- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ מאָל האָבן געלעבט צוויי ברידער. דער עלטערער האָט ניט געהאַט קיין ווײַב און ניט קיין קינדער. דער ייִנגערער האָט געהאַט אַ ווײַב מיט פֿיר קליינע קינדער. זיי זײַנען ביידע געווען אָרעם. זיי האָבן געהאַט אַ שטיקל ערד וואָס איז זיי געבליבן פֿון זייער פֿאָטער. זיי האָבן ניט געוואָלט צעטיילן צווישן זיך דאָס שטיקל ערד. זיי האָבן זי באַאַרבעט צוזאַמען. ווען די תּבֿואה* (טוווּע) איז שוין געווען אָפּגעשניטן, פֿלעגן זיי צעטיילן די גאַרבן פּונקט העלפֿט אויף העלפֿט. די גאַרבן זײַנען געלעגן לעבן זייערע הײַזלעך. איין נאַכט, נאָכן אָפּשנײַדן די תּבֿואה, האָט דער עלטערער ברודער ניט געקענט שלאָפֿן. ער האָט געטראַכט וועגן זײַן ברודער: "מײַן ברודער האָט אַ פֿרוי און קינדער, און איך בין איינער אַליין. עס איז ניט ריכטיק, וואָס איך נעם אַ העלפֿט פֿון דער תּבֿואה. דאָס איז ניט קיין יושר." ער איז אויפֿגעשטאַנען אין מיטן דער נאַכט, האָט גענומען אַ פּאָר גאַרבן און אַוועקגעטראָגן זיי צום הײַזל פֿון זײַן ברודער. אין דער זעלביקער נאַכט האָט דער ייִנגערער ברודער אויך ניט געקענט שלאָפֿן. ער איז געלעגן און געטראַכט וועגן זײַן עלטערן ברודער: "עס איז אַ רחמנות אויף אים. ער איז נעבעך אַליין. איך האָב אַ ווײַב מיט קינדערלעך, זאָלן לעבן און געזונט זײַן. זיי וועלן מיר העלפֿן אויף די עלטערע יאָרן. אָבער וואָס וועט זײַן מיט מײַן ברודער? עס איז ניט ריכטיק, וואָס מיר טיילן די תּבֿואה פֿון פֿעלד אויף העלפֿט." איז דער ייִנגערער ברודער אויפֿגעשטאַנען, האָט גענומען אַ פּאַק גאַרבן און זיי געטראָגן צום הײַזל פֿון זײַן ברודער. אויף מאָרגן זעען ביידע ברידער, אַז זיי האָבן די זעלביקע צאָל גאַרבן. האָבן זיי זיך ביידע געוווּנדערט און געשוויגן. די צווייטע נאַכט האָבן די ברידער ווידער געטאָן דאָס זעלביקע. אויף מאָרגן האָבן זיי ווידער געזען, אַז זיי האָבן די זעלביקע צאָל גאַרבן. זיי האָבן זיך נאָך מער געוווּנדערט. די דריטע נאַכט, ווען די ברידער האָבן געטראָגן זייערע גאַרבן, האָבן זיי זיך געטראָפֿן אין מיטן וועג. די ברידער האָבן מיט טרערן אין די אויגן זיך צעקושט.
ווער איז גערעכט?
בערל און שמערל האָבן זיך געשפּאַרט. בערל האָט געזאָגט:
אַ בריוו אין רעדאַקציע די באַקאַנטע ייִדישע דיכטערין פֿון ישׂראל, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט אַרײַנגעשיקט איר פּאָעטישע באַגריסונג די לייענער פֿון "ווײַטער". מיר באַדאַנקען די דיכטערין און מיט פֿאַרגעניגן דרוקט איבער איר באַגריסונג־ליד, וואָס הייסט טאַקע אַזוי — פֿאַר די סטודענטן און פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש און לייענען דעם "ווײַטער" * * *
גערירט פֿון אײַער שטאַרקן ווילן
שיק איך אײַך אַ בריוו אין גראַמען
צו די קלוגע ייִדיש־ווערטער
סעפּטעמבער 23, 2007 |