|
דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, יונתן ברענט(רעכטס) און אַנדריי צודעק, דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן |
|
יענע וואָך האָבן צוויי אינסטיטוציעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון פּוילישע ייִדן, געקומען צו אַ הסכּם וועגן ווײַטערדיקער מיטאַרבעט. אַן אָפּמאַך צווישן דעם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִוואָ" און דעם "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" אין וואַרשע וועט שטיצן און פֿאַרשפּרייטן אַן אַלגעמיין קענטעניש פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע און קולטור דורך נאָוואַטאָרישע אויסבײַט־ און עפֿנטלעכע דערציִונג־פּראָגראַמען.
געשאַפֿן אין 1925 אין ווילנע, האָט דער ייִוואָ אָנגעזאַמלט די גרעסטע אין דער וועלט היסטאָריש־וויכטיקטיסע מאַטעריאַלן אין שײַכות מיטן מיזרח־אייראָפּעיִשן און רוסיש־ייִדישן לעבן פֿאַר און בעתן חורבן. אין 1940 האָט דער ייִוואָ זיך אַריבערגעפֿלאַנצט אין ניו־יאָרק און זײַן עולם איז געוואָרן די אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. איצט וועט ייִוואָ דערמעגלעכן דעם צוטריט צו זײַנע אוצרות אין מיזרח־אייראָפּע דורך נײַע פּראָגאַמען און פּראָיעקטן צוזאַמען מיטן "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" אין וואַרשע. דער "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" וועט זיך עפֿענען אין 2013.
דער אָפּמאַך צווישן די צוויי אינסטיטוציעס איז דער ערשטער פֿון אַזאַ מין פֿאַר ביידע. דער מוזיי איז געגרינדעט געוואָרן פֿון דער "אַסאָציאַיע פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט פֿון פּוילן", דעם פּוילישן מיניסטעריום פֿון קולטור און נאַציאָנאַלער ירושה און דער שטאָט וואַרשע. מע דערוואַרט, אַז אַ האַלב מיליאָן באַזוכער וועלן קומען יעדעס יאָר צו זען די אויסשטעלונגען און זיך באַטייליקן אין די אַקטיוויטעטן וואָס דאַרפֿן "מוטיקן דרך־ארץ פֿאַר דער ייִדישער ציוויליזאַציע."
ד״ר יונתן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ האָט געזאָגט, אַז דער אָפּמאַך "מערקט אָפּ דעם אָנהייב פֿון אַ וויכטיקער נײַער סטאַדיע פֿון אַ פֿאַרבינדונג און אַ ווידער־פֿאַרבינדונג מיטן היימלאַנד פֿון ייִוואָ אין מיזרח־אייראָפּע. מיר קוקן אַרויס אויפֿצובויען אונדזערע היסטאָרישע בריקן מיט פּוילן און פּוילישע ייִדן דורך אויסטשטעלונגען, פֿאָרשונג און קולטורעלע אויסבײַטן".
אַנדריי צודאַק, דער צײַטווײַליקער דירעקטאָר פֿונעם "מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן" האָט געזאָגט, אַז דער מוזיי “ברענגט צוריק מיט שטאָלץ די ייִוואָ־רעסורסן צו זײַן ׳אַלטער היים׳, צום ערשטן מאָל אין 70 יאָר. ביידע אינסטיטוציעס האָבן דעם זעלביקן ציל צו פֿאַרהיטן די טויזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און צו דערציִען די ווײַטערדיקע דורות".
די פּראָגראַם־דירעקטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי, פּראָפֿ׳ ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט, איז דאָנערשטיק געקומען אין דער “פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע צו באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון דעם אָפּמאַך. זי האָט אונדז דערמאָנט, אַז דער מוזיי וועט זיך פֿאַרנעמען נישט בלויז מיט די ייִדן אין פּוילן, נאָר אויך מיט פּוילישע ייִדן איבער דער וועלט. מיר קוקן אַרויס אויף די ווײַטערדיקע בשותּפֿותדיקע פּלענער פֿון ביידע אינסטיטוציעס.
נײַער קולטור־סעזאָן בײַם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער"
דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" גרייט זיך צו דער גרויסער "יונעסקאָ"־ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער אין פּאַריז — די פּראָגראַם געפֿינט זיך אויף דעם וועבזײַטל:
http://yiddishparis.com/english/files/2012/09/prog-colloque-web.pdf אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן וועגן די אַנדערע אַקטיוויטעטן פֿונעם "צענטער".
ווי אַלע יאָר, האָט מען צוגעגרייט אַ פֿולע פּראָגראַם מיט קורסן און וואַרשטאַטן. וואָס שייך מוזיק און בינע־קונסט וועט שורה ליפּאָווסקי אָנפֿירן מיט אַ געזאַנג־וואַרשטאַט, "טשיריבים", במשך פֿון נײַן זונטיקן, און מאַרטע דעראָזיער וועט ווײַטע לערנען מיט די סטודענטן ווי צו שפּילן קלעזמער־מוזיק אין איר וואַרשטאַט. די רעזשיראָרין שאַרלאָט מעסער וועט רעפּעטירן מיט דער טעאַטער־גרופּע "טרוים־טעאַטער" יעדן מיטוואָך. אַגבֿ, דעם 20סטן און 21סטן אָקטאָבער, האָט דער "טרוים־טעאַטער" פֿאָרגעשטעלט שלום־עליכמס פּיעסע "דאָס גרויסע געווינס" אין דער שטאָט מעץ, ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַלֹ"אייראָפּעיִשע טעג פֿון ייִדישער קולטור אין לאָרען". אין אַן אַנדער וואַרשטאַט וועלן נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און דאָראָטעע וויִעניי לערנען מיטן קלאַס ווי צו לייענען און שרײַבן דעם אלף־בית. פֿאַר די וואָס ווילן שמועסן אויף ייִדיש, איז פֿאַראַן אַ קורס "ייִדיש אויף דער צונג".
אינעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" קען מען זיך לערנען ייִדיש אויף פֿאַרשיידענע מדרגות, און הײַנטיקס יאָר האָט מען אײַנגעפֿירט אַ קלאַס צו לערנען די העברעיִזמען אין ייִדיש. דער "צענטער" האָט במשך פֿון יאָרן אַנטוויקלט גוטע איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף פֿראַנצייזיש, און אַ קורס וועגן דער טעכניק פֿון איבערזעצן ייִדישע טעקסטן טרעפֿט זיך דעם זמן. שבת, דעם 24סטן נאָוועמבער וועט מען פּראַווען אַ ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד אַ נײַ בוך דערציילונגען פֿון י. י. זינגער, וואָס עס האָט איבערגעזעצט מאָניק שאַרבאָנעל. יצחק ניבאָרסקי וועט מיט איר פֿירן אַ שמועס.
אַן אויסשטעלונג וועגן דעם שרײַבער עוזר וואַרשאַווסקי קען מען איצט זען אינעם "צענטער". אין 1998 האָט מען צום ערשטן מאָל די מאַטעריאַלן אויסגעשטעלט. וואַרשאַווסקי איז געווען איינער פֿון די חשובֿסטע ייִדישע שרײַבער צווישן די וועלט־מלחמות. זײַנע צוויי ראָמאַנען "שמוגלערס" און "שניטצײַט" פֿאַרנעמען אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער מאָדערנער ליטעראַטור.
|
|
|
עוזר וואַרשאַווסקי איז געבוירן געוואָרן אין סאָכאַטשעוו, פּוילן, אין 1898, און אָנגעקומען קיין פּאַריז אין 1924. דאָרטן האָט ער זיך באַטייליקט אין דער קינסטלערנישער געזעלשאַפֿט פֿון דער פּאַריזער מאָנפּאַרנאַס־געגנט. ער איז אַטלאָפֿן פֿון דער שטאָט אין 1940, וואָס האָט אויף אים געווירקט אָנצושרײַבן זײַן ווערק "רעזידענצן". ער איז אָנגעקומען קיין רוים, און גאָר אין גיכן פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ, וווּ ער איז אומגעקומען אין אָקטאָבער 1944. די אויסשטעלונג וועגן עוזר וואַרשאַווסקי קען מען באַזוכן ביזן 20סטן דעצעמבער 2012.
אַ צאָל פֿײַנע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש קען מען הערן אויף דער וועבזײַט פֿונעם "צענטער", אַלע זײַנען זיי פֿאַרשריבן אין 2012. בײַם זיבעטן פּאַריזער זומערקורס אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור האָט פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי געגעבן אַן אַרײַנפֿיר צו דער ייִדישער ליטעראַטור, און דער שרײַבער ד״ר זשיל ראָזיע האָט גערעדט וועגן דעם פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ביידע לעצקיעס געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט. אין שײַכות מיטן "צענטער"ס אויסשטעלונג "ייִדישע אוטאָפּיעס", אין פֿרילינג 2012, האָבן גערעדט ד״ר נאַטאַליאַ קריניצקאַ וועגן דוד בערגעלסאָנס זאַמלונג דערציילונגען "ביראָבידזשאַנער", באָריס קאָטלערמאַן וועגן "דעם קולטור־לעבן אין ביראָבידזשאַן", און פּראָפֿ׳ דוד שנייער וועגן "ציוניזם אָן ציון" (וועגן ביראָבידזשאַן) און זייערע רעפֿעראַטן זענען אויך פֿאַרשריבן אויף דער וועבזײַט.
ייִדישע קולטור־קאָנפֿערענץ אין לונד, שוועדן
אין פֿריִערדיקע רובריקן פֿון "וועלט פֿון ייִדיש" האָבן מיר דערמאָנט דעם אויפֿבלי אין שוועדן פֿון ייִדישע קולטור־אַקטיוויטעטן. מע פֿאַרבעט לעקטאָרן אַהין אָנצופֿירן מיט וואַרשטאַטן אויף ייִדיש יעדן זומער; מע גיט אַרויס ביכער און אַ זשורנאַל אויף ייִדיש; פֿאַר אַ יאָרן האָט מען עטאַבלירט אַ קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין לונדער אוניווערסיטעט, און פּראָפֿ’ יאַן שוואַרץ פֿאַרנעמט די פּאָזיציע פֿונעם ראָש. די וואָך, פֿונעם 28סטן ביזן 31סטן אָקטאָבער 2012, אינעם לונדער אוניווערסיטעט איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע "די ייִדישע קולטור אין איר אייראָפּעיִשן קאָנטעקסט"; די ערטשע פֿון די דרײַ יערלעכע פֿאַרזאַמלונגען אין אַ ציקל וואָס הייסט "די ייִדישע קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט". די צווייטע קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אין אַמסטערדאַם, פֿרילינג 2014, און די דריטע אין דיסלדאָרף, פֿרילינג 2016. אין דער איצטיקער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטיילגענומען לעקטאָרן פֿון דײַטשלאַנד, אַמסטערדאַם, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, שווייץ, ישׂראל, דענמאַרק און פּוילן.
פּראָפֿ׳ יאַן שוואַרץ האָט באַגריסט דעם עולם מיט די ווײַטערדיקע ווערטער:
איך בין זייער צופֿרידן צו שטיין פּנים־אל־פּנים מיט אַזאַ שיינעם עולם, כּדי צו באַגריסן אײַך צום ערשטן אייראָפּעיִשן ייִדישן אַקאַדעמישן וואַרשטאַט אין לונדער אוניווערסיטעט. מיר האָבן פֿאַרבעטן צוואַנציק ייִדיש־פֿאָרשער פֿון אייראָפּעיִשע לענדער און פֿון אַמעריקע, וואָס וועלן אַרומרעדן די טעמע פֿון ייִדיש אינעם 20סטן יאָרהונדערט. מיר זענען באַזונדער שטאָלץ, וואָס אַ גרויסער טייל פֿון די אָנטיילנעמער זענען יונגע־לײַט, וואָס האַלטן בײַם פֿאַרענדיקן זייערע דאָקטאָראַטן. אין די קומעדיקע דרײַ טעג וועלן מיר הערן רעפֿעראַטן וועגן אַ ריי פֿאַרשיידענע ענינים אין חכמת־ייִדיש. מיר האָבן צעטיילט די סעסיעס אויף די ווײַטערדיקע טעמעס: די קולטור־צענערטס אין פּוילן, סקאַנדינאַוויע און שווייץ; די ייִדישע ליטעראַטור און די ייִדישע דערציִונג נאָכן חורבן; גבֿית־עדותן און אָנדענק נאָכן חורבן, און ייִדיש אין דער חסידישער וועלט.
די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס מיר האָבן זיך געקענט פֿאַרזאַמלען דעם אָוונט, כּדי צו עפֿענען די ערשטע אַקאַדעמישע ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין שוועדן איז, ווײַל ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־שפּראַך אין לאַנד. הערט אַ וווּנדער־מעשׂה — אַ מינאָריטעטן־שפּראַך וואָס האָט אפֿשר ווייניקער ווי דרײַ טויזנט רעדער איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון פֿינף מינאָריטעטן־שפּראַכן אין שוועדן. דאַרף איך טאַקע זאָגן אַ האַרציקן דאַנק דער שוועדישער רעגירונג פֿאַר דער ברייטהאַרציקער פֿינאַנציעלער שטיצע וואָס האָט דערמעגלעכט די באַשאַפֿונג פֿון אַן אַקאַדעמישער ייִדיש־פּראָגראַם אין לונדער אוניווערסיטעט.
ווען איך בין אַהערגעקומען מיט פֿערצן חדשים צוריק, איז שוין געווען אַ ייִדישע סבֿיבֿה מיט כּמעט צוואַנציק סטודענטן און אַ לערער — ד״ר סאַלאָמאָן שולמאַן. הײַנטיקס יאָר קען מען אינעם לונדער אוניווערסיטעט שטודירן ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויף פֿאַרשיידענע מדרגות — פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטערע סטודענטן, וועלכע לערנען זיך ייִדיש אויף ייִדיש.
אַחוץ דער שטיצע וואָס מיר האָבן באַקומען פֿאַר דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "ראָטשילד־פֿונדאַציע" אין לאָנדאָן, האָט "סאָל" — דער שפּראַך־ און ליטעראַטור־צענטער אינעם לונדער אוניווערסיעטעט — אויך ברייטהאַרציק געהאָלפֿן. מײַנע קאָלעגעס אין "סאָל" האָבן כּסדר אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקן אינטערעס און בטחון צו דער נײַער ייִדיש־פּראָגראַם. דער "ייִדיש־פֿאַרבאַנד" אין שטאָקהאָלם האָט אויך פֿינאַנציעל געהאָלפֿן מיט אַ ברייטער האַנט לטובֿת דער קאָנפֿערענץ.
|
לונדער אוניווערסיטעט אין שוועדן |
|