װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט די "פּריפּעטשיקניקעס“ אין באַלטימאָר

אין אונדזערע וועלטלעכע קרײַזן איז נישט גרינג אויפֿצוהאָדעווען קינדער אויף מאַמע־לשון, אַפֿילו ווען מ׳איז געבענטשט מיט חבֿרים, וואָס פּרוּוון טאָן דאָס זעלבע מיט זייערע קינדער. מע וויל ווײַזן דעם קליינוואַרג, אַז מיר לעבן זיך אויס אויף ייִדיש טאָג אײַן, טאָג אויס. ווי קען מען דאָס אַלץ באַווײַזן? דורך שפּילן, געלעכטער, געזאַנג — און אַ ביסל אַרבעט אויך.
די באַלטימאָר־ייִדישיסטן רעכענען אַרײַן, קיין עין־הרע, שוין אַ צוואָנציק מענטשן, כּן־ירבו. דער עלטסטער פֿון אונדזערע קינדער לערנט זיך אין פֿערטן קלאַס און דאָס ייִנגסטע איז אַ נײַ־געבוירן עופֿעלע. מיר אַלע רעדן ייִדיש כּסדר איינער מיטן צווייטן, קליין און גרויס (כאָטש די גרויסע מוזן אַמאָל אַרויפֿפֿירן די קליינע אויפֿן ריכטיקן וועג).
אָנגעהויבן האָט מען אונדזער שפּילגרופּע אין 2007, ווען די משפּחות קאַפּלאַן און מאָס האָבן זיך צום ערשטן מאָל געפֿונען אין דער זעלבער שטאָט. מע האָט גענומען זיך צונויפֿקומען זונטיק אין דער פֿרי צו פֿאַרברענגען מיט די קינדער מיט אַ טעם און מיט אַ גראַם. אין 2009 איז צוגעקומען די משפּחה בערגער־סאָלאָד. און מער־ווייניקער אין איין צײַט האָט טשאַרלי בעלער אָנגעהויבן רעדן ייִדיש מיט זײַנע צוויי (איצט שוין דרײַ) זין, מיטן שטיץ פֿון זײַן פֿרוי מעגאַן. אַניע קויפֿמאַן, גוט באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט, איז אַ חבֿר און אַ וויכטיקער מיטגליד פֿון אונדזער "פֿאַקולטעט."
אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער גרופּע "פּריפּעטשיק," נישט נאָר נאָכן באַקאַנטן ליד, נאָר אויך לכּבֿוד אַן ענלעכער שפּילגרופּע, וואָס האָט עקזיסטירט אין ניו־יאָרק אין די 80ער און 90ער יאָרן. די קינדער פֿון דער גרופּע זײַנען שוין אַרײַן אין די אוניווערסיטעטן און אָט־אָט וועט עס שוין געשען מיט זייערע אייגענע קינדער. ברוכה קאַפּלאַן איז געווען איינע פֿון זייערע לערערינס.
וואָס טוען מיר טאַקע אין אַ "פּריפּעטשיק"־זונטיק? אָפֿט מאָל נעמען מיר זיך צונויף בײַ איינער אַ משפּחה אין דער היים. ערבֿ יום־טובֿ איז אפֿשר גרינגער, ווײַל דער תּוכן איז שוין אַ פֿאַרטיקער. אַ מאָל איז מען מער שאַפֿעריש. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז מען אַרויסגעפֿאָרן אין אַ פּאַרק, וווּ קינדער פֿאָרן אויף מיניאַטור־דאַמפֿבאַנען. ברוכה האָט געלערנט מיט זיי, ווי אַזוי עס פֿונקציאָנירט אַ דאַמפֿמאָטאָר. געזונגען האָבן מיר ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס קינדערליד "די באַן," ווי אויך שלום בערגערס אַן איבערזעצונג פֿון אַן ענגליש ליד, "איך אַרבעט בײַ דער אײַזנבאַן.“ מע האָט געמאַכט אַ פּיקניק און מע האָט געפֿונען צײַט, אין געפּאַקטן צײַטפּלאַן, די קינדער זאָלן אַרומלויפֿן פֿראַנק און פֿרײַ. אַ כּלל, חי־געלעבט!
מיר האָבן אַוודאי קאָנקרעטע צילן. צום בײַשפּיל, כאָטש ס׳רובֿ קינדער אונדזערע לערנען זיך אין די ייִדישע טאָגשולן (די בעלערס קנעלן מיט זייערע קינדער אין דער היים) און לערנען זיך דאָרט עבֿריתּ, ווילן מיר, אַז אונדזערע קינדער זאָלן זיך אויסלערנען לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש. אפֿשר איז אָבער פּונקט אַזוי וויכטיק, זיי זאָלן זיך אײַנשאַפֿן פֿריידיקע אַסאָסיאַציעס אויף אַ גאַנץ לעבן, וווּ ייִדיש איז געקניפּט און געבונדן מיט משפּחה, גוטע־פֿרײַנד און אַ זוניקן פּיקניק אונטערן פֿרײַען הימל.

שלום בערגער, באָלטימאָר


דער פּאַריזער סימפּאָזיום: “ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער"


די הצלחה פֿונעם סימפּאָזיום "ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער" (אָפּגעהאַלטן אין "אונעסקאָ"–בנין, פּאַריז, דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער) איז געווען גרעסער ווי מע האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן. אינעם גרויסן זאַל פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קולטור–אָרגאַניזאַציע האָט זיך פֿאַרזאַמלט, אין פּראָסטע וואָכנטעג, אַן עולם וואָס האָט אין קיין שום מאָמענט נישט געציילט ווייניקער ווי 250 צוהערער און, בײַ געוויסע זיצונגען, אַרום 400. זיי זענען געקומען זיך דערוויסן וועגן די נײַע דרכים און מיטלען, מיט וועלכע מען אַרבעט הײַנט איבער דער וועלט אויף איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור. דעם סימפּאָזיום האָט אָרגאַניזירט די פֿאַרשטייערשאַפֿט פֿון "בני–ברית" בײַ דער "אונעסקאָ", מיט דער מיטווירקונג פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק". די אַמבאַסאַדאָרן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון ישׂראל צו דער "אונעסקאָ" האָבן באַגריסט בײַ דער דערעפֿענונג.
ווי דער מיט–פֿאָרזיצער פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער, האָב איך אין מײַן אַרײַנפֿיר–וואָרט באַטאָנט, אַז מיר האָבן אין דער פּראָגראַם אָפּגעגעבן די בכורה צו נײַע מענטשן, נײַע געדאַנקען, נײַע מיטלען. אין אונדזערע קוים פֿינף סעאַנסן האָבן מיר נישט אַרײַנגענומען אַספּעקטן און דערגרייכונגען, וואָס זענען פֿאַר זיך אַליין געוואַלדיק וויכטיק, אָבער דאָך זענען זיי פֿון אַן אָנגענומענעם סאָרט, וואָס די עפֿנטלעכקייט איז געוווינט צו זיי און ווייסט ווי זיי אָפּצושאַצן: אוניווערסיטעט–לימודים, זומער־קורסן און פֿעסטיוואַלן, באַקאַנטע פּובליקאַציעס אָדער די רעגולערע אַקטיוויטעט פֿון ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס.
דער עלטער–דורכשניט פֿון די באַטייליקטע אין די פֿינף "רונדע טישן“ איז געשטאַנען אַרום די 53 יאָר; דאָס הייסט, אַז אין די פּאַנעלן האָבן ווײַט איבערגעווויגן די מענטשן אין אַן אַקטיוון עלטער, מיט אַ ברייטער אַרבעטס–פּערספּעקטיוו אויף להבא. אינעם פֿאַל פֿון צוויי פֿון די דאָזיקע דיסקוסיע–טישן, איז דער עלטער–דורכשניט געווען אונטער די 40 יאָר. איינער פֿון די צוויי, אָפּגעגעבן "המשך פֿון לעבעדיקן ייִדיש“, האָט געבראַכט גרוסן וועגן דערציִונג פֿון קינדער מיט ייִדיש (שמעון נויבערג פֿון טריר, בנימין מאָס פֿון באַלטימאָר, הינדע–הענע בורשטין פֿון מעלבורן) און וועגן געזעלשאַפֿטלעכע איניציאַטיוון צו סטימולירן דעם לעבעדיקן באַניץ מיט ייִדיש (יאַנקל–פּרץ בלום פֿון ניו–יאָרק).
אויפֿן צווייטן, אָפּגעגעבן "ייִדיש אויפֿן אינטערנעץ“, האָט מען באַקומען אַ פֿאַרכאַפּנדיק בילד פֿון דעם דאָזיקן תּחום, זײַנע דערגרייכונגען און אומגעהײַערע פֿאַרמעסטן, דורך די רייד פֿון דרײַ יונגע ספּעציאַליסטן: נאַטאַליע קריניצקאַ, אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע (פּאַריז) און יואל מאַטווייעוו (ניו–יאָרק).
דער דאָזיקער קורצער גרוס איז נאָר אַן ערשטער רושם פֿון דעם סימפּאָזיום וואָס האָט זיך קוים געשלאָסן. אַ פֿולער באַריכט פֿון אָט דעם וויכטיקן אינטערנאַציאָנאַלן צוזאַמענקום לטובֿת ייִדיש, וועלן מיר ברענגען אין קומענדיקן נומער.

יצחק ניבאָרסקי, פּאַריז


צוויי קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין צוויי עקן וועלט


בראַזיל האָט די צווייט-גרעסטע ייִדישע קהילה אין דרום־אַמעריקע, און לויטן צענזוס פֿון 2010 שאַצט מען, אַז אַן ערך 95,000 ייִדן וווינען דאָרט — די צענטע גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אויף דער וועלט. אַ העלפֿט פֿון די ייִדן אין לאַנד וווינט אין סאַן־פּאַולאָ, און צום דריטן מאָל האָט "דער ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט פֿון בראַזיל" אָפּגעהאַלטן אַ "קלעזטיוואַל".
דאָס יאָר איז דער "קלעזטיוואַל" פֿאָרגעקומען פֿונעם 12טן ביזן 21סטן אָקטאָבער 2012. די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט "קעמפּ קלעזטיוואַל" — פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן פֿון מוזיק און געזאַנג. פֿרענק לאָנדאָן, דער טרומייטער פֿון דער גרופּע “קלעזמאַטיקס", האָט אָנגעפֿירט מיטן “קעמפּ". ספּעציעלע געסט פֿון צפֿון־אַמעריקע און אייראָפּע האָט מען געבראַכט, זיי זאָלן לערנען מיט די סטודענטן: דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט, די זינגערס מיישקע אַלפּערט און דן קאַהן, דאָס פּאָרל פּאָלינאַ און מערלין שעפּהערד, דער מאַנדאָלין־שפּילער עריק שטײַן, דער ישׂראלדיקער אוד־שפּילער יאיר דלאַל און אַנדערע. די דאָזיקע מוזיקער האָבן סײַ אָנגעפֿירט מיט וואַרשטאַטן, סײַ אויפֿגעטראָטן אויף קאָנצערטן.
וואָס שיידט אונטער "קלעזטיוואַל" פֿון אַנדערע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, איז וואָס די בעסטע ייִדישע קאַפּעליעס און מוזיקער פֿון צענטראַל־ און דרום־אַמעריקע באַטייליקן זיך אויף איין אָרט. צום באַדויערן, קומען ווייניק פֿאָר געלעגנהייטן, ווען די ייִדן אין צפֿון־אַמעריקע זאָלן קענען זען און הערן די גרופּעס, וועלכע שפּילן אויף אַ הויכער מדרגה. פֿון מעקסיקע איז געקומען אַבֿרהם רעכטהאַנט און די גרופּע “שטעטל קלעזמער"; פֿון אורוגווײַ — “קלעזמעראָן אָרקעסטראַ"; פֿון אַרגענטינע — “אָרקעסטער קעף".
אין בראַזיל איז פֿאַראַן אַ בליִענדיקע סבֿיבֿה פֿאַר ייִדישע מוזיקער און זיי האָבן זיך אַוודאי אויך באַטייליקט: דניאל שטײַן, "קײַטו מאַרקאָנדזשיז", דער חזן סאָלי מאָסערי, ניקאָל באָרגער און די גרופּע "קלעזמער 4", "טריאָ אין קאַנטאָ", "זאַמאַרים", קאַרין צווילינג און מאַריאָ סעווילאָ, און סימאַ האַלפּערן.
אין כאַרקאָוו, אוקראַינע, איז אָנהייב נאָוועמבער פֿאָרגעקומען דער פֿעסטיוואַל "קלעזמער־טעג". עס זעט אויס, אַז "קלעזמער־טעג" איז הײַנט דער איינציקער גרעסערער ייִדישער קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין מיזרח־אייראָפּע — די אַמאָליקע “קלעזפֿעסטן" פֿון קיִעוו און פּעטערבורג קומען מער נישט פֿאָר; בײַם "ייִדישפֿעסט" אין מאָסקווע האָבן זיך באַטייליקט מוזיקער פֿון דער גאַנצער וועלט פֿאַר אַ ריזיקן עולם. אָבער אין תּוך, האָט עס געדויערט נאָר איין טאָג.
אָבער אין כאַרקאָוו, אַ דאַנק דער אונטערשטיצונג פֿונעם אָרטיקן "ייִדישן קהילה־צענטער", איז פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל אויף עטלעכע טעג מיט פֿאַרבעטענע געסט ווי פּסוי קאָראָלענקאָ, מיישקע אַלפּערט און מאַרק קאָוונאַצקי. אַלפּערט האָט נישט געקאָנט פֿאָרן צוליב דעם הוראַגאַן אין ניו־יאָרק. האָט ער אָנגעפֿירט מיט זײַן געזאַנג־קלאַס דורכן "סקײַפּ" אויף זײַן קאָמפּיוטער — אַמעריקע גנבֿ!
דער טרײַבנדיקער כּוח פֿונעם פֿעסטיוואַל איז די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק מיט איר "כאַרקאָווער קאַפּעליע". לאָפּאַטניק, אַ שאַפֿערישע קאָמפּאָזיטאָרין פֿון נײַע ייִדישע לידער, און די אַנדערע לערערס האָבן אָנגעפֿירט מיט קלאַסן און וואַרשטאַטן, און אַלע האָבן צוזאַמען געשפּילט אויף דער בינע בײַם גאַלאַ־קאָנצערט.

שמואל פּערלין — אויסגעקליבן צווישן די “Forward 50"

יעדעס יאָר קלײַבן אויס די רעדאַקטאָרן פֿונעם “פֿאָרוואַרד" 50 ייִדישע פּערזענלעכקייטן וועלכע, לויט זייער מיינונג, האָבן געמאַכט דעם גרעסטן רושם במשך פֿונעם יאָר. יענע וואָך האָבן זיי אָפּגעדרוקט די רשימה פֿון די אויסגעקליבענע און מיט פֿרייד גיבן מיר איבער, אַז צווישן די “50" איז דאָ אויך אונדזער קאָרעספּאָנדענט שמואל פּערלין.
כאָטש ער איז בלויז 29 יאָר אַלט, צייכנט שמואל פּערלין זיך אויס אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון טעטיקייט. ער איז אַ מומחה אין כינעזישע שפּראַכן, און בפֿרט אַ פֿאָרשער פֿון שפּראַכן וואָס זענען אין סכּנה פֿון אויסשטאַרבן. אויף דעם ווידעאָ־קאַנאַל פֿון “פֿאָרווערטס" קען מען זען זײַנע פֿאַרכאַפּנדיקע רעפּאָרטאַזשן פֿון כינע אויף ייִדיש [https://yiddish2.forward.com/video/china]. ווי מע הערט דאָרטן, האָט ער זיך גוט אויסגעלערנט ייִדיש בײַם "ווילנער ייִדיש־אינסטיטוט." דערצו האָט ער אָנגעשריבן אַ בוך אויף ענגליש Intern Nation וועגן פּראַקטיקאַנטן, וואָס מע נוצט זיי אויס בײַ פֿאַרשידענע אַרבעטן און דערבײַ צאָלט מען זיי נישט. זײַן ווערק האָט אַרויסגערופֿן אַ לאַנדישע דיסקוסיע מכּוח דעם ענין.



די “פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע
באַגריסט האַרציק אונדזער
מיטאַרבעטער פֿאַר דער אָנערקענונג און ווינטשט אים נײַע שאַפֿערישע דערגרייכונגען אין אַלע געביטן פֿון
זײַן פֿאַרשידנאַרטיקער טעטיקייט