|
דער פֿראַנצויזישער קאָמיקער און רעזשיסאָר, זשאָאַן ספֿאַר, נאָכן באַקומען די פּרעמיע פֿאַרן בעסטן ערשטן פֿילם, פֿאַר זײַן פֿילם "גיינסבורג", דעם 25סטן פֿעברואַר 2011 |
Credit: Getty Images |
עס איז מיר אויסגעקומען עטלעכע מאָל, סײַ אין טעקסאַס, סײַ אין ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע, זיך צו באַקענען מיט קאַריקאַטוריסטן, קינסטלער פֿון "קאָמיקס"; בפֿרט, פֿון די אַזוי־גערופֿענע "אונטערערדישע" קאָמיקס. אָפֿט מאָל געבן אַרויס די קינסטלער אַליין זייער ווערק ביז, אין אַ מזלדיקער שעה, זיי ווערן "אַנטדעקט". בדרך־כּלל, מײַדן אויס די קינסטלער אַן עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט, בלײַבן אַליין אין שטוב און האַלטן זיך באַזונדער, אָפּגעפֿרעמדט. דאָס צייכענען בילדער־שטרײַפֿן איז אַ ייִחידישע קונסט, להיפּוך, למשל, צו שאַפֿן פֿילמען, וווּ מע נייטיקט זיך אין אַ גאַנצער מאַנשאַפֿט פֿון מיטהעלפֿער און מבֿינים אין כּלערליי שײַכותדיקע קונסטן. דער פֿראַנצויזישער ייִד, זשאָאַן ספֿאַר, האָט, אָבער, באַוויזן צו ווערן סײַ אַ באַקאַנטער קאַריקאַטוריסט, און לעצטנס, סײַ אַן אָנערקענטער פֿילם־רעזשיסאָר.
די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון זשאָאַן ספֿאַרס ערשטן פֿילם "גאַנזבורג", וועגן דעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן פּאָפּ־זינגער סערזש גאַנזבורג. איז דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט, ספֿאַר געקומען אין שטאָט זיך צו טרעפֿן מיט דער אַמעריקאַנער פּרעסע צו רעדן וועגן זײַן פֿילם.
"גאַנזבורג" האָט מען שוין רעצענזירט און געלויבט אין אונדזער צײַטונג, ווען מע האָט אים אָנגעהויבן צו ווײַזן אין אייראָפּע און ענגלאַנד מיט אַ יאָר צוריק. דער גאַנצער טיטל פֿונעם פֿילם איז "גאַנזבורג: אַ העלדיש לעבן", און דער טיטל שפּיגלט אָפּ ספֿאַרס גרויס דרך־ארץ פֿאַרן זינגער. ספֿאַר דערציילט: "איך בין אַוועק פֿון דרום־פֿראַנקרײַך און געקומען קיין פּאַריז מיט איין ציל: זיך צו טרעפֿן מיט סערזש גאַנזבורג... אַ חודש נאָך דעם ווי איך בין אָנגעקומען קיין פּאַריז איז ער געשטאָרבן".
אין אַמעריקע איז סערזש גאַנזבורג קיין מאָל נישט געוואָרן אַזוי באַקאַנט ווי אין פֿראַנקרײַך, אָדער אייראָפּע בכלל. אַפֿילו די מענטשן וואָס האָבן יאָ געקענט זײַנע לידער אין אַמעריקע, האָבן קיין מאָל נישט געטראַכט, אַז גאַנזבורגס ייִדישקייט פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין זײַן ביאָגראַפֿיע, אָדער קונסט. אָבער ספֿאַרס פֿילם הייבט אַרויס דעם זינגערס "ייִדישע קישקע" און דער אַספּעקט וועט זײַן אַ חידוש פֿאַר אַ סך מענטשן.
זשאָאַן ספֿאַר איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט ניס מיט 40 יאָר צוריק. ער האָט אַן אַשכּנזישע מאַמע, און אַ ספֿרדישן טאַטע. אין זײַן קאָמיקס־בוך, וואָס האָט אים קונה־שם געמאַכט, "דעם רבֿס קאַץ", ווערט דערציילט אַ פֿאַנטאַסטישע מעשׂה, אינספּירירט פֿון זײַנע ספֿרדישע וואָרצלען אין צפֿון־אַפֿריקע, און נעמט אַרײַן, ווי כאַראַקטערן, אַ קאַץ וואָס רעדט, אַ לייב וואָס טוט אַלץ וואָס מע בעט בײַ אים, און אַן עלטערער ספֿרדישער רבֿ, וואָס זײַן אַלטער לעבנס־שטייגער איז אין אַ סכּנה פֿון פֿאַרשווינדן.
וויזועל זעט אויס "דעם רבֿס קאַץ" ווי אַ קינדער־מעשׂה, אָבער אין גיכן ווערט קלאָר, אַז דאָס בוך איז נישט געצילט אויף קינדער, נאָר אויף אַ דערוואַקסענעם עולם. ספֿאַרס אָבסערוואַציעס וועגן דער געזעלשאַפֿט און די פֿאָלקישע חכמה פֿונעם רבֿ (און קאַץ!) האָבן חן און אַנטפּלעקן אויך אַ טיפֿקייט אינעם ווערק. ספֿאַר האָט צענדליקער אַנדערע קאָמיקס־ביכער געשריבן, אָבער קיין איינס האָט נישט דערגרייכט די פּאָפּולערקייט פֿון "דעם רבֿס קאַץ".
זײַן "אַשכּנזיש" קאָמיקס־בוך — "קלעזמער: מעשׂיות פֿונעם ווילדן מיזרח" (2003) איז נישט צו פֿאַרגלײַכן מיטן "ספֿרדישן" — "דעם רבֿס קאַץ". עס איז קינדיש און האָט אַ נאַרישן סיפּור־המעשׂה, וואָס שפּיגלט אין גאַנצן נישט אָפּ דאָס ייִדישע לעבן אין אוקראַיִנע פֿון וואַנען זײַן מאַמעס טאַטע־מאַמע שטאַמען. דערצו האָט ער צום סוף פֿונעם בוך צוגעגעבן צוואַנציק זײַטן פֿון "נאָטיצן", וואָס נעמען אַרײַן זײַנע געדאַנקען וועגן ייִדן, ייִדישקייט, ייִדישער רעליגיע, ארץ־ישׂראל, אַנטיסעמיטיזם און קלעזמער־מוזיק, צווישן אַנדערע. אויף אַזאַ "שווערן" צוגאָב צו אַ בילדערשטריף האָט דער לייענער נישט געבעטן, און ס׳איז אַ חוצפּה, מיר דאַכט, פֿאַרן מחבר צו האַלטן, אַז מיר ווילן לייענען זײַנע פּערזענלעכע מיינונגען אויף די דאָזיקע טעמעס נאָכן איבערלייענען אַ הומאָריסטישן, פֿאַנטאַסטישן קאָמיקס.
צום גליק, האָב איך "קלעזמער" געלייענט נאָך דעם ווי איך האָב געזען דעם פֿילם "גאַנזבורג", וואָס איך האַלט פֿאַר אַ גאָר פֿײַנעם פֿילם, בפֿרט נאָך דעם ווי איך האָב אינטערוויויִרט דעם רעזשיסאָר. איך האָב אים געפֿרעגט וועגן דער פֿילם־סצענע, אין וועלכער גאַנזבורג לערנט מוזיק מיט ייִדישע יתומים נאָך דער מלחמה, וואָס איז באַזירט אויף אַן אמתן קאַפּיטל פֿון זײַן לעבן. די סצענע גיט ספֿאַרן אַ געלעגנהייט אַרײַנצופֿירן אַ ביסל קלעזמער־מוזיק אינעם פֿילם און ווײַזט אין איין מינוט ווי אָפּגעפֿרעמדט דער זינגער איז פֿון זײַנע וואָרצלען, אָבער פֿון דעסטוועגן, וויפֿל בשותּפֿות ער האָט מיט די ייִדיש־רעדנדיקע יתומים.
"ווען איך האָב געוויזן דעם פֿילם פֿאַר אַ ייִדישן עולם אין פּאַריז איז איין פֿרוי צוגעקומען צו מיר און דערציילט, אַז זי איז געווען צווישן די מוזיק־תּלמידים אין דער אינסטיטוציע וווּ גאַנזבורג האָט געלערנט צוויי יאָר לאַנג. צום סוף האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער: 'אין דער אמתן, איז ער נישט געווען קיין סימפּאַטישער טיפּ’", האָט ספֿאַר דערציילט.
אַן אַנדער סצענע צו געדענקען קומט פֿאָר, ווען דער זינגער און די אַקטריסע ברידזשיט באַרדאָ הייבן אָן צו שפּילן אַ ליבע, און זײַנע טאַטע־מאַמע שעפּן נחת פֿונעם זונס סעקסועלן "סוקצעס". צי אַזוינע סצענעס זענען טאַקע פֿאָרגעקומען דערציילט ספֿאַר, אַז "'גאַנזבורג’ איז נישט קיין היסטאָרישער פֿילם. ער שטרעבט צו דערציילן אַ מאָדערנעם מיטאָס, ווײַל די פֿיגור פֿון גאַנזבורג איז ראַדיקאַל מאָדערן. דערווײַל האָט נישט קיין בוך אָדער פֿילם אויסגעפֿאָרשט זײַנע העראָיִשע מידות. גאַנזבורג קען מען פֿאַרגלײַכן צו ישו, אָבער ער איז אין דער זעלבער צײַט עכט רוסיש, עכט ייִדישלעך."
איין פּרט פֿונעם פֿילם, וואָס איז זיכער נישט היסטאָריש, איז די פֿאַנטאַסטישע פֿיגור פֿון אַ מיאוסער גאַנזבורג־פֿויגל־פֿיגור, "אַן אַלטערנאַטיווער עגאָ", וואָס גייט דעם זינגער נאָך במשך פֿונעם פֿילם; אַ פֿיגור מיט אַ גרויסער נאָז וואָס איז אויסגעטראַכט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון די אַנטיסעמיטישע צייכענונגען בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה אין פּאַריז, ווען דער יונגער גאַנזבורג האָט געטראָגן אַ געלן מגן־דוד. אין דער פֿיגור האָט ספֿאַר קאָמבינירט זײַן קאָמיקס־בוך־קונסט מיט זײַן קונסט פֿון אַ פֿילם־רעזשי מיט גרויס הצלחה.
"די וואָס לייענען מײַנע קאָמיקס־ביכער וועלן דאָרטן געפֿינען אַלע מײַנע אָבסעסיעס מכּוח גאַנזבורג: די ליבע ווי אַ סגולה פֿאַר אַלץ; די טראַגעדיע פֿון אַבסורדישקייט פֿון סלאַווישע פּאָעטן; די איראָניע און פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן אין שאַגאַלס מאָלערײַען... גאַנזבורג איז אַ גרעסערער העלד ווי סופּערמאַן, ווײַל אַ העלד איז דער וואָס לײַדט, ווערט געוואָרפֿן צו דר׳ערד, אָבער וועט נאָך אַלץ כאַפּן הייסע קוילן מיט די הענט".
אַז ספֿאַר איז אויך פֿאַרכאַפּט פֿון גאַנזבורג איז מיר קלאָר געוואָרן בעת אונדזער שמועס. דאָס וואָס ער האָט געשאַפֿן אַזאַ וווּנדערלעכן פֿילם מיט אַזוינע געפֿילן, איז אונדזער מזל.