טאַקע די וואָך איז עס אַרויסגעבראַכט געוואָרן פֿאַר דער וועלט אויף אַ קול: די סערבישע פּראָווינץ קאָסאָוואָ האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט. אויף דער אייראָפּעיִשער מאַפּע האָט זיך באַוויזן נאָך איין נײַ לענדעלע. די שׂימחה איז גרויס, אָבער, ווי עס ווערט באַטאָנט אין ס‘רובֿ מערבֿדיקע צײַטונגען, וועט נאָך דעם פֿריילעכן קערמעשל קומען אַ "גלאָבאַלע אויסניכטערונג". וואָס מיינט עס?
סערביע האָט שוין געמאָלדן, אַז זי וועט קערן אַלע דיפּלאָמאַטישע וועלטן, כּדי צו אַנולירן די אַזוי גערופֿענע "קאָסאָווער אומאָפּהענגיקייט". די סכּנה קומט אַרויס פֿון ביידע זײַטן — סײַ פֿון סערביע גופֿא און סײַ פֿון דער סערבישער מינאָריטעט אין קאָסאָוואָ, וואָס באַטרעפֿט אַרום 120 טויזנט אײַנוווינער. זיי האָבן שוין אויך געמאָלדן וועגן זייער בויקאָטירן די דערקלערונג פֿונעם קאָסאָווער פּאַרלאַמענט און זײַנען גרייט צו פֿאַרטיידיקן זייערע רעכט מאָראַליש און פֿיזיש.
פֿון דרויסן, איבער אייראָפּע, קודם־כּל, האָט די ידיעה זיך אָפּגערופֿן מיט אַ ממשותדיקן דיסאָנירנדיקן אַקאָרד. נישט אַלע אייראָפּעיִשע לענדער זײַנען גליקלעך געווען צו דערהערן דאָס שוואַכע נײַ־געבוירענע קולכל. אַזעלכע לענדער ווי גריכנלאַנד, שפּאַניע, סלאָוועניע, בולגאַריע, רומעניע, וואָס האָבן זייערע אייגענע סעפּאַראַטיסטישע צרות, קוקן זיך שוין אום מיט חשד, אַז בײַ זיי אין דער היים זאָל, חלילה, עפּעס אַ געגנט זיך נישט אָפּטשעפּען און זיך נישט דערקלערן פֿאַר אַ פּאָלנעם באַלעבאָס.
אַמעריקע, וואָס האָט פֿאַקטיש אונטערגעשטופּט קאָסאָוואָ צו איר איצטיקער אומאָפּהענגיקייט, אויסער דעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", און וואָס האָט ברייטהאַרציק באַגריסט די נײַע מדינה צווישן די ערשטע, האָט דערמיט נאָך שאַרפֿער געמאַכט די באַציִונגען מיט רוסלאַנד — דער גרעסטער קעגנער פֿון אַזאַ מין זעלבסט־פּראָקלאַמירונג. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַמעריקע האָט זיך אירע אייגענע "גלאָבאַלע" אינטערעסן בײַ דעם "באַלקאַנער פּאַסיאַנס"; זיי האָבן זיך אָנגעהויבן באַלד נאָכן קראַך פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.
רוסלאַנד, וואָס שפּילט לעצטנס אויף די נערוון פֿון די מערבֿ־לענדער, באַמיט זיך אָבער ווידער צו פֿאַרשפּרייטן איר השפּעה אויף די געוועזענע סאָציאַליסטישע סאַטיליטן־לענדער, אויב נישט אידעאָלאָגיש, איז עקאָנאָמיש — גאַז און נאַפֿט זײַנען גוטע מיטלען דערצו. נאָך מער: אויף צולהכעיס דעם מערבֿ, קאָן איצט רוסלאַנד, אויפֿן סמך פֿון "קאָסאָוואָ־מאָדעל", "דורכשלעפּן" דאָס אָנערקענען אַזעלכע סעפּאַראַטיסטישע לענדעלעך ווי אַבכאַזיע, דרום־אָסעטיע, בײַדניעטסער־רעפּובליק. זיי האָבן שוין, אַגבֿ, געמאָלדן וועגן דעם מיט קלאָרע דיבורים: "מע טאָר נישט טאָן אַזוי, אַז איינעם זאָל אַלץ דערלויבט ווערן, און דעם צווייטן — גאָרנישט?" — האָט געזאָגט סערגיי באַגאַפּש, דער פּרעזידענט פֿון אַבכאַזיע.
די געקייטלטע רעאַקציע פֿון אומאָפּהענגיקייט פֿאַרשפּרייט זיך ווײַטער; דערווײַל, נאָר אויף אַ דעקלאַראַטיוון אופֿן: פֿון צפֿון־באָסניע שיקן שוין סיגנאַלן די סערבן, וואָס סטראַשען זיך אָפּצוטיילן פֿון באָסניע און הערצאָגאָווינע; דער אויסערן־מיניסטער פֿון טײַוואַן האָט געזאָגט, אַז זײַן רעגירונג קאָן אָנערקענען די אומאָפּהענגיקייט פֿון קאָסאָוואָ, אָן אַ דערלויבעניש פֿון כינע; פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך די קאַנאַדער פֿראַנצויזן, אָנהענגער פֿון שאַפֿן אַ באַזונדערע אויטאָנאָמיע, האָבן באַלד באַגריסט דאָס נײַע קאָסאָווער מדינהלע. שוין אָפּגערעדט, אַז אין קאַראַבאַך, וואָס קעמפֿט שוין לאַנגע יאָרן פֿאַר איר אומאָפּהענגיקייט פֿון אַזערבײַדזשאַן, וועט מען זיך נישט פֿאַרזאַמען מיט אויסדריקן אַ האַרציקן "מזל־טובֿ". און די רשימה פֿון אַזעלכע קליינע און גרעסערע פּאָטענציעלע מדינהלעך איז גאָר נישט קיין קליינע.
אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך שוין צוגעאײַלט צו געבן אַ קאָמענטאַר צו דער קאָסאָווער שׂימחה: "די סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין קאָסאָוואָ, שיידט זיך אונטער מיט איר ספּעציפֿישקייט און קאָן נישט זײַן קיין מוסטער פֿאַר אַנדערע ראַיאָנען".
אַוודאי איז עס גוט, וואָס אַמעריקע און די פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע לענדער שטיצן דאָס אויפֿשטיין פֿון נײַע אומאָפּהענגיקע לענדער. צי דען אָבער ווייסט מען נישט אין וואַשינגטאָן און אין די אייראָפּעיִשע הויפּטשטעט, אַז ס‘רובֿ פֿון די קליינע לענדעלעך ווערן אָנגעפֿירט פֿון עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע כּוחות און מאַפֿיאָנערישע קלאַנען? אַז זייער אומאָפּהענגיקייט איז געבויט אויף זאַמד, ווײַל אָן די ביליאָניקע אײַנשפּריצונגען מצד דעם מערבֿ, וועלן זיי פּשוט נישט קענען עקזיסטירן. אויף אַזאַ אופֿן ווערן געשאַפֿן לענדער־פּאַראַזיטן; אַזוי איז געשען אין די 50ער יאָרן, בעתן קראַך פֿון דער קאָלאָניאַלער סיסטעם, און אַזוי וועט געשען איצט. זאָל עס כאָטש דורכגיין אָן בלוט־פֿאַרגיסונג.