מוזיק


קלעזמער־מוזיק איז, במשך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר, געגאַנגען אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען — דזשעז, רעגיי, אַמעריקאַנער "בלוגראַס", ווי אויך געמאַכט אַ סינטעז מיט קלאַסישער מוזיק. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל — "קלעזמער-שיל" — פֿון דער סאַן־פֿראַנציסקער טריאָ־גרופּע "ווערעצקי־פּאַס", הערט מען די השפּעה סײַ פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ פֿון דזשעז, סײַ פֿון טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק און פֿאָלקסמוזיק. די גרופּע רופֿט אָן די שאַפֿונג "אַ טאָן־פּאָעמע". לויט דער געוויינטלעכער דעפֿיניציע פֿון דעם זשאַנער, איז די קאָמפּאָזיציע געשאַפֿן פֿאַר אַן אָרקעסטער און איז אינספּירירט פֿון אַ "טעקסט"; עס מעג זײַן אַ פֿאָלקס־מעשׂה, אַ ליד, אַ בילד און, אינעם פֿאַל פֿון "קלעזמער־שיל" באַשטייט דער "טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות" בײַם דאַוונען.
אָבער, להיפּוך צו די תּפֿילות אין שיל, וויל "קלעזמער־שיל" באַרירן דעם צוהערער נאָר דורך מוזיק, אָן קיין שום ווערטער. קיין בעל־תּפֿילה וועט מען דאָ נישט הערן. די דאָזיקע "טאָן־פּאָעמע" ווערט צעטיילט אין פֿיר מוזיקאַלישע באַוועגונגען, וואָס ווערן ווײַטער אײַנגעטיילט אין 23 קלענערע אָפּטיילן. "אונדזער ערשטער געדאַנק בײַם שאַפֿן דאָס ווערק איז געווען צו געבן דעם צוהערער אַן עמאָציאָנעלע איבערלעבונג ווי בײַם דאַוונען אין שיל", שרײַבן זיי; און זיי האָבן איבערגעטײַטשט דאָס דאַוונען, ניצנדיק פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע וואָקאַבולאַרן, וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות צו דער קלעזמער־מוזיק, און צו קלעזמאָרים.
פּונקט ווי אַ טייל חסידישע ניגונים ווערן "געליגן" פֿון וועלטלעכע און אַפֿילו גוייִשע קוואַלן און ווערן מיט דער צײַט "געהייליקט" דורך זייער געזאַנג בײַ חסידים, אַזוי האָט די גרופּע אויך געהאַלטן, אַז מע מעג נעמען פֿון פֿרעמדע אוצרות, און דורך דעם אַרײַנפֿלעכטן די "פֿרעמדע" מוזיק אין אַזאַ ייִדישער רוחניותדיקער שאַפֿונג, וואָס מאַכט זי הייליק.
ווען איינער אויף דער בינע אָדער בימה רופֿט אויס, און דער עולם ענטפֿערט אים, אַזוי ווי דער חזן און דער מנין אין שיל, הייסט דאָס אַנטיפֿאָניע אין דער מוזיק. אַנטיפֿאָניע עקזיסטירט אין אַ סך רעליגיעס און די טעכניק הערט מען אָפֿט אינעם דאָזיקן קאָמפּאַקטל. די רעקאָרדירונג האָט מען פֿאַרשריבן "לעבעדיקערהייט", פֿאַר אַן עולם אין פֿירט, דײַטשלאַנד, מאַרץ 2008. אימפּראָוויזאַציע איז אויך אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער שאַפֿונג; וועט מען זיכער קיין מאָל נישט הערן פּונקט די זעלבע מעלאָדיעס וואָס מע הערט אויף "קלעזמער־שיל".
דער באַסיסט סטו בראָטמאַן איז געווען פֿון די ערשטע "נײַע" קלעזמאָרים. אין זײַנע יונגע יאָרן האָט ער געשפּילט באַס אין ראָק־גרופּעס און אין באַלקאַנישע אַנסאַמבלען. ווען ער האָט געלייענט, אַז אַ מאָל אין די שטעטלעך און שטעט פֿלעגן געוויסע בעלי־מלאכות האָבן זייער אייגענעם קלויז — למשל, אַ שנײַדער־שיל, אַ שוסטער־שיל און אַפּנים, אין געוויסע ערטער, האָבן די קלעזמאָרים אויך געהאַט זייער אייגענע קלויז — האָט בראָטמאַן בײַ זיך געטראַכט, ווי וואָלט געקלונגען דאָס דאַוונען פֿון די קלעזמאָרים אין זייער אייגענער קלויז? וואָלטן זיי באַאַרבעט די מעלאָדיעס, אימפּראָוויזירט נײַע לידער, אַרײַנגעפֿלאָכטן מעלאָדיעס פֿון אָפּערע, קלאַסישער מוזיק, פֿאָלקישע קוואַלן, פּאָפּולערע "שלאַגערס"? ער האָט אַרײַנגעגעבן אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע צו שאַפֿן מיט דער גרופּע "וואַרעצקי פּאַס" אַזאַ מין דאַוונען, ווי זיי שטעלן זיך דאָס פֿאָר, וואָלט פֿאָרגעקומען אין אַ קלעזמער־שיל.
פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט געקוקט אויף די טראַדיציאָנעלע אַספּעקטן פֿון אַזאַ מין קלזעמער־שיל, באַנעמען די מוזיקער דעם געדאַנק פֿון אַ מאָדערנער פּערספּעקטיוו. אַלע דרײַ מוזיקער אין דער גרופּע קומען מיט פֿאַרשיידענע הינטערגרונטן. די פֿידלערין קוקי זעגלשטיין האָט יאָרן לאַנג געשפּילט פֿידל און וויאָלאַ אין אָרקעסטערס און מיט אַנדערע קלאַסישע מוזיק־גרופּעס. זי איז אַ טאָכטער פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און קען גוט די ייִדישע קולטור־וועלט. דזשאַש האָראָוויץ שפּילט, דער עיקר, אויפֿן אַקאָרדעאָן און פּיאַנע, און איז הײַנט געוואָרן אַן אָנפֿירנדיקער טעאָרעטיקער פֿון קלעזמער־מוזיק און איר געשיכטע.
מע הערט די פֿאַרשיידענע השפּעות אויף דער מוזיק אין "קלעזמער־שיל" אינעם ערשטן נומער, וואָס הייסט "מע רופֿט זיך צונויפֿצוקומען". אַ רומעניש פּאַסטעך־פֿלייטל שפּילט, עלעהיי ווי מע וואָלט צונויפֿגערופֿן שאָף. די מעלאָדיע איז אַ רומעניש־ייִדישע, אַ פֿאָלקישע מעלאָדיע, אָבער די באַגלייטונג פֿונעם אַקאָרדעאָן גיט צו אַ מאָדערנעם מינימאַליסטישן קלאַנג צו דער פֿאָלקישקייט.
זעגלשטיינס פֿידל, וואָס קלינגט אָפֿט רומעניש־ייִדישלעך, שפּילט די הויפּט־מעלאָדיע אין ס‘רובֿ נומערן. אויב מע הערט עפּעס אַ דערמאָנונג פֿון די טראַדיציאָנעלע תּפֿילות אין דער מוזיק, וועט דאָס שפּילן דער פֿידל. אַרום איר פֿידל וועבן זיך, אָבער, קלאַנגען פֿון אַן אַנדער וועלט. מע הערט ווי די טריאָ האָט אויסגעאַרבעט געוויסע מוזיקאַלישע סטרוקטורן, אָבער האָט געלאָזט אַ פֿרײַ אָרט פֿאַר אימפּראָוויזאַציע.
האָראָוויצעס אַקאָרדעאָן שפּילט נישט אויף דער רעקאָרדירונג די געוויינטלעכע באַגלייט־ראָלע. אינעם נומער "שטילע תּפֿילה", למשל, הערט מען דעם פֿידל מיט זײַן עכט ייִדישן קרעכץ, אָבער דער אַקאָרדעאָן שפּילט נישט קיין מעלאָדיע צו זינגען, נאָר אַ מעדידאַטיווע נאָטע, דאָ און דאָרט. דער צווישן־שפּיל פֿון פֿאָלקישן פֿידל און מינימאַליסטישן אַקאָרדעאָן איז אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט פֿון דער רעקאָרדירונג. "קלעזמער־שיל" איז נישט איין גרויסע אימפּראָוויזאַציע; נאָר אַן אָריגינעלע קאָמפּאָזיציע, כאָטש אַ טייל נעמען פֿון די נומערן זענען תּפֿילות; אָבער אַ טייל פֿון די תּפֿילות, וועט מען געוויס דערקענען — "ברכּת־כּהנים", "מה־טובֿו" "עושׂה שלום".
ווען דזשאַש האָראָוויץ שפּילט אויף דער פּיאַנע, הערט מען בפֿירוש די השפּעה פֿון דזשעז. למשל, אינעם "ניגון", הערט מען אַ דזשעז־שטיקל, אַ דועט צווישן פּיאַנע און באַס, אָן קיין שום פֿאַרבינדונג, לויט מײַנע אויערן, צו ייִדישער מוזיק. אין אַנדערע קאָמפּאָזיציעס ווי "בינה", קלינגט דער פֿידל מער טראַדיציאָנעל, און אין אַזוינע שאַפֿונגען דרינגט די עמאָציע פֿון דער מוזיק טיפֿער אַרײַן אין אַ ייִדישער נשמה.
דער "קדיש" וואָס דער פֿידל שפּילט, מײַדט אויס אין גאַנצן דעם ייִדישן קלאַנג, און די מוזיקער, מיר דאַכט, לייגן דעם טראָפּ אויף דער אַנטיפֿאָניע פֿון דעם קדיש, בעת וועלכן דער מנין ענטפֿערט "אָמן" עטלעכע מאָל. אויך אין "קדוש, קדוש, קדוש" וויל די גרופּע אויפֿכאַפּן דאָס שפּרינגען בײַ קדושה מיט דעם ריטעם פֿון דער שאַפֿונג, און נישט דווקא זיך אַרײַנטאָן אין דער הייליקייט פֿון דער תּפֿילה.
עס כאַפּן זיך אַרײַן אַזוינע "אַפּיקורסישע" געדאַנקען אין דער "קלעזמער־שיל" פֿון "וואַרעצקי־פּאַס", אָבער זייער ציל איז טאַקע צו שפּילן טיף פּערזענלעכע הייליקע מוזיק, און זיי האָבן מצליח געווען אין דעם.