שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך בין נישט מסכּים מיט מײַן מאַן וואָס שייך דער פּראָבלעם, ווי אַזוי מע זאָל דיסציפּלינירן אונדזערע קינדער. איך האַלטן נישט פֿון שלאָגן דאָס קינד. ער האַלט, אַז אַ פּאַטש אין "הינטער־חלק" איז אַמאָל כּדאַי. ווער איז גערעכט?

אַ מאַמע מיט פֿראַגעס


טײַערע "מאַמע מיט פֿראַגעס",

איך בין אין גאַנצן מסכּים מיט אײַך. מיר דאַרפֿן ווײַזן אונדזערע קינדער אַ בײַשפּיל פֿון דעם, וואָס מיר וואָלטן געוואָלט זיי זאָלן לערנען פֿון אונדז און אונדז נאָכמאַכן. אויב איר ווילט, אַז אײַערע קינדער זאָלן נישט לאָזן אין גאַנג די הענט און פּאַטשן אַנדערע, דאַרפֿט איר זיי נישט ווײַזן דעם וועג.


טײַערע חזנטע,

מײַן אייניקל מאַלי ווערט אַ בת־מיצווה אין דרײַ וואָכן אַרום. פֿון אַלע מײַנע אייניקלעך איז זי מיר צום נאָענטסטן, מסתּמא, ווײַל זי גיט זיך אָפּ מער מיט ייִדישקייט.

מאַלי וועט לייענען פֿון דער תּורה, וועט זיך אָנטאָן אַ טלית, לייענען די הפֿטורה און וועט אָנפֿירן מיטן שחרית־דאַוונען. איך האַלט נישט, אַז מיידלעך דאַרפֿן טאָן אַזעלכע זאַכן. איך האָב געזאָגט מײַן זון און טאָכטער, אַז איך וועל נישט קומען — איך בין נאָך קיין מאָל נישט אַרײַנגעטראָטן אין אַ קאָנסערוואַטיווער שיל!

מאַלי האָט מיר נעכטן אָנגעקלונגען מיט טרערן אין די אויגן און געזאָגט, אַז זי וויל איך זאָל זי הערן, אַז ס׳זענען פֿאַראַן ווייניק ייִנגלעך און מיידלעך, וועלכע האָבן אַזוי שווער געאַרבעט בײַם צוגרייטן זיך צו דעם טאָג. זי האָט מיר געזאָגט, אַז ווען זי וואָלט געווען אַ ייִנגל, וואָלט איך געווען אויפֿן זיבעטן הימל — טאָ, פֿאַר וואָס קען איך פּשוט נישט מאַכן דעם אָנשטעל, אַז זי איז אַ ייִנגל, און אַזוי אַרום, זײַן שטאָלץ פֿון איר? זי האָט צעבראָכן מײַן האַרץ. איך האָב איר געזאָגט, אַז איך קען נישט גיין, און זי האָט זיך צעוויינט. האָב איך געמאַכט דעם ריכטיקן באַשלוס? ווי קען איך גיין קעגן מײַן אָרטאָדאָקסישן גלויבן?

אַ צעבראָכענער זיידע


טײַערער צעבראָכענער זיידע,

איך בין צופֿרידן, וואָס איר האָט מיר אָנגעשריבן פֿאַר דער בת־מיצווה.

איר וואָלט געדאַרפֿט זײַן דאָרטן נאָר פֿאַר מאַלי. זי זעט מיר אויס ווי אַ וווּנדערלעך מיידל, און זי איז גערעכט אין אַלץ וואָס זי האָט געזאָגט. איר גייט נישט אַראָפּ פֿון אײַער פֿרומען וועג ווען איר קומט צו אײַער אייניקלס בת־מיצווה. אין וואָסער מין שיל אײַער זון און שנור זאָלן נישט דאַוונען איז עס נישט געווען אײַער באַשלוס, און אויך נישט מאַליס. אָבער, מאַלי האָט זיך ערנסט באַצויגן צו איר לערנען און אַ סך געהאָרעוועט זיך צוצוגרייטן צו איר בת־מיצווה. אויב איר ווילט דאַווענען אַליין פֿאַר שחרית — אַדרבא. אָבער עס איז וויכטיק, איר זאָלט זײַן דערבײַ צוליב אײַער אייניקל.

עס וועט קומען אַ טאָג, ביז הונדערט און צוואַנציק, ווען איר וועט שוין נישט זײַן אויף דער וועלט. אָבער איר וועט וועלן, אַז מאַלי זאָל געדענקען, ווי איר זענט יאָ געקומען און געווען דערבײַ און זיך צוגעהערט מיט שטאָלץ בשעת זי האָט געלייענט פֿון דער תּורה.


טײַערע חזנטע,

מײַן אייניקלס בר־מיצווה וועט פֿאָרקומען אין אַ חודש אַרום. עס גייט מיר אָבער איבער אַ גרויל, ווען איך טראַכט, וויפֿל געלט מײַן טאָכטער און איידעם גיבן אויס אויף דער שׂימחה. דזשעפֿרי לערנט קוים; זײַן לייענען פֿון דער תּורה טויג אין גאַנצן נישט און ער פֿאַרשטייט נישט קיין וואָרט וואָס ער לייענט. ער איז נישט קיין גוטער תּלמיד און פֿירט זיך אויף שלעכט מיט זײַנע טאַטע־מאַמע. איך וויל זיך שטאָלצירן מיט אים, אָבער ווי קען איך?

טרויעריקער זיידע


טײַערער טרויעריקער זיידע,

אפֿשר קענט איר האָבן אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויף דזשעפֿרין. פֿאַרברענגט אַ ביסל צײַט מיט אים. זאָל ער פֿאָרלייענען דאָס לשון־קודש פֿאַר אײַך. רעדט אַרום די פּרשה צוזאַמען. ניצט אויס די בר־מיצווה ווי אַ תּירוץ צו פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט אים און, נאָך דער בר־מיצווה, זאָלט איר ווײַטער פֿאַרברענגען צוזאַמען. איך בין זיכער, אַז דזשעפֿרי האָט מעלות אויך. איר דאַרפֿט זיך בעסער באַקענען מיט אים. ער וועט אײַך זיכער פֿאַרשאַפֿן נחת.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024