- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ייִדישע פּאָעזיע בײַם "פּאָעממאָביל" אָבער עס זענען געבליבן עטלעכע אַלטע שילן אויף דער איסט־סײַד. טייל האָט מען, צום באַדויערן, פֿאַרקויפֿט און איבערגעמאַכט פֿאַר אַנדערע צוועקן ווי די "פּײַק־גאַס־שיל" וואָס איז הײַנט אַ בודיסטישער טעמפּל. אָבער אין אַנדערע, ווי די סטאַנטאָן־גאַס־שיל, דאַוונט נאָך אַ מנין ייִדן, אַ דאַנק אַ נײַער כוואַליע יונגע ייִדן אין דער געגנט. די עלטסטע אַשכּנזישע סינאַגאָגע אין מאַנהעטן איז די עלדרידזש־גאַס־שיל, געבויט אין 1887. דאָס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 125סטן געבוירן־טאָג! די פּרעכטיק שיינע סינאַגאָגע האָט מען במשך פֿון יאָרן רעסטאַוורירט און זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ מוזיי. צווישן די אַקטיוויטעטן פֿונעם מוזיי האָט מען יעדן סעזאָן אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער מוזיק. אין יוני, למשל, האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לעקטאָרן צו רעדן וועגן חיים גראַדע און י. באַשעוויס. הײַנט אַרבעטן צוויי יונגע ייִדיש־סטודענטן אין דער סינאַגאָגע איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש די אַלטע פּראָטאָקאָלן און פּינקסים. "פּאַריזער ייִדיש־צענטער" נעמט אָנטייל אינעם דעם 17טן יוני איז אויפֿגעטראָטן דער כאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער", "טשיריבים", אין אַ קאָנצערט מיט אַנדערע פּאַריזער ייִדישע כאָרן. דעם 18טן יוני, אין דער היסטאָרישער ביבליאָטעק פֿון דער שטאָט פּאַריז, האָבן נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און פֿאַני באַרבאַריי פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט "לידער פֿאַר אַ בעסערער וועלט". דעם 20סטן יוני אינעם "אייראָפּעיִשן הויז" האָט אַנעט וועוויאָרקאַ גערעדט אויף דער טעמע "וואָלף וועוויאָרקאַ און די ירושה פֿון איין אייראָפּעיִשן גורל." דעם 25סטן יוני, אינעם "ראָסיני־זאַל", וועט די זינגערין נעמי ווײַספֿעלד און איר גרופּע "בליק" פֿאָרשטעלן אַ מוזיקאַלישע שאַפֿונג מיטן נאָמען "פֿון ייִדישקייט ביז בענקעניש". אַחוץ דעם דאָזיקן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן", קען מען בײַ דעם "פֿעסטיוואַל פֿון אַסאָציאַציעס", דעם 24סטן יוני, 11:30 אין דער פֿרי, זיך טרעפֿן מיטן פּערסאָנאַל פֿונעם "צענטער" און אויסגעפֿינען וועגן זײַנע ייִדישע קולטור־, שפּראַך־קלאַסן און אונטערנעמונגען פֿאַרן קומעדיקן יאָר. פֿונעם 9טן ביזן 13טן יולי וועט פֿאָרקומען בײַם "ייִדיש־צענטער" אַ קלעזמער־ און געזאַנג־וואַרשטאַט מיט די מוזיקער מערלין שעפּהערד, מאַרטע דעראָזיע און דער זינגערין שורה ליפּאָווסקי. אַ נײַער ייִדישער "אַפּ": דער תּנ״ך אויף ייִדיש אַן "אַפּ" איז אַן אַפּליקאַציע, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר איינעם פֿון די מאָבילע "מאַקענטאַש"־קאָמפּיוטער־ פּראָדוקטן — "אײַ־פֿאָן", "אײַ־פּאַד" אָדער "אײַ־פּאַד־טאָטש". צוריק צו חיים גראַדע ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם. בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין. עס העלפֿט אַלע מאָל ווען דער פֿאָרשער האָט אויך אַן אײַזערנעם זכּרון ווי חנה מלאָטעק. די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלעכע וועלט ווערט זייער, זייער פּאַמעלעך דיגיטאַליזירט אויפֿן קאָמפּיוטער און אויף דער אינטערנעץ, און במילא, אין אַזאַ מצבֿ, דאַרך מען פּשוט געדענקען וווּ מע קען געפֿינען, וווּ מע האָט אַמאָל געלייענט, וווּ מע האָט אַמאָל געהערט, וואָס מע זוכט. חנה מלאָטעק, אין איר פּאָזיציע ווי די מוזיק־פֿאָרשערין אין ייִוואָ, האָט נישט נאָר זיך באַקענט מיט די זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, נאָר אויך מיט די טעאַטער־לידער, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען, ווי אויך מיט די אַרכיוון פֿון זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן, און קולטור־אָרגאַניזאַציעס. לעצטנס האָט זי אָנגעהויבן אויסצוסדרן דעם וויכטיקן אַרכיוו פֿון דער זינגערין און מײַסטער־לערערין מאַשע בעניאָ־מץ, וואָס זי האָט אונדז דערציילט, אַז דער אַרכיוו "איז גאָר אַ וויכטיקע זאַמלונג". במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן. אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס. גיתּאַי וועט פֿילמירן אַפּעלפֿעלדס "צילי" אויף ייִדיש דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פֿילם־רעזשיסאָר עמוס גיתּאַי וועט דעם האַרבסט אָנהייבן פֿילמירן אַהרן אַפּעלפֿעלדס דערציילונג "צילי", און האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדישע כאַראַקטערן וועלן רעדן אויף ייִדיש. אַוודאי וואָלט דאָס נישט געדאַרפֿט זײַן קיין חידוש, אָבער דער אמת איז, אַז אין האָליוווּד־פֿילמען און אויך אין אייראָפּעיִשע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן, רעדט מען רק אַנדערע שפּראַכן — פּויליש, דײַטש, ענגליש — אַבי נישט קיין ייִדיש. צוויי גרויסע ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן אין פֿירט, דײַטשלאַנד, קומט פֿאָר איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין דער דײַטשער שטאָט פֿירט, פֿונעם 9טן מאַרץ ביזן 18טן מאַרץ. דאָס יאָר, וואָס איז דאָס 13טע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן 125 מוזיקער פֿון 15 לענדער זיך באַטייליקן אין 30 קאָנצערטן אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿירט". עס וועלן אויך פֿאָרקומען טאַנץ־ און מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿילם־פּרעזענטאַציעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.klezmer-festival.de ביכער אויף פֿרעמדע שפּראַכן פֿאַרן ייִדיש־לייענער זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט זײַן זעקסטן ראָמאַן אויף פֿראַנצויזיש: D‘Un Pays Sans Amour [פֿון אַ לאַנד אָן ליבע], אַ ווערק וואָס האָט אַ בפֿירושן ייִדיש־ליטעראַרישן אינהאַלט. דאָס ווערק קומט פֿאָר אין מיזרח־אייראָפּע אין דער תּקופֿה — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1930ער יאָרן — און דערציילט וועגן פּיער, אַ בחור וואָס אַנטדעקט ייִדיש און די ייִדישע קולטור. ער שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג אין רוים מיט דער טאָכטער פֿונעם שרײַבער און פֿאָטאָגראַף אַלטער קאַציזנע, שולמית, וועלכע האָט אָנגעזאַמלט די גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעק אויף דער וועלט. זי דערציילט אים וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, וועגן די קאָלעגן־שרײַבער פֿון איר טאַטן, פּרץ מאַרקיש, אורי־צבֿי גרינבערג און מלך ראַוויטש, די רעדאַקטאָרן פֿונעם אַוואַנגאַרדישן זשורנאַל "כאַליאַסטרע". אויב איר האָט נאָך נישט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז נישט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זענען נישט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך נישט איבערשרעקן בײַם ערשטן בליק פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, און ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר וועט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן. " "ווײַטער": די ייִדישע סטודענטן־צײַטונג בײַם "פֿאָרווערטס" "ווײַטער" די "חודשלעכע אויסגאַבע פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש" איז באַליבט געוואָרן אין די ייִדיש־קלאַסן און גרופּעס איבער דער וועלט. הײַנט קען מען לייענען דעם זשורנאַל בלויז אויף דער אינטערנעץ. דעם לעצטן נומער פֿון 2011 קען מען איצט לייענען, און במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן, וועט דערשײַנען דער ערשטער נומער פֿון 2012. וואַרשע: קינדער־טעאַטער אונדזער געוועזענער מיטאַרבעטער קאָבי ווײַצנער וווינט הײַנט אין וואַרשע, און איז געוואָרן דער שפּראַך־מבֿין בײַם דאָרטיקן פּויליש־ייִדישן מלוכה־טעאַטער, ווי אויך בײַ אַנדערע פּראָיעקטן. מיט אַ גרופּע קינדער האָט ווײַצנער צוזאַמענגעשטעלט אַ חנוכּה־פּראָגראַם און מע קען זען, ווי זיי זינגען און רעציטירן אויף ייִדיש. |