מיטן וואָרט "ווײַט" זײַנען בדרך-כּלל קיין פּראָבלעמען ניטאָ: אייניקע זאַכן זײַנען נאָענט, און אַנדערע זאַכן זײַנען ווײַט. אָבער בײַ סטודענטן, בפֿרט ענגליש-רעדנדיקע, רופֿט אָפֿט אַרויס פֿראַגעס די קאָנסטרוקציע "ווײַט ניט קיין" אָדער "ווײַט ניט דער", וועלכע איז זייער פֿאַרשפּרייט אין ייִדיש. למשל:
דזשאָרדזש בוש איז ווײַט ניט דער פּאָפּולערסטער פּרעזידענט אין דער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
סאַן-פֿראַציסקאָ איז ווײַט ניט די וואַרעמסטע שטאָט אין אַמעריקע.
ער איז שוין ווײַט ניט קיין יונגערמאַנטשיק.
זי איז ווײַט ניט קיין מבֿין אויף באָרשטש.
אין אַזעלכע פֿראַזעס, קען מען אין "ווײַט ניט" פֿאַרבײַטן "ווײַט" אויף "גאָר". און עס ווערט גלײַך קלאָר, וועגן וואָס עס גייט די רייד. איר קענט אין דעם זיך אַליין איבערצײַגן.
דערינערונג
צענדליקער ייִדישע ביכער און הונדערטער אַרטיקלען טראָגן אין זייערע טיטלען דאָס וואָרט "דערינערונג", אָדער "דערינערונגען". אָבער פּרוּווט אַפֿילו ניט אויסצוזוכן דאָס דאָזיקע וואָרט אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך. ס׳איז אויסגעמעקט געוואָרן פֿון דעם וואָקאַבולאַר, וואָס מע האָט אין יאָר 1968 (אַ רעוואָלוציאָנערע צײַט אין דער גאָרער וועלט!) רעקאָמענדירט פֿאַר מאָדערנע ייִדיש-רעדער. דאָס אָרט פֿון "דערינערונג" האָט אינעם ווערטערבוך, אַ פּנים, פֿאַרנומען אַ מער וויכטיקער באַגריף, דהײַנו: "דעריקקראַן" — derrick.
טאָמער זײַט איר, פֿונדעסטוועגן, נײַגעריק צו וויסן דעם טײַטש פֿון "דערינערונגען", אַנטפּלעקן מיר דעם סוד: עס מיינט "זכרונות", "דערמאָנונגען", "מעמואַרן". אין גאָר אַלטע אויסגאַבעס באַגעגנט מען דעם אויסלייג "ערינערונגען".