װעלט פֿון ייִדיש

די יערלעכע פֿאַרטיילונג פֿונעם "גראָפּער־פּרײַז" איז אין חודש דעצעבמער, ווי יעדעס יאָר, פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון "בעלגישן הויז" בײַם העברעיִשן אוניוועריסטעט אין ירושלים.

דער "גראָפּער־פֿאָנד" איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון יעקבֿ גראָפּער, איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע דיכטער אין רומעניע, מיטן ציל צו דערמוטיקן ייִדישע דיכטער, שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און דערמעגלעכן זיי אַרויסצוגעבן און פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר 4 סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וועלכע שטודירן די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

דער פֿאָרזיצער פֿון "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד", ד"ר יאַנקו שעכטער, האָט אין זײַן וואָרט בעת א פֿײַערלעכער אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון יעקבֿ גראָפּער אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים באַטאָנט, אַז יעקבֿ גראָפּער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ יתום — ייִדיש געהערט נישט צו קיין שום מדינה און דעריבער דאַרף מען שטיצן און דערמוטיקן ייִדישע שאַפֿערס.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
הרבֿ פּנחס טייץ בײַ דער ערשטער ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "דף השבֿוע",
"פֿאָרווערטס"־סטאַנציע WEVD, 1953. די "דף השבֿוע"־פּראָגראַם
האָט מען טראַנסמיטירט 36 יאָר.

אַ מאָל האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרמאָגן אַ ראַדיאָ פֿאַר "קורצע כוואַליעס", כּדי צו הערן די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען איבער דער וועלט. הײַנט, האָט זיך שטאַרק געביטן דער מצבֿ צום גוטן — דהײַנו, מע דאַרף נאָר אַ קאָמפּיוטער, קען מען שוין הערן כּמעט אַלע פּראָגראַמען וואָס מע וויל און ווען מע וויל. די פּראָגראַמען אויף דער ראַדיאָ דערמעגלעכן דעם דרויסנדיקן צוהערער צו האָבן אַן אַרײַנבליק אין דעם הײַנטיקן געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנערס פֿון אומעטום. אָפֿט קען מען הערן זעלטענע אינטערוויוען מיט אָרטיקע פּערזענלעכקייטן, אָדער אַ דיסקוסיע וועגן אַן ענין, אַ פּראָבלעם, וואָס איז נאָר שייך צו אַ לאָקאַל אָרט. אַ מאָל שטעלט מיט זיך פֿאָר די ראַדיאָ־פּראָגראַם די איינציקע אָרטיקע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג, און דעריבער איז וויכטיק נאָכצוהאַלטן דאָס וואָס מע קען דאָרטן הערן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿון
"אַ גילגול פֿון אַ ניגון" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער"

"פֿאָלקסבינע":
פֿאָרשטעלונגען לכּבֿוד י. ל. פּרץ

פֿאַר דעם האַרבסט־טעאַטער־סעזאָן אין נאָוועמבער האָט דער ניו־יאָרקער "פֿאָלקסבינע־ייִדישער נאַציאָנאַלער טעאַטער" געבראַכט פֿון שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, דעם נאָוואַטאָרישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר רפֿאל גאָלדוואַסער. ער האָט אויפֿגעפֿירט די מאָנאָ־פֿאָרשטעלונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". אָבער דער אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אויסגעטאַנצטער אויסטײַטשונג פֿון אַן אַנדער פּרץ־שאַפֿונג, די פּאָעמע "צוויי ברידער"; די צוויי פּיעסעס האָט מען אָנגערופֿן — "נײַע וועלטן: אַ יום־טובֿ לכּבֿוד י. ל. פּרץ".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
געלע שווייד־פֿישמאַן פֿירט דעם פֿאָרזיץ
בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער", בראָנקס.

אינעם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס, האָט מען דעם 28סטן נאָוועמבער, געפּראַוועט דעם יוביליי פֿון די ייִדישע פֿאָלקשולן אין לאַנד. אין 1910 האָט אַ גרופּע ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן, צווישן זיי יואל ענטין און א. גלאַנץ (גלאַנץ־לעילעס), געשאַפֿן די ערשטע "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שולן" אין ניו־יאָרק; אינעם זעלבן יאָר, און אין די ווײַטערדיקע עטלעכע יאָר, זענען אויפֿגעקומען נאָך שולן אין מאָנטרעאַל, שיקאַגע און אַנדערע שטעט. פֿון יענער צײַט אָן ביז די 1970ער יאָרן האָבן זיך געלערנט אין די פֿאָלקשולן טויזנטער תּלמידים;

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
מאָריס ווינטשעווסקי (אין מיטן) איז געקומען צו גאַסט צו די קינדער פֿון
דער "אַרבעטער־רינג־שולע" אין טאָראָנטאָ, 1921

מענדל (מעל) צעדערבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין טאָראָנטאָ איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע לעצטע וואָך און אונדז איבערגעגעבן פּרטים וועגן דער געשיכטע און אַקטיוויטעטן פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין זײַן שטאָט.

דער ערשטער "אַרבעטער־רינג"־צווײַג אין טאָראָנטאָ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1908 און מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען געפֿײַערט, בײַ געדעקטע טישן, דעם הונדערט־יאָריקן יוביליי. דער צווײַג האָט אין 1911 געשאַפֿן אַ פֿאָלקשול. דעמאָלט האָט עס געהייסן אַ "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שול", דערנאָך האָט מען געביטן דעם נאָמען אויף דער "י. ל. פּרץ שול" און דערנאָך אין 1918 אויף "אַרבעטער־רינג־שולע".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ייִדיש־פֿאַרם: אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטן חלום

זונטיק, דעם 12טן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען אַ זעלטענע געשעעניש אין דער שטאָט ניו־יאָרק; אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער וועלן גרינדן אַ נײַע ייִדישע אָרגאַניזאַציע — "די ייִדיש־פֿאַרם" — וואָס איר ציל וועט זײַן צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל האָבן אַ קיום נישט בלויז אין דער גאָר פֿרומע וועלט, נאָר אויכעט צווישן יונגע מאָדערנע ייִדן.

װעלט פֿון ייִדיש, געשיכטע
אַ זײַט פֿון אַ ייִדישן ספֿר "פּוקח עורים" פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין, דובער שניאורי, געדרוקט אין שקלאָוו, 1832

די שטאַרקסטע באַסטיאָנען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וווּ אַלע קינד־און־קייט רעדן טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש אין דער היים און אויף דער גאַס, זענען די הײַנטיקע חסידישע קוואַרטאַלן און שטעטלעך אַרום דער וועלט, בפֿרט דער ברוקלינער ראַיאָן וויליאַמסבורג — די היים פֿון צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער חסידים, וועלכע פֿאַרנעמען אומקאָמפּראָמיסלעכע פּאָזיציעס וועגן דער שפּראַך, און האַלטן פֿאַר אַ גרויסער מיצווה צו רעדן דווקא אויף ייִדיש.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ צאָל אַנדערע ענלעכע ערטער, אַזעלכע ווי די בני־ברק אָדער באָראָ־פּאַרק, וווּ מע רעדט שוין מער העברעיִש אָדער ענגליש, לעבן אין וויליאַמסבורג אַ סך קינדער, וואָס קענען בכלל נישט קיין אַנדער לשון, און לערנען זיך ענגליש אויס, שפּעטער, ווי אַ צווייטע שפּראַך.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן (זיצט, לינקס) באַקומט אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון מיקעל זאַלביד, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך", דעם 3טן אָקטאָבער, 2010 אין בראָנקס.

דער וועלט־באַקאַנטער סאָציאָלינגוויסט און לאַנג־יאָריקער שרײַבער פֿאַרן "פֿאָרווערטס", ד״ר שיקל פֿישמאַן, האָט זונטיק, דעם 3טן אָקטאָבער, 2010, באַקומען אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך" פֿאַר זײַן צושטײַער צום קאַמף פֿון "מינאָריטעט־שפּראַכן". בײַ דער צערעמאָניע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער דירה פֿון דער משפּחה פֿישמאַן אין בראָנקס, האָט זיך באַטייליקט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַקאַדעמיע, מיקעל זאַלביד,

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
...

מיטוואָך דעם 13טן אָקטאָבער, וועט די ייִדישע טעאַטער־וועלט אין ניו־יאָרק, זיך פֿרייען בײַ געדעקטע טישן לכּבֿוד דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון דער באַליבטער אַקטריסע שפֿרה לערער. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אין "סאָטען־פּלייס־סינאַגאָגע", וועלן אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן און זינגער עלענאָר ריסאַ און חיים וואָלף. דער אָוונט ווערט אָרגאַניזירט דורכן "ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן קלוב".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ בער קאָטלערמאַן

צווישן די געסט דעם זומער אין ניו־יאָרק איז געקומען פֿון ישׂראל פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿון "בר־אילן"־אוניווערסיטעט. געקומען איז ער צוליב אַ קאָנפֿערענץ פֿון העברעיִש־לערערס, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — וועגן די ייִדישע שריפֿטן פֿונעם יונגן ש. עגנון. אין "בר־אילן" געפֿינט זיך זײַן פּאָזיציע אינעם "אָפּטייל פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וווּ די העברעיִשע ליטעראַטור שטייט אויבן אָן, אָבער מיט קורסן וועגן דער ייִדישער און לאַדינאָ־ליטעראַטור אויך. קורסן וועגן דעם ייִדישן קינאָ און וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען זײַנע ספּעציאַליטעטן. און וועגן דער צווייטער טעמע האָט ער געהאַלטן אַ פֿײַנע לעקציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק דעם זומער.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָראָטעאַ גרעווע, פֿון האַמבורג, לערנט מיט אַ ייִדיש־קלאַס אין ווײַמאַר

עס קאָכט זיך מיט דער ייִדישער קולטור די טעג אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. לעצטע וואָך, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער אָרטיקער "שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט", וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מיט דער באַטייליקונג פֿון יאַנינאַ וווּרבס, העטהער וואַלענסיע, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין. די וואָך הייבט זיך אָן דער "אינטערנאַציאָנאַלער קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" מיט קאָנצערטן, וואַרשטאַטן און לעקציעס. נישט נאָר פֿאַרבעטמען די וועלט־באַרימטע מוזיקער, ווי "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג; אויך די האַמבורגער און אַנדערע דײַטשע זינגערס און קאַפּעליעס וועלן באַווײַזן דאָרט זייער קונסט.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

עדוואַרד קאַגאַנסקי (רעכטס) און יאָסל פּאָלאַק,
צוויי קלעזמאָרים פֿון בעסאַראַביע, האָבן געלערנט מיט
די ייִנגערע דורות אין "קלעזקאַנאַדע"

דאָס יאָר האָט דער "קלעזקאַנאַדע-פֿעסטיוואַל", וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, 2010, אין די לאָרענשאָן־בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, אַרײַנגענומען אַ רײַכע פּראָגראַם. למשל, פֿון אייראָפּע איז געקומען אַ גרופּע פֿון אַכט מוזיקער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם "אַנדערע אייראָפּעער־פּראָיעקט". דאָס איז אַ געמיש פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, ציגײַנערישע און ייִדישע מוזיקער, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין צוויי יאָר אונטערן אויפֿזע פֿון אַלען בערן. אין גיכן וועט מען אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן די צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען פֿון די מוזיקער, און דערבײַ הערן ווירטואָזע מוזיק.