צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

וואָס טוט מיט די הערנער בײַ נאַכט דער הירש?
ער זיפּּט די שטערן און באַקט זיך אַ קניש.

פֿון באָריס סאַנדלער

דרײַ קלוגע עצות
(פֿאָלקס־מעשׂה)

אַ מאַן איז געווען אין זײַן גאָרטן. האָט ער געזען ווי זײַן נעץ האָט געכאַפּט אַ פֿייגעלע. האָט ער אַרויסגענומען דאָס פֿייגעלע פֿון דער נעץ און עס געהאַלטן אין זײַן האַנט. האָט דאָס פֿייגעלע גערעדט צו אים מיט א מענטשלעך קול:

— לאָז מיך אָפּ. דו דאַרפֿסט מיך ניט. איך בין ניט שיין. איך קען ניט זינגען און צום עסן טויג איך ניט. אויב דו וועסט מיך לאָזן פֿרײַ, וועל איך דיר געבן דרײַ עצות.

האָט דער מאַן געזאָגט:

— גוט, גיב מיר די דרײַ עצות.

האָט דאָס פֿייגעלע געזאָגט:

— מײַן ערשטע עצה איז: זאָרג ניט וועגן דעם וואָס איז שוין פֿאַרבײַ.

מײַן צווייטע עצה איז: וויל ניט וואָס דו קענסט ניט קריגן. מײַן דריטע עצה איז: גלייב ניט אין דעם וואָס קען ניט זײַן.

דעם מאַן זײַנען געפֿעלן געוואָרן די עצות און ער האָט אָפּגעלאָזט דאָס פֿייגעלע. דאָס פֿייגעלע האָט זיך צעלאַכט ווי אַ מענטש.

— וואָס לאַכסטו? — האָט געפֿרעגט דער מאַן.

האָט דאָס פֿייגעלע געענטפֿערט:

— איך לאַך פֿון דיר, ווײַל איך האָב דיך אָפּגענאַרט. אינעווייניק אין זיך האָב איך אַ דימענט וואָס איז גרויס ווי אַן איי.

האָט דער מאַן געזאָגט:

— טײַער פֿייגעלע, קום צו מיר צוריק. איך וועל דיר געבן צו עסן און צו טרינקען. באַלד קומט דער קאַלטער ווינטער און דו וועסט אויסגיין פֿון הונגער און פֿון קעלט.

האָט דאָס פֿייגעלע נאָך מער געלאַכט און געזאָגט:

— דו האָסט שוין פֿאַרגעסן אַלע דרײַ עצות. מײַן ערשטע עצה איז געווען — זאָרג ניט וועגן דעם וואָס איז שוין פֿאַרבײַ. און דיך פֿאַרדריסט וואָס דו האָסט מיך אָפּגעלאָזט. מײַן צווייטע עצה איז געווען — וויל ניט וואָס דו קענסט ניט קריגן. און ווילסט מיך איצט קריגן צוריק. מײַן דריטע עצה איז געווען — גלייב ניט אין דעם וואָס קען ניט זײַן. דו גלייבסט שוין, אַז איך האָב אינעווייניק אין זיך אַ דימענט וואָס איז גרויס ווי אַן איי.

דאָס פֿייגעלע איז אַוועקגעפֿלויגן.

ט״ו בשבֿט

פֿון מ. אָליצקי

דאָ שטייען ביימער שטיל און ווײַס
אין היטעלעך פֿון שניי און אײַז.

דאָרט אין לאַנד איז וואַרעם שוין.
דער בוים טוט אָן אַ גרינע קרוין.

דאָ גייט אין פֿעלד דער פֿראָסט אַרום.
דער טײַך איז טויט, דער וואַלד איז שטום.

דאָרט אין לאַנד דער פֿרילינג גייט,
עס זינגען פֿייגל מיט אַ פֿרייד.

דער וואָלף און דער באַרסוק

אַ מאָל איז געווען אַ וואָלף. איין מאָל פֿאַר טאָג איז ער אַרויסגעגאַנגען פֿון דעם וואַלד און האָט באַגעגנט אַ באַרסוק. דער וואָלף איז געווען הונגעריק. דער באַרסוק האָט זיך דערשראָקן.

— פֿון וואַנען גייסטו, באַרסוק? — האָט דער וואָלף געפֿרעגט.

— איך האָב דיך געזוכט, וואָלף. איך האָב דיך געוואָלט פֿאַרבעטן צו גאַסט.

— אוי דו, ליגנער! אוי דו, שווינדלער! האָסט גוט צוגעטראַכט. אָבער איך וועל דיך סײַ ווי סײַ אויפֿעסן.

ער האָט געכאַפּט דעם באַרסוק, צוגעקוועטשט מיט דער לאַפּע צו דער ערד. רופֿט זיך אָן דער באַרסוק:

— הער, וואָלף, דו ווייסט, ווי אַזוי דײַן טאַטע פֿלעגט עסן באַרסוקעס?

— ווי אַזוי, דערצייל?

— איידער דײַן טאַטע פֿלעגט אויפֿעסן אַ באַרסוק, פֿלעגט ער אים אָננעמען פֿאַרן קאָלנער און אַ שלײַדער טאָן דרײַ מאָל איבערן וועג און דערנאָך דרײַ מאָל אונטערן וועג, און ערשט דערנאָך פֿלעגט ער אים עסן.

דער וואָלף האָט געהאַלטן, אַז זײַן טאַטע איז געווען דער קליגסטער וואָלף אין דער וועלט, האָט ער אויך אַזוי געטאָן. דער סוף איז געווען, אַז דער באַרסוק איז אַרײַן צו זיך אין דער נאָרע.

דער וואָלף האָט אַרײַנגעקוקט אין דער נאָרע און געזאָגט:

— היי, באַרסוק, האָסט מיך אָפּגענאַרט!

ענטפֿערט אים דער באַרסוק:

— מײַן טאַטע פֿלעגט דײַן טאַטן שטענדיק אַזוי אָפּנאַרן.