זיבן וואָכן נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן מקבל געווען די תּורה. אַלע ייִדישע נשמות — סײַ די, וואָס האָבן געלעבט אין יענעם דור, סײַ די, וואָס זענען נאָך נישט געבוירן געוואָרן — זענען געשטאַנען בעת מתּן־תּורה בײַם באַרג סיני, און האָבן דערהערט די ערשטע צוויי מיצוות: "אנכי ה׳ אלוקיך", "איך בין אײַער ג־ט, וואָס איך האָב אײַך אויסגעלייזט פֿון מצרים", און "לא יהיה לך אלהים אחרים", "דו זאָלסט נישט האָבן קיין אַנדערע געטער". די איבעריקע אַכט פֿון די צען געבאָטן האָט געהערט בלויז משה רבינו; די אַנדערע ייִדן האָבן נישט געקענט אויסהאַלטן אַזאַ שטאַרקע ג־טלעכער אַנטפּלעקונג; די ערשטע צוויי מיצוות האָבן אָבער אַנטהאַלטן אין זיך דעם תּמצית פֿון דער גאַנצער תּורה.
די סיני־אַנטפּלעקונג האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט די פֿיזישע קלאַנגען. ווי מיר האָבן עס שוין פֿריִער באַהאַנדלט אין די אַנדערע פּרשיות, זענען די מיצוות, אין דער אמתן, נישט בוכשטעבלעכע "באַפֿעלן" פֿון אַ דרויסנדיקן קוואַל, נאָר רוחניותדיקע קאַנאַלן, וואָס פֿאַרבינדן די נשמה מיט איר ג־טלעכן שורש. דער אייבערשטער איז, חס־ושלום, נישט קיין דרויסנדיקער "פֿירער", וואָס הייסט דעם מענטש וואָס צו טאָן, נאָר דער אמתער עצם פֿונעם מענטשלעכן לעבן און באַוווּסטזײַן, "די נשמה פֿון נשמות".
אונדזערע אָבֿות האָבן שוין מקיים געווען די גאַנצע תּורה אויף אַ גײַסטיקן אופֿן. ביז מתּן־תּורה, אָבער, האָט די גשמיותדיקע וועלט אויסגעזען אַזוי, ווי עס וואָלט געווען אָפּגעריסן פֿון רוחניות. בײַם באַרג סיני, האָט זיך די גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות דורכגעריסן, און די מיצוות זענען געוואָרן "אָנגעטאָן" אין דער פֿאָרמע פֿון פֿיזישע אַקטן; צוליב מתּן־תּורה קאָנען "פּשוטע" גשמיותדיקע מעשׂים ווירקן אויף די העכסטע רוחניותדיקע וועלטן — הגם מע מוז געדענקען, אַז די פֿיזישע מיצוות פֿאַרקלענערן בשום־אופֿן נישט זייער אינערלעכן מיסטישן באַדײַט.
אין לשון־קודש זענען פֿאַראַן צוויי פּראָנאָמען, וואָס באַצייכענען דאָס וואָרט "איך" — "אני" און "אנכי" ("אנוכי"). דאָס צווייטע וואָרט ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "פֿאַרקלענערטע" פֿאָרמע: למשל, ווען עמעצער וויל אונטערשטרײַכן זײַן קליינווערטיקייט, שרײַבט אַ טייל מענטשן זיך אונטער מיט דער פֿראַזע "אנוכי הקטן". פֿאַרוואָס הייבט זיך אָן די ערשטע און די וויכטיקסטע מיצווה פֿון די עשׂרת־הדיברות דווקא מיט אַזאַ וואָרט?
אין ספֿרי־חסידות ווערט דערקלערט, אַז אין דער תּורה ווערט אויסגענוצט דווקא דער "פֿאַרקלענערטער" פּראָנאָם "אנכי", די ייִדן זאָלן נישט מיינען, אַז זיי האָבן בעת מתּן־תּורה משׂיג געווען דאָס ג־טלעכע ליכט אינגאַנצן. אויף יעדער מדרגה פֿון גײַסטיקער השׂגה, אַפֿילו בעת אַזאַ גרויסער אַנטפּלעקונג, ווי בײַם באַרג סיני, דערגרייכט מען בלויז דעם ג־טלעכן "אנכי" — בלויז אַ קליינעם אָפּקלאַנג פֿונעם זײַן אמתן "אני". אויב מע שטעלט איבער די אותיות אינעם דאָזיקן וואָרט אויף אַן אַנדערן סדר, באַקומט זיך "כּאני" — "אַזוי ווי איך". אַפֿילו ווען מע באַנעמט די טיפֿסטע סודות פֿון דער ג־טלעכער אייניקייט, בלײַבט אין אונדזער פֿאַרשטאַנד תּמיד דער באַריער פֿון סוביעקטיווקייט און באַגרענעצטקייט, וואָס דערמעגלעכט משׂיג צו זײַן דאָס רוחניות בלויז "אַזוי ווי" דער אמת איז, אָבער נישט אינגאַנצן.
אַפֿילו אין אונדזער קענטעניש פֿון דער מאַטעריעלער וועלט שטעקט תּמיד דער זעלבער באַריער, וואָס לאָזט אונדז נישט באַגרײַפֿן די אָביעקטיווע נאַטור פֿון די אַרומיקע זאַכן; אויב אונדז וואָלט זיך דאָס אײַנגעגעבן צו טאָן, וואָלטן מיר דערזען, אַז ס׳איז נישטאָ גאָרנישט מחוץ דעם איינציקן ג־טלעכער עצם — די גאַנצע וועלט, ווי מיר פֿאַרשטייען זי, אַרײַנגערעכנט אונדז אַליין, איז מערנישט אַן אילוזאָרישע "קאָנסטרוקציע" פֿון אונדזער באַוווּסטזײַן.
אַ טייל מענטשן טראַכטן, אַז די אוממעגלעכקייט צו באַנעמען די זאַכן אויף אַן אָביעקטיוון אופֿן וואַרפֿט עפּעס אַ פּעסימיסטישע שײַן אויף אונדזער נאַטור. אין דער אמתן, אָבער, איז עס דווקא פֿאַרקערט. די חסידים דערציילן, אַז אַ ראַציאָנאַליסטיש־געשטימטער משׂכּיל, וועלכער האָט געהאָפֿט צו באַגרײַפֿן אַלע סודות פֿונעם אוניווערס, האָט זיך אַמאָל באַקלאָגט דעם ערשטן בעלזער רבין, אַז ער איז ווײַט פֿון פֿרומקייט, ווײַל ער פֿאַרשטייט נישט, פֿאַרוואָס אין דער וועלט זענען דאָ אַזויפֿיל שטערן, געשאַפֿן אָן קיין קלאָרן פּראַקטישן צוועק; דער בעלזער רבי האָט אים געענטפֿערט, ער וואָלט נישט געוואָלט דינען דעם אייבערשטן, ווען ער וואָלט יאָ פֿאַרשטאַנען דעם צוועק פֿון אַלע זאַכן.
דווקא די רעטעניש און אומקלאָרקייט מאַכן דאָס מענטשלעכע לעבן דינאַמיש און אינטערעסאַנט; מיר מוזן גלייבן אינעם אַבסאָלוטן ג־טלעכן "אני", אָבער פֿאַרשטיין, אַז אין יעדן מאָמענט זענען מיר מסוגל צו באַנעמען בלויז "אנכי" — אַ באַגרענעצטע פּערזענלעכע השׂגה פֿון דער תּורה און פֿון דער אַרומיקער וועלט; דעמאָלט וועלן מיר נישט בלײַבן שטיין אויפֿן אָרט, און וועלן כּסדר קאָנען שטײַגן צו אַלץ העכערע גײַסטיקע מדרגות.