- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אליעזר גרינבערג (1896—1992) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליפּקאַן, בעסאַראַביע. ער האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע און אַ וועלטלעכע דערציִונג. צווישן זײַנע לערער און חבֿרים זײַנען געווען זײַנע באַרימטע בני־עיר — אַליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג און משה אַלטמאַן. אין 1913 האָט ער אימיגרירט קיין אַמעריקע, געאַרבעט אין לעדער־אינדוסטריע. אין 1921 איז גרינבערג אַרײַן אין דעם מישיגען־אוניווערסיטעט אין ען־אַרבאָר, שפּעטער געאַרבעט ווי אַ לערער אין ייִדישע שולן. אין 1927 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. זײַנע ערשטע לידער האָבן זיך באַוויזן אין דרוק אין 1919. אין דעצעמבער, 2006, חנוכּה-צײַט, איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ נס אין לאָס-אַנדזשעלעס׃ די זיבעטע פּראָגראַם — "קונסט פֿון ייִדיש" — אַן אינטענסיווע וואָך פֿון ייִדישע לימודים — שפּראַך־קלאַסן, רעפֿעראַטן און מוזיק-וואַרשטאַטן. פֿאַר וואָס אַ "נס"? ווײַל זיבן איז דאָך אַ געבענטשטער נומער, און דער גאַנצער גרויסער אויפֿטו איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿונעם ״קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", אַ קליינטשיקע אָרגאַניזאַציע מיט גרויסע חלומות.
פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען די ידיעה, אז די "חנה און לייב רובינליכט־פּרײַז" האָט מען אין 2006 צוגעטיילט צו די פּראָפֿעסאָרן און שרײַבער הירשע־דוד כּ״ץ און דובֿ־בער קערלער; דעם "שוואַרצמאַן־פּרײַז" האָט געוווּנען דער מאָלאָר קלמן פּאָלגער. די זשורי איז באַשטאַנען פֿון דניאל גלאַי, ישׂראל רודניצקע און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. מרדכי צאַנין איז געווען דער ערן־פֿאָרזיצער.
אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט "יוטוב" (youtube.com) , אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען.
וואָלף — וואָס זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקע קאַריערע באַשטייט סײַ פֿון ענגליש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, סײַ פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסעס ווי "יאַנקל דער שמיד" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער" אין ניו־יאָרק — איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אָוונט פֿון געזאַנג און סקיצעס, וואָס יעדער האָט פֿון זיי הנאה געהאַט. אין זײַן קאָנצערט האָט ער אַרויסגעבראַכט אַ ברייטע גאַמע געפֿילן, פֿון טרויעריק ביז הומאָריסטיש, מיט אַ בולטער אַרטיסטישער פֿעיִקייט ווי אַן אַקטיאָר. ער האָט אפֿילו געשפּילט ביידע ראָלן אין אַ סצענע פֿון "יאַנקל דער שמיד", אין וועלכער דער תּמעוואַטער שמיד פּרובירט צו דערקלערן זײַן ליבע דעם דאָרפֿסמיידל.
דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 29סטן אויגוסט, מיט אַ קאָנצערט אונטערן פֿרײַען הימל, אין צוקערמאַן־אַמפֿיטעאַטער אין אוירל ביילס־פּאַרק, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון איבער צוויי טויזנט צושויער. דעם קאָנצערט, אונטערן נאָמען "דער מיזרח קומט קיין מערבֿ", האָבן אויסגעפֿירט אַ גרופּע מוזיקער פֿון מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק, טאַלין און אַנדערע שטעט פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט לעבעדיקע קלעזמער־נומערן און געזאַנגען פֿון זעלטן־געהערטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. דבֿורה פֿאָגעל איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל בורשטין, אָבער אויפֿגעוואַקסן — אין לעמבערג. זי האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אינעם לעמבערגער אוניווערסיטעט, און אין 1926 פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע וועגן די פֿילאָסאָפֿן געאָרג העגעל און יאָזעף קרעמער. זי האָט זיך באַקענט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער סטאַניסלאַוו וויטקעוויטש, און איר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער און קינסטלער ברונאָ שולץ האָט זיך אָנגעהויבן אין 1930. עס איז שױן אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך צו טרעפֿן, אין אײנעם פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה, מיט זײַנע הונדערטער ידידים־פֿרײַנד, פֿאַר אַ הרמת־כּוסית, הײבן אַ כּוס און זיך װינטשן אײנער דעם צװײטן אַ לחײם, אַ גוט־יאָר, אַ שנה־טובֿה. |