- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן וואָס קומען פֿאָר יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק בעת די זומער־חדשים, צייכנט זיך אויס "ייִדיש זומער ווײַמאַר", וואָס פּראַוועט זײַן צענטן יאָר, מיט זײַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק און קולטור. קודם־כּל, ווערט די אונטערנעמונג נישט געפֿירט ווי קיין פֿעסטיוואַל, נאָר ווי אַ סעמינאַר, אַ לערן־וואַרשטאַט. בעת די זעקס וואָכן פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" שטודירט אינטענסיוו אַ קליינע גרופּע סטודענטן, צווישן צוואַנציק און פֿערציק אין צאָל, אַ ספּעציפֿישע מוזיקאַלישע טעמע מיט דרײַ, פֿיר לערער. די גרופּע בלײַבט צוזאַמען די גאַנצע צײַט, נישט ווי בײַ "קלעז־קאַנאַדע" אָדער "קלעז־קעמפּ", וווּ יעדער קען אויסקלײַבן פֿאַרשיידענע קלאַסן פֿון אַ לאַנגער רשימה מעגלעכקייטן.
לכּבֿוד דעם נײַעם אַדרעס פֿאַר ייִדיש, וואָס מיר פֿײַערן אין "בן־גוריון־אוניווערסיטעט", דאָ אין באר־שבֿע, ווילט זיך זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן ייִדיש־אַדרעסן בכלל. אַדרעסן זענען אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. רש״י האָט קיין אַדרעס ניט געהאַט. דער קאָצקער רבי אויך ניט. אָבער אָן צעגליאַנע נומ׳ 1 — פּרצעס באַרימטער אַדרעס אין וואַרשע — וואָלט אַ גאַנצער דור שרײַבער־אָנהייבערס ניט געהאַט וווּהין עולה־רגל צו זײַן, ניט געהאַט וווּהין אָנצוקלאַפּן אין טיר, מיט קלאַפּנדיקע הערצער. שפּעטער, איז דער שרײַבער־פֿאַראיין אויף טלאָמאַצקי 13 געוואָרן דער צענטראַלער אַדרעס פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור אין פּוילן. אָבער אויף צו בלײַבן וויטאַל, פֿילפֿאַרביק, מוז אַ קולטור פֿאַרמאָגן מערערע אַדרעסן:
איך אַרבעט אינעם "אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ-נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן קוראַס" בײַ דער "נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט אין אוקראַיִנע", אינעם אָפּטייל פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1992. דאָס איז דער איינציקער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמישער אַנשטאַלט אין לאַנד, וואָס פֿאַרנעמט זיך אויף אַ הויכן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ מיט דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק.
עס פֿרייט אונדז, ווען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער זענען ממשיך די קולטור־אַרבעט פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס. צום באַדויערן, געשעט דאָס נישט גענוג אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער ביילע בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, איז איינע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישע כּלל־טוער הײַנט אין ישׂראל און אַרבעט אין עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרנעמט פֿאַרשיידענע ייִדיש־פּאָזיציעס אין לאַנד, צווישן זיי אויך ווי די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערין פֿונעם "פֿאָרווערטס".
דעם 9טן מײַ האָט מען אינעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק געפּראַוועט 100 יאָר פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און די פּובליקאַציע פֿון אַ נײַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאָלקשולן, געשריבן פֿון פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך, וואָס הייסט "Passionate Pioneers" [לײַדנשאַפֿטלעכע פּיאָנערן]. אַמאָליקע תּלמידים פֿון די פֿאָלקשולן און קעמפּער פֿון די ייִדישע קולטורעלע זומער־קאָלאָניעס זענען געקומען הערן וועגן די אינסטיטוציעס וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון דער יוגנט פֿון טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן.
ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש.
די אַספּיראַנטקע פֿון "בערקלי"־אוניווערסיטעט, זוהר ווײַנמאַן־קעלמאַן, שפּרודלט מיט פּלענער פֿאַרן מאָרגן פֿון ייִדיש; אַ מחיה צו פֿאַרברענגען מיט איר און זיך צוהערן צו איר התפּעלות פֿאַר מאַמע־לשון און פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און וויסנשאַפֿט. זי איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים, און האָט שטודירט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אינעם דאָרטיקן "העברעיִשן אוניווערסיטעט". מיט פֿינעף יאָר צוריק איז זי געקומען קיין קאַליפֿאָרניע צו שטודירן פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין "בערקלי", מיטן טראָפּ אויף דער ייִדישער ליטעראַטור. די זשורי האָט געפּסקנט, און מע קען, אין אַ מזלדיקער שעה, ווײַטער האָפֿן אויף גוטע נײַעס: דער פּסק־דין איז — יאָ, ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט. וועגן דעם זענען מסכּים געווען די אָנטיילנעמער פֿון אַ פּאַנעל — דעם ווינטער אויף דער טעמע — בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע", די גרעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון הומאַניסטיק־וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע. אַן עמערירטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם "ניו-יאָרקער קאָלעדזש פֿון טעכנאָלאָגיע", אסתּר לייסאָרעק גודמאַן, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ אין פֿילאַדעלפֿיע, און פֿאַרבעטן די חשובֿע געלערנטע.
דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק איז אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, דעריבער איז זײַן צוקונפֿט און זײַנע פּלענער פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער ייִדיש־וועלט. מיטן אויסקלײַב פֿון דזשאָנאַטאָן ברענט ווי דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, האָט מען באַשטימט אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿאַרלעגערישער וועלט, וואָס האָט געדאַנקען און אײַנפֿאַלן, וועגן דער ווײַטערדיקער אַרבעט פֿון ייִוואָ.
נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם.
אין איטאַליע איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, מיט ענגלישער איבערזעצונג — "טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע" [Step By Step: Contemporary Yiddish Poetry], 233 זײַטן, בראָשירט, רעדאַקטירט פֿון עליסאַ בן־פּורתּ און מאַרגעריטאַ פּאַסקוטשי. דאָס בוך נעמט אַרײַן לידער פֿון 22 מאָדערנע פּאָעטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער איבער דער וועלט. אין זייער אַרײַנפֿיר שרײַבן די רעדאַקטאָרן וועגן זייער נאָענטער באַציִונג מיטן דײַטשן ייִדישיסט, פֿאָטאָגראַף און שרײַבער, יאַנקל קאָזין. אַ דאַנק זײַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער, האָט ער זיי אינספּירירט צו בלײַבן נאָענט צו ייִדיש, און זײַן ייִדישע פּאָעזיע האָט אויף זיי משפּיע געווען צונויפֿצושטעלן די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע.
די וואָך האָט "דער נאַציאָנאַלער ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, מודיע געווען, אַז די גאַנצע טעקסטן פֿון 10,000 ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור קען מען איצט לייענען און אָפּדרוקן בחינם. די ביכער האָבן זיך געפֿונען אינעם צענטערס "סטיוואַן ספּילבערג דיגיטאַלישע ביבליאָטעק". מיט צען יאָר צוריק האָט די ספּילבערג־פֿונדאַציע בײַגעשטײַערט 5 מיליאָן דאָלאַר, אָנצוהייבן דאָס סקאַנירן די ייִדישע ביכער בײַם "צענטער". |