די געטאָ־קעמפֿערין און ייִדישע כּלל־טוערין וולאַדקע מיד געשטאָרבן
וולאַדקע מיד איז געבוירן געוואָרן ווי פֿייגל פּעלטעל אין וואַרשע און האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. נאָך דעם ווי אירע טאַטע־מאַמע, ברודער און שוועסטער זענען אומגעקומען איז זי, אין 1942, געבליבן אַליין. זי איז צוגעשטאַנען צו דער ווידערשטאַנד־אָרגאַניזאַציע אין וואַרשעווער געטאָ און מיט אירע פֿאַלשע פּאַפּירן און אַ נײַעם פּוילישן נאָמען "וולאַדקאַ" פֿרײַ זיך געמישט מיט דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. זי האָט אַרויסגעשמוגלט ייִדישע קינדער און געהאָלפֿן זיי געפֿינען היימען און אַרײַנגעשמוגלט געווער און אַמוניציע אין געטאָ אין צוגרייטונג פֿאַרן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1943. ווי אַ קוריער האָט זי געפֿירט דאָקומענטן הין און צוריק, ווי אויך נײַעס פֿון ביידע זײַטן געטאָ. אין איר בוך און אין אירע לעקציעס האָט זי אויך דערמאָנט דעם אַנטיסעמיטיזם און די גלײַכגילטיקייט פֿון די פּאָליאַקן בשעת די ייִדן זענען אומגעקומען.
זי איז געבליבן אין פּוילן ביז דער רוסישער באַפֿרײַונג און האָט חתונה געהאַט מיט בנימין מיעדזשיזשעק (שפּעטער געביטן אויף מיד), אויך אַ ווידערשטאַנד־קעמפֿער, און זיי האָבן זיך דערשלאָגן צו דער אַמעריקאַנער טעריטאָריע אין דײַטשלאַנד. אין 1946 זענען זיי אָנגעקומען קיין אַמעריקע אַ דאַנק דער הילף פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט" און זי איז פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער אָרגאַניזאַציע ווי אַ לעקטאָרין און וויצע־פּרעזידענט, כּמעט ביזן סוף פֿון איר לעבן.
מיט איר מאַן בנימין מיד האָט זי אָנגעפֿירט מיט באַמיִונגען צו דערציִען די ייִנגערע דורות וועגן דעם חורבן — אַ טעמע וואָס איז נישט געווען פּאָפּולער צו יענער צײַט. זיי זענען געווען צווישן די ערשטע צו אָרגאַניזירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה איבער דער וועלט. אין 1963 האָט מען געשאַפֿן די אָרגאַניזאַציע פֿון געוועזענע ווידערשטענדלער פֿון וואַרשעווער געטאָ, און אין 1981 געגרינדעט די אַמעריקאַנער און דערנאָך די וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. בנימין מיד איז געווען אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער גרופּע וואָס האָט שפּעטער געשאַפֿן דעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן.
אין ניו־יאָרק איז וולאַדקע מיד תּמיד געווען אַן איבערגעגעבענער שטיצער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור און אַקטיוו זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס ווי דער "אַרבעטער־רינג", "בונד" און דער "אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס."
זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע לעקטאָרין וועגן דעם חורבן און, דער עיקר, געקעמפֿט קעגן דעם סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדן האָבן נישט אַרויסגעוויזן קיין ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן. שטענדיק, האָט זי באַטאָנט, אַז דער ווידערשטאַנד פֿון די ייִדן איז באַשטאַנען נישט נאָר פֿון קעמפֿן מיט ביקסן אין די הענט, נאָר אויך פֿון זיך אַנטקעגנשטעלן גײַסטיק און קולטורעל. זי האָט געלערנט וועגן דעם חורבן מיט לערערס פֿון אַמעריקאַנער שולן אין אַ פּראָגראַם וואָס זי האָט געשאַפֿן אין 1984 — געפֿאָרן מיט זיי צו די לאַגערן אין פּוילן און קיין ישׂראל. אַ דאַנק איר, האָט מען בכלל אײַנגעפֿירט דעם חורבן ווי אַ טעמע אין די אַמעריקאַנער שולן.
זי האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער ד״ר אַנאַ שערצער און ד״ר שלמה מיד און פֿינף אייניקלעך. כּבֿוד איר אָנדענק!
"מיט וואָרט און מעשׂים": אַ נײַ לערנבוך פֿון חנן באָרדין
דאָס לערנבוך האָט דער מחבר באַטראַכט ווי אַ המשך צו די אָנהייבער־לערנביכער — אוריאל ווײַנרײַכס "קאָלעדזש־ייִדיש" און חנן באָרדינס "וואָרט בײַ וואָרט". ער איז אין גאַנצן אָנגעשריבן אויף ייִדיש; ענגליש אָדער העברעיִש ווערט געניצט בלויז דאָ און דאָרט אין פֿאַרבינדונג מיט די געניטונגען.
די דערציילונגען, אָדער אויסצוגן פֿון גרעסערע פּראָזע־ווערק פֿאַרטראָטן אין בוך, האָבן אָנגעשריבן אַבֿרהם רייזען, שלום אַש, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, משה נאַדיר, יוסף אַפּאָטאָשו און באָריס סאַנדלער, צווישן אַנדערע. באָרדין האָט זיי ווייניק וואָס באַאַרבעט פֿאַרן סטודענט. די לידער, געשריבן פֿון לייב נײַדוס, איציק מאַנגער, אַבֿרהם סוצקעווער, מאַני לייב און אַנדערע זענען פֿאַרבונדן טעמאַטיש מיט דער פּראָזע אין דער לעקציע און ווערן געבראַכט אין דעם אָריגינאַל. די גראַמאַטישע אָנווײַזונגען ווערן קלאָר אויסגעדריקט סײַ גראַפֿיש, סײַ לויטן אינהאַלט.
"מיט וואָרט און מעשׂים" פֿון חנן באָרדין איז אַן אָנגעלייגטער צולאָג צו אונדזער פּעדאַגאָגישער ליטעראַטור. עס וועט צו ניץ קומען יעדן אַוואַנסירטן ייִדיש־סטודענט.
א. ג.
האָליוווּד־"שטערן" לייענען דעם "פֿאָרווערטס"
דער אַקטיאָר דזשעק לעמאָן |
מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָיעקט וואָס איז אָנגעגאַנגען במשך פֿון שטערנס לאַנגער קאַריערע אין האָליוווּד. דער פֿאָטאָגראַף האָט גענומען בילדער פֿון כּלערליי "שטערן", ווי זיי לייענען דעם "פֿאָרווערטס". בלויז איינער פֿון די דאָזיקע אַקטיאָרן איז געווען אַ ייִד, און קיין איינער פֿון זיי האָט נישט געקענט לייענען קיין ייִדיש, אָבער אַזוי ווי זיי זענען געווען אַקטיאָרן, האָבן זיי גוט געשפּילט די ראָלע.
אַ סך פֿון די שטערנס אַנדערע האָליוווּד־פּאָרטרעטן זענען אָפֿט אויסגעשטעלט געוואָרן. אָבער דווקא די שוואַרץ־און־ווײַסע פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט אַ ברייטערער עולם נישט געזען. לכתּחילה זענען זיי געהאָנגען אין דער "פֿאָרווערטס"־זעצערײַ, וווּ מאַקס גאָלדינג, דער פֿאָטער פֿון דוד גאָלדינג, האָט זיי אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט. אין 1983 האָט דער "פֿאָרווערטס" זיי אָפּגעדרוקט און אינעם זעלביקן יאָר האָט מען זיי אויסגעשטעלט אין פֿילאַדעלפֿיע בײַם "אַרבעטער־רינג" און "באַלטש־אינסטיטוט". איצט בײַ דער "קאַץ־סנײַדער גאַלעריע" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווערן זיי אויסגעשטעלט צום ערשטן מאָל נאָך 30 יאָר.
רעניי גערט־זאַנד, Forward
ייִדישע אַרבעטער־צײַטשריפֿטן ווערן דיגיטאַליזירט
מע קען אַ קוק טאָן אויף די מאַטעריאַלן וואָס מע האָט שוין דיגיטאַליזירט אויף ייִדיש.
גיט אַ קוועטש אויף: http://transcribe.lib.warwick.ac.uk/yt/index.php
אָדער www.ilr.cornell.edu/library/kheel