פֿונעם אייביקן קוואַל

אַבֿרהם-אָבֿינוס קינדער זענען געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿאַרשיידענע מוטערס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אומשטענדן, דערפֿאַר איז עס נישט קיין חידוש, אַז יצחקס און ישמעאלס לעבנס-וועגן זענען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען; יצחק איז אויפֿגעוואַקסן אַ גרויסער צדיק, דער "זיידע" פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און ישמעאל איז געוואָרן אַ רויבער, הגם בײַם סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער תּשובֿה געטאָן.

נאָך שׂרהס טויט, האָט אַבֿרהם חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער ווײַב — קטורה. לויטן מדרש, איז קטורה געווען הגר, ישמעאלס מאַמע, וואָס אַבֿרהם-אָבֿינו האָט זי צוריקגעבראַכט אין זײַן געצעלט; אַ צאָל מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז קטורה איז געווען אַן אַנדער פֿרוי, וואָס איר כאַראַקטער איז געווען נאָענט צו הגר. מיר ווייסן אָבער ווייניק וועגן קטורהס קינדער, וואָס אַבֿרהם-אָבֿינו האָט זיי געשיקט אין אַ מיזרחדיק לאַנד — אַפּנים, קיין אינדיע — דערפֿאַר טרעטן בלויז יצחק און ישמעאל אַרויס ווי די "העלדן" פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה.

אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט דערציילט וועגן יצחק-אָבֿינוס צוויי קינדער — יעקבֿ און עשׂו; אין אונטערשייד מיט יצחק און ישמעאל, זענען זיי געווען אַ צווילינג. רש״י זאָגט, אַז נאָך אין זייער מאַמאַס בויך האָבן יעקבֿ און עשׂו זיך שוין אָנגעהויבן צו קריגן פֿאַר זייער אָרט אין ביידע וועלטן, עולם-הזה און עולם-הבאָ, און אַרויסגעוויזן קעגנזײַטיקע נטיות: ווען זייער מאַמע, רבֿקה, איז דורכגעגאַנגען בײַ אַן אָרט, וווּ מע לערנט תּורה, פֿלעגט יעקבֿ זיך שטויסן געבוירן צו ווערן, און ווען זי איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַן עבֿודה-זרה, האָט עס געטאָן עשׂו.

יצחק-אָבֿינו האָט מער ליב געהאַט זײַן בכור, עשׂו, און געוואָלט, ער זאָל באַקומען דעם טאַטנס ספּעציעלע ברכה. ווען יצחק איז געוואָרן בלינד בײַ דער עלטער, האָט יעקבֿ געמוזט אָנטאָן עשׁוס בגדים, כּדי זיך צו פֿאַרשטעלן פֿאַר זײַן ברודער. יעקבֿ האָט אָפּגעקויפֿט עשׂוס בכורה, פֿאַר אַ טעלער זופּ. אין פֿאַרגלײַך מיט יעקבֿן, וועלכער האָט זיך די גאַנצע צײַט פֿאַרנומען מיט תּורה-לערנען, פֿלעגט עשׂו פֿאַרברענגען דעם טאָג ליידיק אין פֿעלד, כאַפּנדיק חיות.

ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, האָט יצחק גאַנץ גוט געוווּסט, אַז יעקבֿ געפֿינט זיך אויף אַ העכערער גײַסטיקער מדרגה, און אַז עשׂו האָט פֿון זײַן סאַמע געבורט געהאַט אַ שטאַרקע נטיה צו פֿאַרשיידענע זינד. פֿאַרוואָס זשע האָט ער דווקא מער ליב געהאַט עשׂון? און פֿאַרוואָס זענען בײַ דער זעלבער מאַמע, אַ גרויסע צדיקת, אין דער זעלבער צײַט געבוירן געוואָרן אַ גרויסער צדיק און אַ קינד, וואָס האָט זיך נאָך אין דער מאַמעס בויך געצויגן צו עבֿודה-זרה?

על-פּי-חסידות, איז עשׁו נישט געווען אַן "אײַנגעבוירענער רשע". אַדרבה, ביידע רבֿקהס קינדער האָבן געהאַט באַזונדערע פּאָטענציאַלע מעלות, וואָס וואָלטן געקאָנט אָנגעווענדט ווערן פֿאַר עבֿודת-השם. יעקבֿס נשמה האָט געשטאַמט פֿון דער גײַסטיקער "וועלט פֿון אָרדענונג" — ער איז געווען אַ שטילער, געלאַסענער מענטש, און תּמיד געלעבט אין האַרמאָניע מיטן אייבערשטן, מיט זיך, און מיט דער אַרומיקער וועלט; עשׂוס נשמה האָט געשטאַמט פֿון דער "וועלט פֿון כאַאָס", און איז געווען פֿול מיט סתּירות, אומרויִקייט, און קעגנזײַטיקע נטיות.

אין דער אמתן, איז די "וועלט פֿון כאַאָס" העכער פֿון דער "וועלט פֿון אָרדענונג"; אויב אַ סתּירותדיקער מענטש איז גובֿר אויף זײַן יצר-הרע, קאָן ער דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה, ווי אַ שטילער "אײַנגעבוירענער" צדיק, צוליב זײַן דינאַמישער, קעמפֿערישער נאַטור, אויב זי ווערט אָנגעווענדט אויף גוטע צוועקן. די "כאַאָטישע" נאַטור איז אָבער מער סכּנותדיק, און קאָן גרינגער אַראָפּברענגען דעם מענטש אינעם תּהום פֿון אוממאָראַלישקייט. יצחק-אָבֿינו האָט געהאָפֿט, אַז עשׂו וועט סוף-כּל-סוף רעאַליזירן זײַן הויכן גײַסטיקן פּאָטענציאַל, דערפֿאַר האָט ער אים דווקא ליב געהאַט מער, ווי יעקבֿן. יעקבֿ אַליין האָט אויך אַזוי געהאָפֿט, אָבער ער האָט באַשלאָסן, אַז צוליב זײַן צו-שטאַרקן "אינערלעכן כאַאָס", האָט עשׂו געהאַט ווייניק שאַנסן אויסצונוצן זײַן דינאַמישע נאַטור לשם-שמים — דערפֿאַר האָט יעקבֿ געקויפֿט די בכורה און באַקומען זײַן טאַטנס ברכה, כּדי צו פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

דער גרויסער חסידישער רבי, ר׳ צדוק הכּהן פֿון לובלין, האָט געזאָגט, אַז די נײַ-געבוירענע ייִדישע נשמות ווערן אײַנגעטיילט אין צוויי מינים — די שטילע "צדיקים" און די כאַאָטישע "חסידים". ביידע מדרגות זענען נייטיק אין עבֿודת-השם, און ביידע האָבן פּאָטענציעלע מעלות און חסרונות. די איבעריקע רויִקייט קען אויך ברענגען צו אַ שאָדן — צו פֿאַרוואַנדלען אַ לעבעדיקן מענטש אין אַ טויטן "פּאָרטרעט", ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט ר׳ זאבֿ ווילענקעס, איינער פֿון די ערשטע חב״ד-חסידים; צופֿיל "לעבעדיקייט" קען אָבער אינגאַנצן פֿאַרפֿירן דעם מענטש, דערפֿאַר האָבן די רשעים, בעצם, די נשמות פֿון "געפֿאַלענע חסידים".

בײַם אָנהייב, איז עשׂו געבוירן געוואָרן דווקא אַ "חסיד"; זײַן סתּירותדיקער כאַראַקטער האָט אים אָבער קאַליע געמאַכט, ביז ער איז געוואָרן אַ רשע, און ווערט אַפֿילו פֿאַררעכנט פֿאַר אַ סימבאָל פֿון אַ שׂונא-ישׂראל. אין יעדער ייִדישער נשמה איז פֿאַראַן סײַ דער "שטילער" כּוח פֿון יעקבֿ, סײַ דער "סתּירותדיקער" כּוח פֿון עשׂו, הגם געוויסע מענטשן האָבן אַ שטאַרקערע נטיה צו אָרדענונג אָדער צו כאַאָס; כּדי, חס-ושלום, נישט איבערצוחזרן עשׂוס טעות, מוז מען אַנטוויקלען אַ געזונטע קאָמבינאַציע פֿון די ביידע כּוחות, כּדי זיי אָנצוּווענדן לשם-שמים.