שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך לערן זיך אַ צווייטן זמן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ די שריפֿטלעכע עקזאַמענס, באַקום איך גוטע צייכנס, ווײַל איך האָב אַ גוטן זכּרון און קען געדענקען אַ סך ווערטער. אָבער דאָס רעדן גייט בײַ מיר שווערער. איך בין שוין געווען אויף עטלעכע "יוגנטרוף"־אַקטיוויטעטן, אָבער איך ווער נערוועז צוליב דעם וואָס איך קען נישט אַ פּאָר ווערטער אַרויסרעדן. איך וויל קומען אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף", אָבער איך האָב מורא, זיך צו פֿילן אַ פֿאַרלוירענער. ווי קען איך פֿאַרבעסערן מײַן רעדן ייִדיש?

מיט אַ פֿאַרמאַכט מויל


טײַערער "מיט אַ פֿאַרמאַכט מויל",

דער אמת איז, אַז צו קענען גוט די שפּראַך, דאַרף מע, זיך אײַנלעבן אין איר. מסתּמא, ווען איר דערציילט אַנדערע מענטשן, אַז איר לערנט זיך ייִדיש, וועלן זיי זײַן גרייט אײַך צו העלפֿן. געדענקט, אַז מיט אַ פּאָר פּשוטע פֿראַגעס, קען מען אָנהייבן אַ שמועס — פֿון וואַנען זענט איר? האָט איר קינדער? אאַ״וו. אַפֿילו ווען איר קענט נישט אָנהאַלטן אַ שמועס, וואָלט איר סײַ־ווי געדאַרפֿט זיך פֿאַרשרײַבן אויף דער "ייִדיש־וואָך". אפֿשר קענט איר מיטברענגען אַ סטודענט פֿון קלאַס, איר זאָלט זיך פֿילן מער באַקוועם. זײַט אַ בראַווער און עפֿנט דאָס מויל — דאָס איז דער איינציקער וועג זיך צו לערנען. "לא הביישן למד" (פּרקי־אָבֿות) — דער שעמעוודיקער לערנט זיך נישט.


טײַערע חזנטע,

דאָס גאַנצע לעבן האָב איך בדעה געהאַט צו ווערן אַ דאָקטער. איצט, צוריקקוקנדיק, פֿאַר­שטיי איך, אַז איך האָב אויסגעפֿירט נאָר דאָס, וואָס מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן גע­וואָלט איך זאָל טאָן. איך שטודיר שוין דאָס צווייטע יאָר אין מעדעצין־שול און בין אין גאַנצן אומצופֿרידן. איך ווייס איצט, אַז איך וויל נישט ווערן קיין דאָקטער, אָבער אויב איך פֿאַרלאָז דאָס לערנען, וועט מײַן משפּחה זײַן אַנטוישט, און נאָך ערגער — די צוויי יאָר שׂכר־לימוד פֿאַר דער טײַערער שול וועט זײַן אַרויסגעוואָרפֿן. וואָס זאָל איך טאָן?

נישט קיין דאָקטער


טײַערער "נישט קיין דאָקטער",

איר וואָלט איצט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן די שול און שאַפֿן אַ פּלאַן פֿאַר אַ נײַער קאַריערע, וואָס איר קענט אַנטוויקלען. עס איז דאָ אַ באַגריף וואָס הייסט — "פֿאַרזונקענע קאָסטן". אויב מע קויפֿט אַן אײַזקרעם און מע האָט עס נישט ליב, קען מען נישט באַקומען צוריק דאָס פֿאַרלוירענע געלט. מע געווינט נאָר קאַלאָריעס ווען מע עסט דאָס. אָבער ווײַל איר וועט פֿאַרלירן צוויי יאָר שׂכר־לימוד, מיינט עס נישט, אַז איר מוזט זיך אויסלעבן בײַ אַ דאָקטאָר אין אַן אַרבעט וואָס איר ווילט זי נישט. אפֿשר וועלן אײַערע טאַטע־מאַמע זײַן אַנטוישט, אָבער לסוף, זענט איר דער איינציקער וואָס לעבט אויס אײַער לעבן.


טײַערע חזנטע,

וויפֿל חדשים זאָל אַ פּאָרל זײַן צוזאַמען, איידער מע ווערט פֿאַרקנסט?

נאָך נישט פֿאַרקנסט


טײַערע "נאָך נישט פֿאַרקנסט",

אויב צוויי מענטשן קענען זיך זייער גוט און ווילן פֿאַרברענגען זייערע לעבנס צוזאַמען, איז דער ענטפֿער — ווען ביידע זענען גרייט. אויב די באַציִונג פּאַסט נישט פֿאַר די צוויי מענטשן, איז דער ענטפֿער — קיין מאָל נישט!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024