- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג. אונדזערע לייענער, וועלכע האַלטן אַ חשבון פֿון וואָס ס‘קומט פֿאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין מדינת־ישׂראל, האָבן אַוודאי זיך געכאַפּט, אַז מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט קיין נײַעס פֿון דער מלוכה־אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש — "די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". מע זעט נישט קיין נײַע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", און מע הערט נישט קיין אַנדערע ידיעות. צוליב פֿאַרשיידענע טעמים, דער עיקר, אינערלעכע קריגערײַען נאָך דעם ווי אשר פּורת האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער ראָש, געפֿינט זיך די אינסטאַנץ אין אַ פּאַראַלאַזירטן מצבֿ שוין אָט דרײַ יאָר. נאָכן שליסן זיך פֿונעם וויכטיקסטן ליטעראַרישן זשורנאַל "די גאָלדענע קייט", מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק, האָט די ייִדיש־וועלט איבערגעלעבט אַ שאָק. זי איז אָבער צו ביסלעך געקומען צוריק צו די כּוחות. עס זענען דערשינען נײַע אָדער איבערגעמאַכטע זשורנאַלן, מיט וויזועלע און תּוכיקע אינטערעסאַנטע בײַטן, צווישן זיי: "אויפֿן שוועל", "צוקונפֿט", און אויף העברעיִש, אָבער וועגן ייִדיש, "דווקא". די וואָך האָבן מיר באַקומען דעם ערשטן נומער (פֿרילינג, 2008) פֿון אַ נײַעם, ריין ליטעראַרישן זשורנאַל, "גילגולים: נײַע שאַפֿונגען" אונטער דער רעדאַקציע פֿון זשיל ראָזיע, פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק"; די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז. צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע איז די וואָך געקומען פֿון ישׂראל דער זינגער, אַקטיאָר און כּלל־טוער מענדי כּהנא. ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קולטור־גרופּע "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל פֿאַרנעמט ער הײַנט אַן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. יענע וואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אינעם "קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט" — אַ יערלעכע ווינטער־פּראָגראַם אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מרים קאָראַל. דאָס יאָר האָט די פּראָגראַם געהייסן "אַ קוש פֿון ייִדיש" און מענדי כּהנא, האָט צווישן אַנדערע, גערעדט וועגן בדחנות און ייִדישע חתונות. צו אונדזער מזל איז ער, נאָך דעם, געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ בר־מיצווה אין ברוקלין און באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע — אַ גאַסט אויף אַ ווײַל. די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט אין ישׂראל זענען געקומען באַגריסן דעם "פֿאָרווערטס" צום 110טן יאָרטאָג, סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך. די צײַטונג איז דאָך אויך אונדזערע! האָבן מיר דען אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אויף צו לייענען, אויף מיטצואַרבעטן, אויף זיך אויסצולעבן אין ייִדיש? דעריבער טאַקע איז אויסגעקומען אַזוי פֿאַרשטענדלעך די שטופּעניש אַרום די קאַסעס בײַם “בית ציוני־אמריקה", אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף צו באַקומען אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג. מיר אַלע זײַנען דאָרט געווען און די שטופּעניש האָבן מיר אָנגענומען פֿאַר ליב, ווײַל זי האָט ווי פֿאָרויסגעזאָגט דאָס וואָס האַלט בײַם אָנקומען. דער עולם האָט געהאַט וואָס צו דערוואַרטן און האָט זיך טאַקע נישט אַנטוישט. איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־וואַרשטאַטן אויף דער וועלט איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע", וועלכער קומט פֿאָר אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. דאָס יאָר איז פֿאָרגעקומען "קלעזקאַנאַדע" פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און האָט צוגעצויגן מער ווי פֿיר הונדערט אָנטיילנעמער. "קלעזקאַנאַדע" האָט אײַנגעפֿירט אַ קלוגע טראַדיציע, צוצוטיילן סטיפּענדיעס צו מער ווי 150 יונגטלעכע יעדן זומער, זיי זאָלן קענען קומען מיט אַ גרויסער הנחה. הײַנט זענען געוואָרן שוין עטלעכע פֿון די "יונגע־לײַט", ווי — דזשאַש דאָלגין, מײַקל ווינאָגראַד, און אַוויאַ מור — אָנפֿירנדיקע לערערס. מינסק, ווײַסרוסלאַנד. — אַלעקסאַנדר אָסטרוך איז שולדיק אַ דאַנק לעאָניד ברעזשניעוון פֿאַר זײַן הילף בײַם צונויפֿשטעלן איינעם פֿון די קאָמפּליצירטסטע און אַרומנעמיקסטע ייִדישע ווערטערביכער; אַ ווערטערבוך אין ווײַסרוסיש, אַ שפּראַך וואָס אַפֿילו ס‘רובֿ ווײַסרוסן קענען זי נישט. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון די פֿיל־בענדיקע זכרונות פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן פֿירער זענען זייער צוניץ געקומען אָסטרוכן, אַ מינסקער אינטעלעקטואַל, קונסט־רעסטאַוורירער און ייִדישיסט. פֿונעם 18טן ביזן 22סטן יוני, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט "יוגנטרוף" דורכגעפֿירט איר ערשטן לערער־סעמינאַר. ברוכה קאַפּלאַן האָט געהאַט פּלאַנירט דעם סעמינאַר שוין מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָך דעם ווי "יוגנטרוף" האָט באַקומען פֿאַר אים געלט פֿון די פֿישמאַן־ און לעווינסאָן־פֿונדאַציעס; מיט דער הילף פֿון שבֿע צוקער און נעמי קאַדאַר, האָט זי דעם פּלאַן, סוף־כּל־סוף, טאַקע רעאַליזירט. באַטייליקט האָבן זיך אַרום צוואַנציק מענטשן, סײַ דערפֿאַרענע ייִדיש־לערער פֿון שולן און אוניווערסיטעטן, סײַ אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן נאָך נישט אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי לערערס. צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!" ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן׃ די געשיכטע פֿונעם "אוצר פֿון דער ייִדישער דערציילונג" אין 1952 האָט דער ייִדישער דיכטער אליעזר גרינבערג אײַנגעלאַדן דעם אַמעריקאַנער קריטיקער אירווינג האַו מיטצואַרבעטן איבער אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ייִדישע דערציילונגען אויף ענגליש. פֿון אָט דער באַגעגאַניש איז אַרויסגעוואַקסן די וואָגיקע אַנטאלאָגיע "אַן אוצר פֿון דער ייִדישע דערציילונג" (1954), וואָס איז כּולל די ווערק פֿון 23 מחברים, צייכענונגען פֿונעם באַקאַנטן קינסלטער בען שאַן, און אַ גלאָסאַר. אין זײַן אַרײַנפֿיר האָט אירווינג האַו געגעבן אַ פּרטימדיקן פּאָרטרעט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער און גרינבערג האָבן געהאַט אין זינען אַן עולם, וואָס האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, סײַדן עטלעכע ווערטלעך, און איז געווען קוים באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. |