װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווי באַקאַנט, איז דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, אַן אינסטיטוציע, וווּ עס קומט פֿאָר יעדן זומער איינע פֿון די סאַמע אינטענסיווסטע ייִדיש־פּראָגראַמען אויף דער גאָרער וועלט. דעם אַלגעמיינעם ציל פֿון דער "שטײַנער־זומער־פּראָגראַם", וואָס וועט זיך באַלד פֿאַרענדיקן, האָבן די אַכצן סטודענטן גוט פֿאַרשטאַנען פֿון פֿריִער: זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע אין משך פֿון די זיבן וואָכן. די באַטייליקטע האָבן אָבער נישט געוווּסט אַז די הײַנטיקע פּראָגראַם איז אַ בולטער רעזולטאַט פֿון אַ פֿרישן באַשלוס אין ביכער־צענטער אָנצונעמען נײַע פּראָיעקטן, וואָס שטעלן דעם טראָפּ אויף דערציִונג און נישט בלויז אויף דער געוויינטלעכער אַרבעט פֿון זאַמלען און דיגיטאַליזירן ייִדישע ביכער. גאַנצענע דרײַ שעה יעדן פֿרימאָרגן לערנט מען זיך ייִדיש, און יעדן נאָכמיטאָג ווערט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. מיט די לערן־ביכער און אַ טויזנט־זײַטיקער כרעסטאָמאַטיע אין דער האַנט האָבן די סטודענטן זיך תּיכּף גענומען צו דער אַרבעט.

דער נײַער אַקאַדעמישער פֿאָקוס לאָזט זיך דערקענען דורך די פֿאָרש־אַרבעטן וואָס יעדער איינער דאַרף אָנשרײַבן. אין דעם פּרט איז די־אָ פּראָגראַם בײַם ביכער־צענטער אָן אַ פֿאַרגלײַך צווישן די אַלע ייִדישע זומער־פּראָגראַמען. יעדער סטודענט האָט באַשטימט אַ געוויסע טעמע מיט אַ שײַכות צו ייִדישיסטיק, וואָס די ייִדיש־שפּראַכיקע מקורים וועגן איר קאָן מען געפֿינען אָדער אין "ביכער־צענטער", אָדער אין "ייִוואָ" אין ניו־יאָרק.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
עטל ריים און מיישקע אַלפּערט

מיט אַ טויזנט יאָר צוריק האָט זיך ייִדיש אַנטוויקלט אויף דער דײַטש־רעדנדיקער טעריטאָריע, און די פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דאָס יאָר באַשלאָסן אַרויסצוהייבן די קולטורעלע פֿאַרבינדונגען, בפֿרט די מוזיק־ און טאַנץ־טראַדיציעס צווישן די צוויי קולטורן במשך פֿון די הונדערטער יאָרן.

ד״ר אַלען בערן, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האָט דאָס יאָר פֿאַרבעטן געלערנטע און עקספּערטן, סײַ אין דער ייִדישער קולטור, מוזיק און טענץ, סײַ אין דײַטשישע פֿאָלקלאָר־טראַדיציעס. אין דײַטשלאַנד איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק אינעם פֿאָלקלאָר צווישן דעם צפֿון־ און דרום־טייל פֿון לאַנד, האָט מען פֿאַרבעטן מומחים פֿון ביידע שטחים.

אין דעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט, אין וועלכן איך האָב זיך באַטייליקט ווי אַ לעקטאָר וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער, האָט מען צעטיילט די קלאַסן אויף דרײַ טעמעס. "אַשכּנז 1" האָט געדעקט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט גערעדט "מערבֿ־ייִדיש"; ווי אויך טיילן פֿון צפֿון־איטאַליע, אַמסטערדאַם, און אַנדערע ערטער, וווּ די אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט צו דער צײַט. "אַשכּנז 2" האָט געדעקט ייִדיש אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. אַגבֿ, האָט דער פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך לאַנצירט די צוויי "אַשכּנז"־טערמינען.

אַ דריטע "אַשכּנז"־טעמע האָט מען אויך געלערנט אין אַן אַנדער וואַרשטאַט — "אַשכּנז X". דער לערער פֿון דעם וואַרשטאַט איז געווען דער יונגער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר דן קאַהן, און אין דעם קלאַס האָבן די אָנטיילנעמער זיך באַמיט צו שאַפֿן אָריגינעלע ווערק אויף ייִדיש, אָדער וועגן ייִדיש, אָדער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אָדער פֿון אַן אַנדער שפּראַך אין ייִדיש.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין מײַ 1951 האָט אַ גרופּע עולים, בונדיסטן, פֿון דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל, געגרינדעט אַ סאָציאַליסטישן קרײַז מיטן נאָמען "חוג רעוני", און אַ צווײַג פֿונעם "אַרבעטער־רינג". במשך פֿון די יאָרן האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעזאַמלט אַ ריזיקע ייִדישע ביבליאָטעק מיט 30,000 ביכער, געשאַפֿן דעם "מיכאל קלעפּפֿיש כאָר", פֿאָרגעשטעלט צענדליקער ייִדישע פּיעסעס, דורכגעפֿירט אינטערעסאַנטע לעקציעס אינעם "קולטור־קרײַז" און גיט אַרויס, עד־היום, דעם חודשלעכן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן"; הײַנט, דער איינציקער וועלטלעכער ייִדישער זשורנאַל אין ישׂראל. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל איז געווען י. אַרטוסקי, און דער צווייטער, יצחק לודען, וואָס פּראַוועט מיט דער אויסגאַבע שוין פֿערציק יאָר. אין מײַ־יוני איז דערשינען דער טאָפּל־נומער 703־704.

אין דעם דאָזיקן יובֿל־נומער צייכנט אָפּ דער זשורנאַל זײַנע 60 יאָר מיט באַגריסונגען און ספּעציעלע אַרטיקלען. די געשיכטע פֿונעם זשורנאַל הייבט זיך אָן פֿון וולאַדימיר מעדעם, דעם לעגענדאַרן בונדישן פֿירער, וואָס האָט אין וואַרשע אין 1912 רעדאַקטירט די ערשטע צוויי נומערן פֿונעם בונדישן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן". דערנאָך האָט מעדעם ווידער אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", ווי אַ וואָכנבלאַט אין 1918 און ווי אַ טאָג־צײַטונג אין 1920. די צײַטונג איז געשלאָסן געוואָרן דורך דער פּוילישער מאַכט, און שפּעטער אויפֿגעלעבט געוואָרן ווי די באַקאַנטע וואַרשעווער "פֿאָלקסצײַטונג". אין ישׂראל, נאָך דער מלחמה, האָט מען ווײַטער אַקטיוו אָנגעהאַלטן די טראַדיציע פֿון דער בונדישער פּרעסע און אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", וואָס איז געבליבן אַן אומאָפּהענגיק קול אין דער פּאָליטישער און קולטורעלער ייִדישער וועלט.

וועגן דער וויכטיקייט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" פֿאַר די בונדיסטן אין ישׂראל, און ספּעציעל פֿאַר אים אַליין, שרײַבט אַהרן שפּיראָ אין זײַן אַרטיקל "לעבנס־פֿראַגן — 60 יאָר!" און מאַיוס נאָוואַגרודזקי פֿון ניו־יאָרק, דערציילט ווי דער זשורנאַל איז געבליבן אַ ליכט פֿאַרן "בונד" איבער דער וועלט.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

בײַם ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין יאַנואַר האָט מען געוויזן דעם פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט אין ייִדיש" פֿון איוו אַנענבערג, און די פּרעסע האָט אַ סך געשריבן סײַ וועגן דעם אויסטערלישן פֿילם, און סײַ וועגן דער חסידישער וועלט. אונדזער מיטאַרבעטערין, רחל שעכטער, האָט אינטערוויויִרט די אַקטיאָרן צו יענער צײַט און באַשריבן דעם "הו־האַ" אַרום אַ סעקס־סצענע. די וואָך, דעם 8טן יולי, וועט דער פֿילם געוויזן ווערן אַ לענגערע צײַט אינעם נײַעם קינאָ בײַם "לינקאָלן־צענטער" אין מאַנהעטן — אַ גרויסער כּבֿוד — און מיר האָבן איצט די געלעגנהייט דעם פֿילם צו רעצענזירן.

די רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג, האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר וועלכער פֿאַרבינדט עטלעכע נאַראַטיוון, מיטן טראָפּ אויף דער קשיא — ווי זעצט מען איבער אַ שפּראַך, אַ קולטור, אַ לעבן־שטייגער? דעריבער נעמט אָן דאָס וואָרט "איבערזעצן" אַ סך אַ רײַכערן באַטײַט ווי נאָר איבערזעצן ווערטער. געוועזענע יונגע ברוקלינער חסידים וואָס זענען אַוועק פֿון זייערע היימען און קהילה, פּרוּוון זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער גרויסער וועלט, אָבער עס קומט זיי נישט אָן לײַכט. אַ ביסל שווינדלערײַ דאָ, אַ ביסל ליגנערײַ דאָרט, אָבער מיט אַ מאָל באַקומען זיי די געלעגנהייט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט דורך איבערזעצן אויף ייִדיש און פֿאַרהײַנטיקן שייקספּירס קלאַסישע טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" — כאָטש זיי קענען זיך אויס אין דעם טעקסט, ווי אַ האָן אין בני־אָדם.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

צוויי דינע ביכלעך, ביידע צוויי־שפּראַכיק, ייִדיש און ענגליש, זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע; איינס פֿון אָריגענעלע לידער פֿונעם פּאָעט שלום בערגער, דאָס צווייטע — אַ זאַמלונג פֿון איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער געשריבן אין קופּלעטן־פֿאָרעם, צונויפֿגעשטעלט און איבערגעזעצט פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער בערל זומאָף.

כאָטש שלום בערגער איז נישט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, און שרײַבט און דרוקט לידער שוין יאָרן לאַנג אין זשורנאַלן און אין דער אינטערנעץ, איז דאָס דאָזיקע פּאָעזיע־ביכל — "זאָג כאָטש להבֿדיל" — זײַן ערשטע פּובליקאַציע אין בוך־פֿאָרעם. דאָס ווערק נעמט אויך אַרײַן אינטערעסאַנטע און טשיקאַווע גראַפֿישע בילדער צו אילוסטרירן געוויסע לידער און קופּלעטן.

אינעם בוך לייענט מען גאַנצע לידער אויף ענגליש אָדער ייִדיש, און אויף דער אַנדערער זײַט לייענט מען אַן איבערגעזעצטן פּאָעטישן תּמצית פֿונעם ליד אויף דער אַנדערער שפּראַך. בערגער שרײַבט סײַ געגראַמטע לידער, סײַ ווײַסע פֿערזן, און די לידער אין דער זאַמלונג, זענען, מיר דאַכט, נישט אַזוי "געדיכט" ווי די פֿריִערדיקע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
די נײַע אויסגאַבע פֿונעם
"ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך"

ווי באַקאַנט איז דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" געוואָרן אַ וועלטצענטער פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך־ און ליטעראַטור־פֿאָרשונג. מיט דער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט פֿירט אָן פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי און אַן איבערגעגעבענע געטרײַע גרופּע פֿון לערער און פֿאָרשער. אָקאָרשט האָט מען מודיע געווען, אַז ס'איז אַרויס פֿון דרוק אַ נײַע, פֿאַרבעסערטע אויסגאַבע פֿונעם "ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך", וואָס איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון בערל ווײַסבראָט און פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי, מיט דער צוזאַמענאַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג.

דאָס ווערטערבוך, וואָס איז צו ערשט אַרויס אין 2000 און איז כּולל 37,000 ווערטער, האָט מען אין גאַנצן אויספֿאַרקויפֿט. דערצו, האָט מען געכאַפּט פֿאַרשיידענע גרײַזן און אומפּינקטלעכקייטן אין דער ערשטער אויסגאַבע און, אויף וויפֿל ס'איז געווען טעכניש מעגלעך, זיי אויסגעבעסערט אין דער איצטיקער אויסגאַבע.

‫ייִדיש־נײַעס, װעלט פֿון ייִדיש
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: יעפֿים טראַכטענבערג, לאה שם־טובֿ, כּנסת דעפּוטאַט, אורן דוד און דני קאָרן

ממש די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּהין כ׳בין געשיקט געוואָרן אויף אַ וואָך פֿון דעם מאָלדאַווישן ראַדיאָ, בײַצוזײַן און דערנאָך דערציילן אונדזערע צושויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ. אָפּגעמערקט האָט מען עטלעכע קײַלעכדיקע דאַטעס: 70 יאָר, זינט די אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן איז געגרינדעט געוואָרן; 40 יאָר — זינט ס׳איז אויפֿגעבויט געוואָרן "בית־בעסאַראַביע", ווי אויך דאָס דערמאָנען דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון יצחק קאָרן, דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע.

ישׂראל, וועדליק ס׳איז שוין אַוועק אַ האַלבער מײַ, האָט זיך מיט אַ גוטן וועטער נישט צעבאַלעוועט. ס׳איז געווען קיל און כּסדר גערעגנט. די ישׂראלים האָט אַזאַ "וויינענדיקער" אינדרויסן בפֿירוש געפֿרייט: אַ סך רעגנס — אַ סך וואַסער! און באמת, אַלע טײַכלעך און סאָזשלקעס אויפֿן וועג, וווּ ס׳איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן, זײַנען געווען פֿול מיט וואַסער און אַלץ אַרום האָט געגרינט און געבליט.

קיין "בית־בעסאַראַביע" בין איך אָנגעקומען מיט אַ שעה פֿריִער פֿאַר דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. דער עולם האָט זיך ערשט אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען. אינעם בנין אַליין, האָט געקאָכט מיט דער לעצטער צוגרייטונג־אַרבעט, און דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג, דער אויספֿירלעכער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, לעוו ווײַנבוים, האָט געמאַכט זײַנע פֿאַראָרדענונגען.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער באָסטאָנער כאָר "
אַ בעסערע וועלט"
 טרעט אויף בײַ דער הזכּרה

פֿרײַטיק, דעם 25סטן מערץ, 2011, האָט מען אָפּגעמערקט הונדערט יאָר נאָכן טרײַענגל־פֿײַער, אין וועלכן 146 מענטשן זענען אומגעקומען אין אַ סוועטשאַפּ־שׂרפֿה; ס'רובֿ פֿון די קרבנות זענען געווען ייִדישע פֿרויען. לפּחות אויף צוויי פֿון די הזכּרות דאָס יאָר האָט מען געהערט ליטעראַרישע ווערק און לידער אויף ייִדיש.

אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי", אין אַן אַלטער שיל אויף דער איסט־סײַד האָט מען אָנגעהויבן די הזכּרה מיט אַן אָנדענק־מאַרש אויף די גאַסן. דער מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן בײַם בנין, וואָס שטייט נאָך לעבן דעם וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק. נאָך דעם ווי מע האָט געזונגען ייִדישע אַרבעטער־ און סוועטשאַפּ־לידער מיטן חזן ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט מען אָנגעהויבן צו גיין. אינעם שטילן מאַרש האָבן אנטייל גענומען 146 מענטשן, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די אומגעקומענע אַרבעטער. צווישן די מאַרשירערס זענען געווען שרײַבער, ריכטערס, מיטגלידער פֿונעם "נײַעם ייִדישן כאָר" און קינדער.
זיבן מאָל איז מען שטיין געבליבן בײַ די הײַזער, וווּ עטלעכע פֿון די קרבנות האָבן געוווינט. אַלע אָנטיילנעמער האָבן זיך אָנגעטאָן אין די קליידער פֿון יענער צײַט (1911) און געטראָגן אַ פּלאַקאַט מיטן נאָמען פֿונעם אומגעקומענעם, וועלכן זיי האָבן פֿאָרגעשפּילט. דער פּײַקלער דזשאָיִ ווײַזענבערג האָט באַגלייט דעם מאַרש און ריטמיש געפּײַקלט.

נאָך דעם ווי מען איז אָנגעקומען אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי" האָט ישׂשׂכר וואַרשאַוער, די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס און פּײַקלער דזשאָיִ ווײַזענבערג געשפּילט און געזונגען לידער פֿון די סוועטשאַפּ־פּאָעטן, צווישן זיי דוד איידלשטאַדט און מאָריס ווינטשעווסקי. די אַקטריסע און פֿאָרשערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, קאַראַיִד אָ'ברײַען און דער אַקטיאָר דוד מאַנדעלבאַום האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון די ווערק פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד (צווישן זיי די לידער וועגן דעם פֿײַער וואָס דער דאָזיקער פּאָעט האָט געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" באַלד נאָך דער טראַגעדיע). דער קאָנצערט האָט זיך געענדיקט מיט דער תּפֿילה "אל מלא רחמים" און יעדער פֿון די 146 אָנטיילנעמער האָט אָנגעצונדן אַ ליכט אין אָנדענק פֿון אַ געוויסן קרבן פֿונעם פֿײַער.

דער אָנדענק־מאַרש אויף די גאַסן, דעם 27סטן מערץ

שבת־צו־נאַכטס, דעם 26סטן מאַרץ, האָט דער "אַרבעטער־רינג" אין ניו־יאָרק אָפּגעמערקט די "טרײַענגל־פֿײַער" טראַגעדיע מיט אַ הזכּרה אין אַ קלויסטער אין דער "איסט־ווילעדזש" געגנט פֿון מאַנהעטן. דער עולם אינעם געפּאַקטן זאַל האָט געהערט ווי תּלמידים פֿון דער "אַרבעטער־רינג" "מידטאַון"־שול זינגען און דערציילן וועגן דעם פֿײַער. די זינגערין אַדריאַן קופּער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַרבעטער־לידער אין עטלעכע שפּראַכן. סײַ קאַהן, וואָס איז יאָרצענדליק אַקטיוו ווי אַ זינגער, אַרבעטער־ און מענשטן־רעכטס קעמפֿער האָט געזונגען און דערציילט וועגן דער אַרבעטער־באַוועגונג אַמאָל און הײַנט.

ספּעציעל פֿון באָסטאָן איז געקומען דער "אַרבעטער־רינג"־כאָר — "אַ בעסערע וועלט", וואָס באַשטייט פֿון יונגע און אַלטע זינגערס. זײַן פֿאָרשטעלונג — "דער שטאָף פֿון וועלכן מיר זענען געשניטן" — האָט אַרײַנגענומען ייִדישע לידער און דראַמאַטיזירונגען פֿון געקליבענע סצענעס אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. דער ספּעקטאַקל האָט דערציילט ווי די ייִדישע אימיגראַנטן־קהילה אין לאַנד האָט געליטן, אָבער צוזאַמען געקעמפֿט פֿאַר בעסערע אַרבעטער־באַדינגונגען און רעכט, קעגן דעם "סוועטשאַפּ". דערבײַ האָט מען אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דער קאַמף גייט ווײַטער אָן, כאָטש די אַרבעטער אין די פֿאַבריקן זענען מער נישט קיין ייִדן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
מילענאַ קאַרטאָווסקי

אין אַפּריל און מײַ וועט מען אין אַ קליינעם טעאַטער אין פּאַריז קענען הנאה האָבן פֿון אַ נײַער מוזיקאַלישער אויפֿפֿירונג פֿון ייִדישע לידער — "טשאָלנטגאַנג". די יונגע זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט געשאַפֿן דעם סצענאַר וועגן אַ גרופּע קלעזמאָרים וואָס שטייען אײַן אין אַ קרעטשמע און עסן כּלערליי מאַכלים, און דערבײַ הערט מען ייִדישע לידער אויף דער טעמע — עסן.

מילענאַ קאַרטאָווסקיס זיידע האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ, דערציילט זי, צום טייל, ווײַל ער איז געווען אַ חזן. ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער אין דײַטשלאַנד און איז געקומען קיין פּאַריז. שוין 90 יאָר אַלט, איז ער נאָך אַקטיוו, שפּאַצירט, טרינקט ווײַן, זינגט, און זײַן ביאָגראַפֿיע מיט פֿרייד און לייד, זײַן לוסט צום לעבן, האָט באַגײַסטערט זײַן אייניקל צו שאַפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
די זינגערין שׂרה גאָרדאָן מיט איר גרופּע
"די ייִדישע פּרינצעסין"

פּורים האָט זיך אָנגעהויבן דאָס יאָר שבת־צו־נאַכטס אין דער היים, אין בראָנקס, וווּ מײַן מאַמע און איך האָבן צוזאַמען געלייענט די מגילה אויף ייִדיש לויט יהואשס איבערזעצונג — נישט אומזיסט זאָגט מען "אַ לאַנגע מגילה"! מיר האָבן זיך דערמאָנט אין די מדרשים וואָס מײַן טאַטע פֿלעג צוגעבן בײַם דערציילן די מגילה; פּרטים וואָס געפֿינען זיך נישט אין דער מגילה בכּתבֿ, נאָר אין דער "מגילה בעל־פּה". טייל מדרשים, ווי למשל, אַז אסתּר המלכּה איז געווען אַ גרינע, האָט מאַנגער אַרײַנגענומען אין זײַן שאַפֿונג.

מיט מײַן טאָכטער אסתּרל בין איך געפֿאָרן צו דער יערלעכער פּורים־שׂימחה פֿון דער גרופּע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר". אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען די שׂימחה אָפּגעהאַלטן בשותּפֿות מיטן "אַרבעטער־רינג" אינעם "אַרבעטער־רינג"־בנין אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן. דעם בנין, וואָס איז אויך געווען דער לאַנג־יאָריקער אַדרעס פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַרקויפֿט סוף 2010, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען אַן אַנדער לאָקאַל — אַ קאַטוילישער קלויסטער, "סאַנקט צעציליע", אין דער פּוילישער געגנט פֿון ברוקלין, גרינפּוינט.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַבֿרהם סוצקעווער

וואַשינגטאָן

זונטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2011, איינע פֿון די סאַמע קעלטסטע טעג דעם ווינטער, האָט "ייִדיש פֿון גרויס וואַשינגטאָן" (יג״וו) דורכגעפֿירט אַן אָוונט אינעם "JCC" פֿון ראַקוויל, מערילאַנד, לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור-טוער אַבֿרהם סוצקעווער (2010-1913). די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון הילדאַ רובין, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "קאַפֿע קאַסרילעווקע."

נאָך דער באַגריסונג פֿונעם יג״וו־פּרעזידענט, האַרווי ספּיראָ, האָט נאַטאַלי וועקסלער פֿאָרגעלייענט סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" אויף ענגליש און דערנאָך עס געזונגען אויף ייִדיש.

פּראָפֿ’ מאַקס טיקטין האָט געשילדערט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פּאָעט, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. סוצקעווער האָט במשך פֿון זײַנע 96 יאָר אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל זאַמלונגען. אַ דאַנק זײַן אַריכות־ימים און די פּאָעטישע עשירות וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט, "זענען מיר געבענטשט." האָט פּראָפֿ’ טיקטין געזאָגט. דעם געדאַנק האָט ער געניצט ווי אַ רעפֿרען דורך זײַן גאַנצער רעדע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
רפֿאל גאָלדוואַסער אין שלום־עליכמס מאָנאָלאָג "דאָס טעפּל"

"ס'ברענט!", פֿון שלום–עליכם (דרײַ מאָנאָלאָגן: "דאָס טעפּל", "דער נישׂרף" און "דער טלית–קטן"). ד.וו.ד.–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, פּראָדוצירט דורכן "לופֿט–טעאַטער", שטראַסבורג 2010, מיט אונטערשריפֿטן אויף ענגליש. דויער: 1 שעה.


מיט אַ ביסל מער ווי אַ יאָר צוריק האָט אונדז דער אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער באַשאָנקען מיט אַן אויסערגעוויינטלעכן ד.וו.ד.–פֿילם: זײַן אויסטײַטשונג פֿון פּרצעס באַרימטער דערציילונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". הײַנט קומט ער אַרויס מיט אַ צווייטן שטאַרקן אויפֿטו: דרײַ פֿון שלום–עליכמס סאַמע באַליבטע מאָנאָלאָגן. ווי דעמאָלט, גייט עס נישט אין קיין פֿאָרלייענונג, נאָר אין אַן אמתן לעבעדיקן איין–פּערזאָניקן בינע–ספּעקטאַקל מיט אַלע זײַנע חנען. דער אַרגענטינער געבוירענער קינסטלער, וואָס האָט געלעבט אין ישׂראל, געענדיקט זײַן אויסשולונג אין פּאַריז און וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין שטראַסבורג, פֿירט אַזוי ביסלעכווײַז אויס אַן עקשנותדיקן פּראָיעקט: צו ברענגען דאָס בעסטע פֿון אונדזערע קלאַסיקערס צום הײַנטיקן פּראָבלעמאַטישן ייִדיש–עולם.