אין ישׂראל, צום בידנעם מזל, האָט מען זיך שוין גוט אויסגעלערנט צו דערקענען אַ פֿאַלשן לופֿט־אַליאַרם און אַן אמתן. אָנהייב וואָך זײַנען אין ישׂראל דורכגעפֿירט געוואָרן געניטונגען "אויף מאַלע וואָס...", וואָס אין אַן אַנדער לאַנד אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע, וואָלטן אַזעלכע געניטונגען קיין באַזונדערן אויפֿמערק נישט צוגעצויגן. נאָך מער: די איבערגעטריבענע שפּיל מיט פֿאַרבלוטיקטע פֿאַרוווּנדיקטע, באַגלייט מיט זשום און רעש פֿון אַליאַרמירנדיקע אַמבולאַנסן און שׂריפֿה־מאַשינען, רופֿן אַרויס אַ סקעפּטישן שמייכל. הגם, אויך אין די מערבֿ־לענדער, זײַנען פֿריש אין זכּרון די קאַטאַסטראָפֿאַלע בילדער נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן.
אין ישׂראל קומט סתּם אַזוי, צוליב אַ שפּיל, גאָרנישט פֿאָר. דאָס ווייסן סײַ די ישׂראלים און סײַ די נאָענטע און ווײַטע שכנים זייערע. דעריבער, וויפֿל עס זאָלן די ישׂראל־פּאָליטיקער נישט געווען טענהן, אַז זיי מיינען מיט דעם "פֿאַלשן אַליאַרם" נישט מער ווי סתּם געניטונגען "אויף מאַלע וואָס...", האָבן די רעגירונגען אין ביירוט און דמשׂק אַרײַנגעלייגט אין דעם "מאַלע וואָס" גרויסע זאָרגן.
צו וואָס דאַרף עס ישׂראל? נאָר צוליבן רייצן די הינט? אי יאָ, אי ניין. ערשטנס, איז אַוודאי וויכטיק, אַז די פּראָבלעמען, וואָס האָבן זיך אַנטפּלעקט בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה אויף צפֿון, בפֿרט מכּוח דער זיכערהייט צווישן די שטאָט־אײַנוווינער, זאָלן זיך, חלילה, ווידער נישט איבערחזרן. צווייטנס, האָבן זיך אויך אויף דרום, נאָך די מאַסיווע אַטאַקן פֿון די ראַקעטן, אַרויסגעלאָזט פֿון עזה, אַנטפּלעקט גענוג צרות, פֿאַרבונדן מיטן באַשיצן די באַפֿעלקערונג אין די אָרטיקע שטעט און ייִשובֿים. מיט איין וואָרט, דער פֿאַלשער אַליאַרם טראָגט אין זיך אַן אמתן אָנזאָג: "אַז מע לעבט אין ישׂראל, דאַרף מען תּמיד זײַן גרייט צו אַ נײַער מלחמה".
צוריק גערעדט, זאָלן דאָס אויך וויסן די שׂונאים פֿון ישׂראל — סײַ די נאָענטע און סײַ די ווײַטע. נישט אומזיסט האָט דאָך צווישן די באַרויִקנדיקע קולות פֿון די רעגירונגס־מענטשן, זיך געהערט אויך די דראָענדיקע שטים פֿונעם מיניסטער בן־אליעזר, אַז אויב איראַן וועט נאָר וואַגן עפּעס אויסשיסן אויף ישׂראל, וועט ישׂראל מאַכן פֿון איראַן אַש און פּאָראָך! מיט אַזעלכע ווערטער, דאַרף מען פֿאַרשטיין, וואַרפֿט מען זיך נישט.
עס וויל זיך אויך האָפֿן, אַז אין ירושלים ווייסט מען גוט, אַז די "הינט" האָבן אַן אויסגעצייכנטן שמעק־חוש און געהער; זיי וועלן זיך צושמעקן און צוהערן צו דעם ווי די געניטונגען זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן; און, דער עיקר, וואָס פֿאַר אַ בלויזן האָבן די דאָזיקע געניטונגען אַנטפּלעקט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער "פֿאַלשער אַליאַרם" אַרײַנגעבראַכט אַ סומאַטאָכע אין דער טאָג־טעגלעכקייט פֿון מיטעלן־מיזרח, און דערמיט נאָך מער באַטאָנט, ווי גרויס איז דאָרט די סכּנה.
* * *
די וואָרנונג פֿונעם בייזן ישׂראל־מיניסטער בן־אליעזר האָט מען אַוודאי באַלד דערהערט אין טעהעראַן. דאָרט האָט מען די וואָך געפֿײַערט די נײַע חגא "דער נאַציאָנאַלער נוקלעאַר־טאָג", אײַנגעפֿירט מיט צוויי יאָר צוריק. מסתּמא נישט צופֿעליק איז דער ישׂראל־אַליאַרם און די אַל־ישׂראלדיקע געניטונגען דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ טאָג פֿריִער.
אינעם יום־טובֿדיקן טאָג האָט דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד באַזוכט דעם נוקלעאַרן אָביעקט אין נאַטאַנז, וווּ ער האָט געהאַט די געלעגנהייט צו ראַפּאָרטירן וועגן די גלענצנדיקע דערגרייכונגען פֿון די איראַנישע אינזשענירן, וואָס האָבן אָנגעהויבן דעם מאָנטאַזש פֿון נאָך 6 טויזנט צענטריפֿוגעס.
די פּאָליטיקער אין דער אַלטער אייראָפּע האָבן, אַפּנים, שוין פֿאַרלוירן די שאַרפֿקייט פֿון זייערע חושים, האָבן זיי עפּעס אַ מורמל געטאָן, ווי אַן ענטפֿער, אויף די דראָענדיקע ווערטער פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט. רוסלאַנד און כינע, וואָס טוען דעם מערבֿ נאָר אויף צולהכעיס און האָבן פֿון איראַן אַ פֿעטן ביסן, האָבן ווידער גערופֿן צו "רעדן" מיט טעהעראַן.
זעט אויס, אַז די "רייד" וועלן זיך פֿאַרענדיקן מיטן ערשטן אויספּרוּוו פֿון דער איראַנישער אַטאָם־באָמבע.