייִדישן טעאַטער."
צום סוף פֿון די דרײַ חדשים וויל זי, אַז די גרופּע זאָל אַנטוויקלען אַ שאַפֿונג, וואָס מע וועט פֿאָרשטעלן. דערוווײַל האָט אַ צאָל ניו־יאָרקער געענטפֿערט אויף אירע מעלדונגען, אָבער זי זוכט ווײַטער אָנטיילנעמער. די גרופּע וועט זיך אָנהייבן טרעפֿן סוף סעפּטעמבער. שרײַבט צו:
milenakartowski@gmail.com