|
מאַלי ווײַנגראַד און דזשאָיִ ווײַזענבערג שערן אָפּ צום ערשטן מאָל די האָר פֿון זייער זון לבֿ |
|
זונטיק בין איך געווען אויף אַ חנוכּת־הבית און דאָרטן דערציילט אַ גאַסט, אַ חסיד פֿון דערבײַיקן וויליאַמסבורג, אַז איך גיי אויף אַן אָפּשערעניש מאָנטיק אין דער פֿרי, אַן אָפּשערעניש בײַ אַ נישט־חסידישער משפּחה. "דאָס ייִנגל וועט טראָגן פּאות?", האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט. "ניין, כ׳בין כּמעט זיכער, אַז נישט", האָב איך געענטפֿערט, און ער האָט געגעבן אַ צי מיט די פּלייצעס, אַזוי צו זאָגן — "נו, אויב אַזוי, צו וואָס דאַרף מען דאָס האָבן?" זעט אויס, אַז די טראַדיציע פֿון אַן אָפּשערעניש — דאָס אָפּשערן צום ערשטן מאָל די האָר פֿון אַ דרײַ־יאָריק ייִנגל — אַנטוויקלט זיך אויף נײַע וועגן...
דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע אָפּשערעניש וואָס איך בין בײַגעווען. מיט צוועלף יאָר צוריק, בין איך אייגנס געפֿאָרן קיין מירון, לעבן צפֿת, אינעם טאָג פֿון ל״ג בעומר, זיך צו באַטייליקן אינעם יום־טובֿ. קלעזמאָרים פֿון גאַנץ ישׂראל זענען געקומען צו שפּילן בײַם קבֿר פֿון ר׳ שמעון בר־יוחאי, און דערלעבן האָט מען אָפּגעשוירן די האָר פֿון צענדליקער דרײַ־יאָריקע ייִנגלעך. די שטימונג איז געווען אַ געהויבענע, אַ יום־טובֿדיקע. אָבער מע האָט אַזוי פֿיל קינדער אָפּגעשוירן מיט איין מאָל, אַז עס האָט אויסגעזען ווי אַ מאָנטאַזש־ליניע אין אַ פֿאַבריק, און נישט קיין פּערזענלעך, אינטימע משפּחה־צערעמאָניע. דאָרטן רופֿט מען די צערעמאָניע "חלאקה" (כאַלאַקאַ), אַ וואָרט וואָס שטאַמט פֿונעם אַראַבישן אויסדרוק פֿאַר אָפּשערעניש. גאַנץ מעגלעך, אַז דער מינהג שטאַמט פֿון די ספֿרדים מיט הונדערטער יאָרן צוריק, אָבער דער שורש בלײַבט דערווײַל אַ מיסטעריע. אינעם תּלמוד שטייט גאָר נישט וועגן אַזאַ פֿירעכץ.
איך האָב אויך שוין פֿריִער געהערט וועגן נישט־חסידישע אָפּשערענישן. אין "קלעזקעמפּ" מיט יאָרן צוריק האָבן יאָסל קורלאַנד און חיהלע דייוויס, גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער קלעזמער־וועלט, געפּראַוועט דאָס אָפּשערעניש פֿון זייער זון פֿאַרן גאַנצן עולם. קיין מוזיק און מוזיקער האָט זיכער נישט געפֿעלט.
אין איינער פֿון די אַנקעטעס וואָס די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט אַרויסגעשיקט פֿון ווילנע אין די 1920ער יאָרן, האָט מען זיך נאָכגעפֿרעגט צי "דער מינהג פֿון אָפּשערעניש געפֿינט זיך נאָך אין אײַער קהילה?"; אַ סימן, אַז די אַלטע טראַדיציע האָט קוים "געלעבט" פֿאַרן חורבן. די בלאָנדע לאָקן פֿון מײַן טאַטן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1914, האָט ער געהאַלטן אין אַ מחזור, מיט אַן אונטערשריפֿט פֿון זײַן מאַמען; אָבער איך ווייס נישט צי מע האָט זיי בײַ אים אָפּגעשאָרן בײַם געבוירן ווערן, צי בײַם אָפּשערעניש.
קיין סך וועגן דעם מינהג וועט מען נישט געפֿינען אין די געוויינטלעכע מקורים. אינעם זיבן בענדיקן "מנהגי ישׂראל" פֿון דניאל שפּערבער ווערט עס נישט דערמאָנט. אין "ספֿר מטעמים" און "אידישע מינהגים" געפֿינט מען יאָ איין פּאַראַגראַף, וואָס ענטפֿערט אויף דער שאלה "פֿאַר וואָס שערט מען ניט אָפּ אַ קינד איידער ער קען רעדן?". דער טעם דערפֿאַר איז "ווײַל די גמרא (סוכּה ע״ב) זאָגט: אַ קינד וואָס קען שוין רעדן דאַרף מיט אים דער פֿאָטער לערנען תּורה; דאָס מיינט, אים אויסלערנען דעם פּסוק 'תּורה צוה לנו משה’" און דאָס פֿאַרהייליקט דאָס קינד פֿאַר גאָט. אין פּסוק שטייט אויך, אַז דאָס ערשטע וואָס דו שערסט פֿון דײַנע שאָף, זאָל מען געבן פֿאַר גאָטס וועגן און ישׂראל ווערט אָנגערופֿן שאָף. דער טאַטע ברענגט דאָס קינד צו אַ קדושה וואָס ער לערנט מיט אים תּורה. "נעמט ער אַראָפּ די האָר און דאָס געלט פֿאַר די האָר שענקט מען צו גאָט אויף צדקה". דאָרטן ווערט אויך דערמאָנט, אַז מע גרייט אים דערבײַ צו אויף מיצוות און מע לאָזט אים איבער פּאות און מאַכט אים פֿאַר אַ ייִד "עס זאָל יעדער דערקענען, אַז דאָס איז אַ ייִדיש קינד". כּדאַי צו באַמערקן, אַז מע דערמאָנט נישט, אַז דאָס קינד דאַרף זײַן דרײַ יאָר אַלט, נאָר אַז ער הייבט אָן צו רעדן.
בײַם אָפּשערעניש פֿון מײַנע פֿרײַנד מאַלי ווײַנגראַד און דזשאָיִ ווײַזענבערג, זונטיק, איז געווען אַ ביסל אַנדערש. מע האָט זיך געטראָפֿן אין מיטן פֿון פּראָספּעקט־פּאַרק אין ברוקלין, און מאַלי האָט גענומען אַ וואָרט. טאַטע־מאַמע זענען געזעסן מיט זייער זון לבֿ. "מיר האָבן געוואָלט פּראַווען לבֿס געבוירן־טאָג עס זאָל האָבן אַ טיפֿערן באַדײַט", האָט מאַלי אָנגעהויבן אירע רייד. "פֿאַר אונדז איז אַן אָפּשערעניש די צײַט צו מאַכן אַ חילוק פֿון דער סטאַדיע ווען מען איז אַן עופֿעלע און ווען מע ווערט אַ קינד.
"עס געפֿעלט אונדז דער געדאַנק וואָס די האָר פֿאַרבינדט מען מיט ענערגיע און ליכט. האָר איז אויך פֿרײַהייט, און ווען מע לאָזט די האָר פֿונעם קינד וואַקסן ווילד, באַטײַט דאָס עופֿלשאַפֿט, אַ צײַט ווען מע טראַכט נאָר וועגן זיך. ווען מע שערט אָפּ די האָר, באַטײַט עס, אַז מע שטעלט שוין געוויסע גרענעצן בײַם קינד, אַחריותן בײַם אויפֿוואַקסן, און דאָס קינד איז שוין מער באַוווּסט וועגן זיך און דעם אַרום, אַ טייל פֿון אַ קהילה. ער טראַכט מער נישט נאָר וועגן אייגענע באַדערפֿענישן.
"מיר ווילן נישט אָפּשערן אַלע זײַנע האָר; מיר ווילן ער זאָל נאָך אָנהאַלטן אַ ביסל פֿון דעם ווילדקייט. מיר, פֿון אונדזער זײַט, דאַרפֿן זײַן מער ווי עלטערן און נישט נאָר אים האָדעווען און באַקליידן.
"צוויי אַנדערע געדאַנקען וואָס מע לייענט וועגן אָפּשערעניש געפֿעלן אונדז. איין געדאַנק איז, אַז מע לאָזט די עקן פֿונעם פֿעלד פֿאַר אָרעמע לײַט — דאָס זענען, סימבאָליש גערעדט, די פּאות; די פּאות באַדײַטן אויך, אויב אַזוי, דאָס ווערן אַ טייל פֿון דער קהילה. דער צווייטער געדאַנק — אַז מע פֿאַרזעצט אַ בוים, רײַסט מען נישט די פֿרוכט די ערשטע דרײַ יאָר. אַ קינד, די ערשטע דרײַ יאָר ווערט באַשיצט פֿון טאַטע־מאַמע, אָבער איצט ווערט ער אַ יחיד און מיר קענען געניסן פֿון זײַנע פֿרוכט." מיט דעם האָט מאַלי פֿאַרענדיקט אירע ווערטער, און מע האָט זיך גענומען צו שערן די האָר און געבן צדקה, ווײַל, צווישן אַנדערע טעמים, דאַרף דאָס קינד לערנען, אַז געבן צדקה איז אַ טייל פֿון ווערן אַ ייִד.
אַזוי ווי דער טאַטע, דזשאָיִ ווײַזענבערג, איז אַ מוזיקער און קאמפּאָזיטאָר (מיר האָבן רעצענזירט זײַן בוך און קאָמפּאַקטל לעצטנס), האָט ער געשאַפֿן אַ נײַ אלף־בית ליד פֿאַר זײַן זון לבֿ און מיר האָבן אַלע מיטגעזונגען און זיך געפֿרייט וואָס זייער זון איז געוואָרן באַוווּסטזיניק וועגן זײַן אַ ייִד.