(ניט אויף קאַטאָוועס)
מײַנע פֿרײַנד, שוין לאַנג האָבן די אַמעריקאַנער וויילער ניט געזען אַזעלכע וואַלן ווי די הײַיאָריקע צו ווערן פּרעזידענט. די אַלע פּאָליטיק־מומחים זאָגן, אַז דאָס קען זײַן אַ קערפּונקט אין אונדזער געשיכטע און פֿירן צו אַ נײַער תּקופֿה, צו אַ שענערער און אַ בעסערער וועלט. מיר, די וויילער, וועלן באַשליסן, צי אונדזער געזעלשאַפֿט זאָל פּראָגרעסירן, אַרויפֿגיין צו העכערע ליכטיקע מדרגות פֿון אמת, פֿרײַהייט, און גערעכטיקייט, צי מיר וועלן צוריק אַרײַנקריכן אין בלאָטע.
אין אַזאַ קריטיש־וויכטיקער צײַט שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וועמען זאָלן מיר, ייִדישיסטן, שטימען? וועלכער קאַנדידאַט איז גוט פֿאַר ייִדיש? כּדי אויסצופֿאָרשן דעם ענין, האָב איך געקלונגען אין די קאַמפּאַניע־אָרגאַניזאַציעס פֿון די דרײַ קאַנדידאַטן — באַראַק אָבאַמאַ, הילאַרי קלינטאָן, און דזשאָן מאַק'קיין.
בײַ אָבאַמאַס אָרגאַניזאַציע איז געווען עפּעס אַ פּלאָנטער. קיינער דאָרטן האָט ניט גערעדט קיין ייִדיש, האָב איך געדאַרפֿט זיי געבן צו פֿאַרשטיין מיט הענט און פֿיס, וואָס איך וויל. סוף־כּל־סוף, האָט אָבאַמאַ אַליין אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל און מיר געענטפֿערט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש: "ר׳ ייִד, זײַט ניט באַזאָרגט. איך האָב ליב ייִדן און איך האָב ליב מדינת־ישׂראל — בײַ מיר וועט איר זײַן אין גוטע הענט". "אָבער וואָס איז מיט ייִדיש?" האָב איך ווײַטער געפֿרעגט. "וועט איר שטיצן אונדזער פֿאָרלייג, אַז מע זאָל לערנען ייִדיש אין די עפֿנטלעכע שולן? אַז מע זאָל אַרויסגעבן אַלע מלוכישע דאָקומענטן סײַ אויף ענגליש, סײַ אויף ייִדיש? אַז ייִדישיסטן, אַזוי ווי די אַנדערע מינדערהייטן, זאָלן געניסן פֿון 'אַפֿירמאַטיוו־אַקציע’ אין די אוניווערסיטעטן און בײַ דער אַרבעט?" אַ רגע האָט ער זיך געקווענקלט. "ר׳ ייִד, איך וועל נעמען אײַער פּראָגראַם אין באַטראַכט, אָבער מער קען איך אײַך ניט צוזאָגן". האָב איך זיך געטראַכט — פֿאַרוואָס ניט? פּאָליטיקער זאָגן צו דאָס טעלערל פֿון הימל, אַבי מע זאָל פֿאַר זיי שטימען. קיינער נעמט עס ניט אין קאָפּ אַרײַן, אַז זיי מיינען דאָס טאַקע ערנסט. און אַזוי ווי ער וואָלט טעלעפּאַטיש זיך צוגעהערט צו מײַנע געדאַנקען, האָט אָבאַמאַ צוגעגעבן: "ווייסט איר וואָס, חבֿר — בײַ מיר האָט איר געפּועלט. איך שטעל אַרײַן אײַערע פֿאָדערונגען אויף מײַן רשימה פֿון פּאָליטישע פּריאָריטעטן, גלײַך נאָך די הינט, וואָס בילן בײַ נאַכט, די רעסטאָראַנען, וווּ מען סערווירט דאָס עסן קאַלט, און דעם בודזשעט־דעפֿיציט". "אַ דעפֿיציט איז חשובֿער בײַ אײַך ווי מאַמע־לשון?" האָב איך זיך באַליידיקט.
אַ בעסערן ענטפֿער האָב איך דערוואַרט צו הערן פֿון די קלינטאָנס, וואָס זיי וווינען אין ניו־יאָרק צוזאַמען מיט אַזוי פֿיל ייִדיש־רעדערס. אָבער ס׳איז געווען גאַנץ שווער אַפֿילו צו געפֿינען אַ לעבעדיקן מענטש, מיט וועמען צו רעדן — די גאַנצע צײַט האָט געפּלאַפּלט אַ מאַשין: "כּדי צו הערן וועגן סענאַטאָר קלינטאָנס געזונט־פֿאַרזאָרג־פּראָגראַם, ביטע קוועטשט איינס... ביטע קוועטשט זיבן... ביטע קוועטשט צוועלף" — דאָס געדולד האָט כּמעט געפּלאַצט, איידער איך האָב דערהערט אַ מענטשלעך קול: "ווער זענט איר? וואָס ווילט איר? ייִדישיסטן? וואָס פֿאַראַ ייִדישיסטן? די אָפֿיציעלע פּאַרטיי פֿון פֿרײַע דעמאָקראַטישע ייִדישיסטן האָט שוין ענדאָרסירט אונדזער קאַמפּאַניע. דערצו איז דער סקווערער רבי מיט אַלע זײַנע חסידים אויף אונדזער זײַט. מיר האָבן ניט מורא פֿאַר אײַך — זײַט געזונט!" מער האָב איך ניט געקענט אַרויסקריגן פֿון זיי. די פּאַרטיי פֿון פֿרײַע דעמאָקראַטישע ייִדישיסטן האָב איך אויסגעפֿאָרשט אַ ביסל: אַן אַנאַרכיסטישע גרופּע אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן, אונטער אַ חשד, אַז זיי האַנדלען מיט נאַרקאָטיק. וואָס שייך דעם סקווערער רבין, האָט ער ניט געענטפֿערט אויף מײַנע טעלעפֿאָן־אָנזאָגן.
מאַק'קיינס אָרגאַניזאַציע האָט מיך גלײַך אַנטוישט, ווײַל קיין איין ייִדיש־רעדנדיקער מענטש איז דאָרטן ניטאָ. סוף־כּל־סוף, האָב איך געדאַרפֿט רעדן מיט אַ גוי, אַן אַמיש־מענטש, וואָס מיט מײַן ייִדיש און זײַן פּענסילוואַניער דײַטש האָבן מיר זיך האַלב פֿאַרשטאַנען. "זײַט מוחל, ר׳ יוד", האָט ער געשריגן מיט אַלע כּוחות אין טעלעפֿאָן אַרײַן, "איך קען אײַך ניט גוט הערן" — ס׳דאַכט זיך, אַז ער איז געשטאַנען אין דרויסן, ווײַל אין הינטערגרונט האָב איך געהערט מוקען זײַנע קי. "יודיש? וואַס איז דאַס פֿאַר אַ שפּראַך?" האָב איך אים געדאַרפֿט געבן צו פֿאַרשטיין די גאַנצע געשיכטע, ווי אַזוי ייִדיש איז אויפֿגעקומען מיט טויזנט יאָר צוריק אין דײַטשלאַנד, ווי אַזוי אונדזערע צוויי שפּראַכן זענען ווי ברידער פֿון איין מאַמען און דאַרפֿן הײַנט אַרויסווײַזן פּאָליטישע סאָלידאַריטעט. "איר, אַמיש־מענטשן, האָבן בערד, מיר ייִדן אויך. איר טראָגט היטלעך, מיר טראָגן היטלעך. לאָמיר פֿאַראייניקן אונדזערע כּוחות און מאַכן אַ רעוואָלוציע". דער אַמיש־מענטש — שמואל האָט ער געהייסן — איז נתפּעל געוואָרן פֿון מײַן פּלאַן, אָבער איידער דאָס אַמיש־פֿאָלק זאָל אָננעמען אַזאַ באַשלוס, האָט ער דערקלערט, אַזוי ווי בײַ אונדז ייִדן, דאַרף ער פֿריִער די פֿראַגע אַרומרעדן מיט די אַנדערע אַמיש־מענטשן. "ס׳איז דאָ בײַ אונדז אַ ווערטל", האָט ער געזאָגט מיט זײַן שווערן דײַטשישן אַקצענט. "צוויי אַמיש־מענשטן — דרײַ מיינונגען". ביז שמואל וועט איבעררעדן דאָס אַמיש־פֿאָלק און די מאַק'קיין־קאַמפּאַניע צו שטיצן אונדזער פּראָגראַם, וועט קומען דער משיח; און אַז דער משיח וועט שוין קומען, דאַרף מען נישט האָבן דעם באַשלוס פֿונעם אַמיש־פֿאָלק.
וואָס קען איך אײַך זאָגן, מײַנע פֿרײַנד? קיין איין קאַנדידאַט שטיצט ניט ייִדיש אַזוי ווי מיר וואָלטן געוואָלט. די ייִדישיסטישע וויילערשאַפֿט דאַרף אפֿשר אויסקלײַבן אַ פּרעזידענט צוליב אַנדערע סיבות. און אויב אַזוי, איז שוין ניט אַזוי וויכטיק, צי דאָס וועט זײַן באַראַק אָבאַמאַ, הילאַרי קלינטאָן אָדער דזשאָן מאַק'קיין.