אַ מאָל האָבן געלעבט צוויי ברידער. דער עלטערער האָט ניט געהאַט קיין ווײַב און ניט קיין קינדער. דער ייִנגערער האָט געהאַט אַ ווײַב מיט פֿיר קליינע קינדער.

זיי זײַנען ביידע געווען אָרעם. זיי האָבן געהאַט אַ שטיקל ערד וואָס איז זיי געבליבן פֿון זייער פֿאָטער. זיי האָבן ניט געוואָלט צעטיילן צווישן זיך דאָס שטיקל ערד. זיי האָבן זי באַאַרבעט צוזאַמען.

ווען די תּבֿואה* (טוווּע) איז שוין געווען אָפּגעשניטן, פֿלעגן זיי צעטיילן די גאַרבן פּונקט העלפֿט אויף העלפֿט. די גאַרבן זײַנען געלעגן לעבן זייערע הײַזלעך.

איין נאַכט, נאָכן אָפּשנײַדן די תּבֿואה, האָט דער עלטערער ברודער ניט געקענט שלאָפֿן. ער האָט געטראַכט וועגן זײַן ברודער: "מײַן ברודער האָט אַ פֿרוי און קינדער, און איך בין איינער אַליין. עס איז ניט ריכטיק, וואָס איך נעם אַ העלפֿט פֿון דער תּבֿואה. דאָס איז ניט קיין יושר."

ער איז אויפֿגעשטאַנען אין מיטן דער נאַכט, האָט גענומען אַ פּאָר גאַרבן און אַוועקגעטראָגן זיי צום הײַזל פֿון זײַן ברודער.

אין דער זעלביקער נאַכט האָט דער ייִנגערער ברודער אויך ניט געקענט שלאָפֿן. ער איז געלעגן און געטראַכט וועגן זײַן עלטערן ברודער: "עס איז אַ רחמנות אויף אים. ער איז נעבעך אַליין. איך האָב אַ ווײַב מיט קינדערלעך, זאָלן לעבן און געזונט זײַן. זיי וועלן מיר העלפֿן אויף די עלטערע יאָרן. אָבער וואָס וועט זײַן מיט מײַן ברודער? עס איז ניט ריכטיק, וואָס מיר טיילן די תּבֿואה פֿון פֿעלד אויף העלפֿט."

איז דער ייִנגערער ברודער אויפֿגעשטאַנען, האָט גענומען אַ פּאַק גאַרבן און זיי געטראָגן צום הײַזל פֿון זײַן ברודער.

אויף מאָרגן זעען ביידע ברידער, אַז זיי האָבן די זעלביקע צאָל גאַרבן. האָבן זיי זיך ביידע געוווּנדערט און געשוויגן.

די צווייטע נאַכט האָבן די ברידער ווידער געטאָן דאָס זעלביקע. אויף מאָרגן האָבן זיי ווידער געזען, אַז זיי האָבן די זעלביקע צאָל גאַרבן. זיי האָבן זיך נאָך מער געוווּנדערט.

די דריטע נאַכט, ווען די ברידער האָבן געטראָגן זייערע גאַרבן, האָבן זיי זיך געטראָפֿן אין מיטן וועג. די ברידער האָבן מיט טרערן אין די אויגן זיך צעקושט.

ווער איז גערעכט?
אַ שפּאַס

בערל און שמערל האָבן זיך געשפּאַרט. בערל האָט געזאָגט:
— צו ווינטער ווערן די נעכט לענגער.
און שמערל האָט געזאָגט:
— ניין, צו ווינטער ווערן די טעג קירצער!
— ניין, די נעכט לענגער!
— ניין, די טעג קירצער!
ווי מיינט איר: ווער פֿון זיי איז גערעכט?

אַ בריוו אין רעדאַקציע

די באַקאַנטע ייִדישע דיכטערין פֿון ישׂראל, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט אַרײַנגעשיקט איר פּאָעטישע באַגריסונג די לייענער פֿון "ווײַטער".

מיר באַדאַנקען די דיכטערין און מיט פֿאַרגעניגן דרוקט איבער איר באַגריסונג־ליד, וואָס הייסט טאַקע אַזוי —

פֿאַר די סטודענטן און פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש און לייענען דעם "ווײַטער"

* * *

גערירט פֿון אײַער שטאַרקן ווילן
לערנען ייִדיש און פֿאַרשטיין
ווערטער, לעבנס און געפֿילן
וואָס ווילן ניט פֿאַרגיין.

שיק איך אײַך אַ בריוו אין גראַמען
און איך ווינטש אײַך גוט און גליק,
אויף צו גיין פֿאָרויס באַדאַרף מען
אויך אַ בליק טאָן אויף צוריק.

צו די קלוגע ייִדיש־ווערטער
וואָס פֿאַרמאָגן טרער און פֿרייד,
פֿון קיין שטורעמס ניט צעשטערטע
עלטערן זיך יונגערהייט.


סעפּטעמבער 23, 2007


* תּבֿואה — ווייץ, קאָרן, רײַז