הערמאַן שטרוק אין זײַן סטודיאָ |
הערמאַן שטרוק (1876 — 1944) איז געווען אַ בערלינער קינסטלער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאָרטרעטן און לאַנדשאַפֿטן. ער האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ מײַסטער פֿון ראַדירונגען, און אַפֿילו מאַרק שאַגאַל האָט אים געבעטן אים ווײַזן זײַן טעכניק. די אַנדערע קינסטלער ווי יעקבֿ שטײַנהאַרדט און אַנאַ טיכאָ האָבן זיך אויך געלערנט בײַ אים, און זײַן לערנבוך, "ווי אַזוי צו ראַדירן", איז נאָך אַלץ אַ קלאַסיש ווערק.
אין אַ נײַער אויסשטעלונג אינעם "לעאָ־בעק־אינסטיטוט" אין ניו־יאָרק — "הערמאַן שטרוק: קינסטלערישער וואַנדערער פֿון בערלין קיין חיפֿה" —צונויפֿגעשטעלט פֿון דער קוראַטאָרין רענאַטאַ שטײַן, באַקענט מען זיך מיטן לעבן און שאַפֿן פֿונעם וויכטיקן קינסטלער. אפֿשר צוליב דעם 60־יאָריקן יום־טובֿ פֿון מדינת־ישׂראל, האָט מען באַשלאָסן אַרויסצושטעלן שטרוק, ווײַל, זײַנע בילדער פֿון פּאַלעסטינע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן זענען געוואָרן וועלט־באַרימט.
עס איז ווייניקער באַקאַנט, אָבער, אַז שטרוק האָט זײַן גאַנץ לעבן געפֿירט אַ פֿרום לעבן. אַפֿילו ווען ער האָט געדינט אין דער דײַטשער אַרמיי אין דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט ער מיטגעבראַכט זײַן אייגן כּשר עסן. ער איז געוואָרן אַן איבערגעגעבענער ציוניסט נאָך אין די יונגע יאָרן, ווען די ציוניסטישע באַוועגונג איז אַליין אויך געווען יונג, און זײַן פּאָרטרעט פֿון טעאָדאָר הערצל, געשאַפֿן אין ווין אין 1903, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן איקאָנישן אימאַזש פֿונעם גרינדער פֿון דער באַוועגונג.
פּאָרטרעט פֿון מאַלי, הערמאַן שטרוקס פֿרוי |
הערמאַן שטרוק האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. זײַן טאַטע, דוד שטרוק, האָט געהאָלפֿן גרינדן דעם טעמפּל "עדת ישׂראל" אין בערלין. הערמאַן שטרוק איז אַרומגעפֿאָרן איבער אייראָפּע נאָך זײַן שול־גראַדויִרונג אין 1900, און האָט שטודירט מיטן מאָלער יאָזעף איזראַעלס אין האָלאַנד, אַ רעאַליסטישער מאָלער, וואָס האָט אָפֿט געמאָלן פּויערים אין פֿעלד. שוין ווי אַ יונגער קינסטלער האָט מען אָנערקענט שטרוקן ווי אַן אויסגעצייכנטער ראַדירער, און אויף דער איצטיקער אויסשטעלונג זעט מען זײַנע ראַדירונג־פּאָרטרעטן פֿון אָסקאַר ווײַלד, זיגמונד פֿרויד און פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם בערלינער, צווישן אַנדערע. אין 1903 איז שטרוק געפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע צום ערשטן מאָל, און אַ ראַדירונג פֿון אַ קוואַל לעבן יפֿו זעט מען אויף דער אויסשטעלונג.
אין 1915 איז שטרוק צוגעשטאַנען צו דער דײַטשער אַרמיי. ער איז געווען אַ "פֿאַרבינדונג"־אָפֿיציר און געדינט ווי דער פֿאַרמיטלער צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין לאָדזש, און שפּעטער אין דער ליטע און ווײַסרוסלאַנד. ער האָט נאָך פֿון פֿריִער געהאַט אַ גוטע באַציִונג מיט די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע און זיך באַטייליקט אינעם "קאָמיטעט פֿאַרן מיזרח", אַ דײַטש־ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן.
ראַדירונג, פֿון דער סעריע "דאָס פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום" |
בשעתן דינען אין דער אַרמיי, האָט שטרוק געשאַפֿן פֿיר הונדערט אָפּדרוקן פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן־שטייגער. אַ צאָל פֿון די ווערק האָט ער אַרײַנגענומען אין זײַן מאָנאָגראַף — "דאָס פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום", 1920, מיט אַן אַרײַנפֿיר־עסיי פֿון שטעפֿאַן צווײַג. די אויסגאַבע האָט מען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איבערגעדרוקט מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג. סײַ צווײַגס גוטע ווערטער בײַם אָנהייב, סײַ שטרוקס פּאָזיטיוו־געשטימטע בילדער האָבן אפֿשר געוואָלט ווירקן אויף דער דײַטשער באַפֿעלקערונג, צו קוקן אַנדערש אויף די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. נאָך דער דײַטשער מפּלה פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן אַ סך דײַטשן געהאַלטן, אַז די ייִדן זענען שולדיק אינעם בראָך, סײַ מיליטעריש (ווײַל זיי האָבן געהאַלטן, אַז נישט גענוג ייִדן האָבן געדינט), סײַ אין דעם אָפּמאַך פֿון ווערסײַ, אין וועלכן דײַטשלאַנד איז זייער שווער באַשטראָפֿט געוואָרן.
צוליב די אַנטי־ייִדישע סענטימענטן וואָס ער האָט געהערט און געפֿילט אין דער דײַטשער אַרמיי און דערנאָך אין דער דײַטשער געזעלשאַפֿט, האָט ער און זײַן ווײַב מאַלי באַשלאָסן עולה צו זײַן קיין ישׂראל, דעמאָלט פּאַלעסטינע, אין 1922, און זיי האָבן זיך באַזעצט אין חיפֿה. דאָס איז געווען אַ חידוש פֿאַר דער קינסטלערישער סבֿיבֿה אין דײַטשלאַנד, ווײַל שטרוקס שם אין גאַנץ אייראָפּע איז דעמאָלט געווען אַ גאָר גוטער.
אין פּאַלעסטינע, האָט שטרוק אויסגעניצט זײַן טאַלאַנט ווי אַ דיפּלאָמאַט און זיך געחבֿרט סײַ מיט ייִדישע און אַראַבישע פֿירער, סײַ מיט הויכע בריטישע אָפֿיצירן. ווען די דײַטשע פּליטים זענען אָנגעקומען קיין פּאַלעסטינע מאַסן־ווײַז, אָנהייבנדיק פֿון 1933, האָט ער זיך באַמיט צו העלפֿן וויפֿל ער האָט נאָר געקענט. וואָס שײַך זײַן קונסט, האָט שטרוק פֿאַרשטאַנען, אַז ווי אַ קינסטלער, מוז ער זיך אויסדרוקן מיט פֿאַרבן צו כאַפּן די שיינקייט פֿונעם לאַנד. עטלעכע פֿון זײַנע קאָלירטע וואַסערפֿאַרבן און איילפֿאַרבן פֿון די ישׂראל־פּייסאַזשן ווערן דאָ אויסגעשטעלט.
דער "לעאָ־בעק־אינסטיטוט" געפֿינט זיך אינעם "צענטער פֿון ייִדישער געשיכטע", 15 וועסט 16טע גאַס אין מאַנהעטן. אַרײַנגאַנג איז פֿרײַ.