"והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן און אָפּהיטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". דאָס אומגעוויינטלעכע פֿילדײַטיקע וואָרט "עקבֿ", וואָס ווערט דאָ איבערגעזעצט ווי "אויב", מיינט אויך אַ "פּיאַטע". רש״י דערקלערט דעם דאָזיקן פּסוק ווי אַן אָנזאָג מקיים צו זײַן אַלע מיצוות, אַרײַנגערעכנט די, וואָס אַ סך מענטשן איגנאָרירן, "טרעטן אויף זיי מיט זייערע פּיאַטעס". דאָס זעלבע וואָרט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען "יעקבֿ", וועלכער איז מרמז אויף חכמה און קלוגשאַפֿט.
אַן אַנדער באַקאַנטער פּשט פֿאַרבינדט דאָס דאָזיקע וואָרט מיט דער קומענדיקער גאולה. דער הײַנטיקער דור ווערט אָנגערופֿן "עקבֿתא-דמשיחא" — "משיחס פּיאַטע". הגם מיר לעבן נאָך אַלץ אין טיפֿן גלות, פֿאַרמאָגט אונדזער דור, ווי עס האָבן געמאָלדן אַ סך צדיקים, דעם כּוח צו ברענגען די גאולה. סוף-כּל-סוף, זאָגט פֿאָרויס דער פּסוק, וועט איר זיך אומקערן צו דער תּורה; דעמאָלט וועט דער אייבערשטער אײַך אויסלייזן פֿונעם גלות.
דער דור פֿון "עקבֿתא-דמשיחא" ווערט אָבער געוויינטלעך באַטראַכט ווי דער נידעריקסטער. ווי עס שטייט אין גמרא, וועט משיח קומען אין דער צײַט, ווען די געזעלשאַפֿט וועט האָבן אַ "הינטיש פּנים" — פֿול מיט חוצפּה און גראָבקייט. על-פּי-קבלה, זענען אַלע מענטשלעכע נשמות "שפּליטערס" פֿון אָדם-הראשון. אין די פֿריִערדיקע דורות איז שוין אַראָפּגעקומען אין דער וועלט די נשמות, וואָס געהערן צום מוח און אַנדערע "מער איידעלע" טיילן פֿונעם אַלמענטשלעכן "פּראָטאָטיפּ"; הײַנט איז אונדזער וועלט באַוווינט, על-פּי-רובֿ, מיט פּראָסטע און פֿאַרגרעבטע מענטשן — אָדם-הראשונס "פּיאַטעס".
עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: אויב משיח איז נישט געקומען אין דער צײַט, ווען די ייִדן האָבן טאַקע געהיט אַלע מיצוות ביז דעם קלענסטן פּרט, ווי אַזוי קען ער קומען אין דער הײַנטיקער צײַט, ווען ס׳רובֿ ייִדן זענען בכלל נישט פֿרום? פֿאַרוואָס איז דווקא דער דור פֿון דער "פּיאַטע" מסוגל צו ברענגען די גאולה?
די חסידישע ספֿרים זענען מסביר, אַז דער מצבֿ פֿון דער "פּיאַטע" מיינט נישט, אַז דער הײַנטיקער דור איז בעצם ערגער, ווי די פֿריִערדיקע. אַדרבה, די הײַנטיקע מענטשהייט פֿאַרמאָגט די חכמה פֿון אַלע פֿריִערדיקע דורות. הײַנט איז אָבער שווער צו ברענגען אין דער וועלט עפּעס אַ ממשותדיקן חידוש: סײַ די גרעסטע גײַסטיקע קוואַלן, סײַ די פֿונדאַמענטאַלע דערגרייכונגען אין וויסנשאַפֿט, זענען שוין אַנטדעקט און אויסגעפֿאָרשט געוואָרן במשך פֿון די פֿריִערדיקע דורות; אין פֿאַרגלײַך מיט זיי, זענען מיר בלויז "פּיאַטעס", וועלכע טראָגן אויף זיך די דערפֿאַרונג פֿון אונדזערע פֿאָרגייער.
אין די פֿריִערדיקע דורות האָט די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט זיך געפֿירט מער "סדרדיק": די אַרבעטער האָבן געאַרבעט, די חכמים האָבן זיך פֿאַרנומען מיט אינטעלעקטועלע זוכענישן, און די מיסטיקער האָבן געווידמעט זייער לעבן רוחניותדיקע אַנטפּלעקונגען. אין די קבלה-ספֿרים שטייט, אַז די הײַנטיקע נשמות שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ "מאָזאַיִק" פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות. הײַנט קאָן אַן אַרבעטער אויך זײַן אַ שטיקל רבֿ אָדער אַ מקובל.
הגם אין אַ טייל פֿאַלן קאָן אַזאַ דינאַמישער מצבֿ ברענגען צו אַ סך פּלאָנטער, האָט ער אויך אַ גרויסע מעלה. אַפֿילו דער סאַמע פּשוטער מענטש קאָן מיטאַמאָל "אויפֿוועקן" די דערהויבענע עלעמענטן פֿון זײַן נשמה, און אַרויפֿשפּרינגען מיטאַמאָל אויף אַ הויכער גײַסטיקער מדרגה. דערפֿאַר, קאָן מען נישט אָפּשאַצן די גײַסטיקע מדרגה פֿון מענטשן לויט זייער פֿאָרמעלער אויפֿפֿירונג. צום בײַשפּיל, קאָן אַ וועלטלעכער ייִד מקיים זײַן אַ געוויסע מיצווה מיט מער כּוונה און מסירת-נפֿש, ווי אַ פֿרומער תּלמיד-חכם, און דערגרייכן אין דעם אַספּעקט אַ העכערע מדרגה.
דאָס וואָרט "עקבֿ" ווערט אויסגענוצט אינעם זעלבן זין בײַ דער ברכה, מיט וועלכער דער אייבערשטער האָט געבענטשט אַבֿרהם אָבֿינו "פֿאַר דעם, וואָס דו האָסט זיך צוגעהערט צו מײַן קול". אַבֿרהם אָבֿינו האָט געהיט די גאַנצע תּורה דורך זײַן אייגענער השׂגה, אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן — לאַוו-דווקא לויט דער הײַנטיקער הלכה. ווען משיח וועט קומען, וועט די גאַנצע וועלט דערגרייכן אַזאַ מדרגה — יעדער וועט פֿאָלגן זײַן אייגענע גײַסטיקע אַנטפּלעקונג.
ווײַטער אין דער הײַנטיקער פּרשה שטייט: "וואָס בעט פֿון אײַך דער אייבערשטער? בלויז מורא צו האָבן פֿאַר אים". דאָס וואָרט "יראת" איז בגימטריא 611, ווײַל יראת-שמים איז אַ וויכטיקער כּלל אין דער תּורה, וואָס שליסט אין זיך אײַן אַלע מיצוות, אַחוץ די ערשטע צוויי געבאָטן.
דער איזשביצער רבי האָט דערקלערט, אַז אַ טייל מענטשן ווילן שוין פֿאַרזוכן די קומענדיקע גאולה-פֿרײַהייט; דערפֿאַר וואַרפֿן זיי אַראָפּ אַלע פֿאָרמעלע כּללים, און הייבן אָן צו זינדיקן.
להיפּוך, ווערט אינעם ספֿר "שׂיחות-הר״ן" דערציילט, ווי די פּיראַטן האָבן פֿאַרכאַפּט דעם רבי נחמן בראַצלעווער אויף זײַן וועג קיין ישׂראל; דער רבי האָט געזאָגט זײַנע תּלמידים, אַז אפֿילו אין זײַן געפֿענקעניש וואָלט ער אָפּגעהיט אַלע מיצוות אויף אַ רוחניותדיקן אופֿן, אַזוי ווי אַבֿרהם אָבֿינו — אַפֿילו אויב ער וואָלט נישט געוווּסט, ווען ס׳איז שבת און יום-טובֿ.
ווען עמעצן פֿעלט, חלילה, יראת-שמים, און ער טוט וואָס עס גלוסט זיך אים, ווערט ער פֿאַררעכנט פֿאַר אַ רשע; ווען מע שטרעבט אָבער צו טאָן, וואָס איז ריכטיק, ווערט מען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ צדיק — אַפֿילו ווען מע פֿירט זיך צומאָל מחוץ די אָנגענומענע כּללים.
די נטיה פֿונעם הײַנטיקן דור, "עקבֿתא-דמשיחא", צו אינדיווידואַליזם און פֿרײַהייט איז בעצם אַ פּאָזיטיווע; די עיקר-צרה קומט פֿונעם עגאָיִסטישן חשק צו טאָן דווקא "וואָס גלוסט זיך". אויב די מענטשן וועלן שטרעבן צו טאָן וואָס איז, לויט זייער פּערזענלכער מיינונג, באמת ריכטיק און יושרדיק, וועלן זיי אַנטפּלעקן דעם ג-טלעכן אַספּעקט פֿון פֿרײַהייט; דעמאָלט וועט דער אייבערשטער אָננעמען אונדזער עבֿודה, נישט געקוקט אויף דעם פּלאָנטער און טעותים, און וועט ברענגען די גאולה.