דעם זומער, בשעת איך האָב געמאַכט אַן "אולפּן" (העברעיִשער שפּראַך־קורס) אין ירושלים, האָב איך אָנגעהויבן טראַכטן, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט, אַז מיר ייִדישיסטן זאָלן עולה זײַן און זיך אַלע באַזעצן אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות. אָדער ווייניקסטנס, צי איך אַליין זאָל עולה זײַן (איצטער, ווען איך בין שוין צו אַלט, מע זאָל מיך שטעלן פֿאַרן פּריזיוו — צו דינען אין מיליטער), כאָטש אויף אַ שטיק צײַט. אָדער לכל־הפּחות, צי ס’איז כּדאַי, אַז איך זאָל צוריקקומען איבער אַ יאָר און מאַכן נאָך אַן אולפּן.

דער מצבֿ פֿון ייִדיש אין דער ייִדישער מדינה איז אַ פּאַראַדאָקסאַלער. פֿון איין זײַט, לעבן דאָרט ביז הײַנט פֿיל טויזנטער אַלטע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה (די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן), פֿון פּוילן, רוסלאַנד און רומעניע, וואָס קענען גוט ייִדיש — אַ סך מער ווי אין אַמעריקע, דאַכט זיך. ס’איז דאָרטן נאָך דאָ מיט וועמען צו שמועסן, בשעת אַן אַמעריקאַנער ייִד קען הײַנט, געוויינטלעך, רעדן ייִדיש בלויז מיט זיך אַליין. פֿון דער צווייטער זײַט, איז די ישׂראלדיקע יוגנט געוואָרן שפּראַכלעך כּמעט אין גאַנצן "אַסימילירט" — אַפֿילו צווישן די חרדים רעדט בלויז אַ קליינער טייל נאָך אַלץ אויף מאַמע־לשון. נאָר אין ישׂראל קען מען באַגעגענען חסידישע ייִנגלעך מיט שוואַרצע קאַפּעלעך און לאַנגע פּאות, וואָס, אַז דו זאָגסט זיי אַ ייִדיש וואָרט, קוקן זיי דיך אָן מיט גרויסע אויגן און פֿאַרשטייען ווי די וואַנט.

כאָטש דאָס חשיבֿות פֿאַר ייִדיש האָט זיך אַ סך פֿאַרגרעסערט אין ישׂראל זינט די שלעכטע, אַלטע צײַטן, ווען מע האָט פֿאַרמאַכט דעם ייִדישן טעאַטער און פֿאַרווערט די ייִדישע צײַטונגען — הײַנט הערט מען שוין רעקלאַמעס אין ייִדיש אויפֿן ראַדיאָ און אויף דער טעלעוויזיע — טראָגט ייִדיש ווײַטער קינס צייכן. מע דאַרף בלויז זאָגן דאָס וואָרט "ייִדיש" פֿאַר אַ גרופּע יונגע ישׂראלים, וועלן זיי אָנהייבן לאַכן. איז אפֿשר קענען מיר ייִדישיסטן עולה זײַן און ווערן דאָרט קאָמעדיאַנטן?

אָבער צום גליק, זײַנען דאָ אויך אַנדערע מעלות פֿון לעבן אין מדינת־ישׂראל, למשל, די ווילדע קעץ. בײַ אונדז אין ניו־יאָרק לויפֿן ראַצן און אַנדערע טריפֿענע חיות דורך די גאַסן. אין מינעסאָטאַ, וווּ איך האָב אַמאָל געוווינט, נישטערן וועווריקלעך אין אַלע מיסטקאַסטנס און וווינען ניט זעלטן אויף די בוידעמס, וווּ זיי מאַכן אַ סך רעש בײַ נאַכט — ניט אויף קיין ייִד געדאַכט. אָבער אין ירושלים האָבן די ווילדע קעץ פֿאַרנומען די זעלבע ראָלע, וואָס בײַ אונדז די ראַצן און וועווריקלעך, נאָר זיי טוען עס מיט אַ קעצישן שאַרם און שטילקייט. זיי פֿירן זיך מער־ווייניקער ריין און ציכטיק, אַזוי אַז מע האָט זיי ליב און מע לאָזט פֿאַר זיי אָפֿט איבער אין דרויסן טעפּעלעך וואַסער און נאַשערײַען. לעבן מײַן דירה, למשל, האָט געוווינט אַ גאַנצע משפּחה קעץ און יעדן אין דער פֿרי, ווי באַלד איך האָב געעפֿנט די טיר, האָבן די קליינע, חנעוודיקע קעצעלעך שוין געוואַרט אויף די טרעפּ, כּדי צו בעטן אַ ביסן. בלויז פֿאַר דער סצענע אַליין איז כּדאַי צו לעבן אין ישׂראל.

נאָך אַ מעלה זײַנען די אויטאָבוסן. אמת, צומאָל ווערן זיי באַפֿאַלן פֿון אַ טעראָריסט אָדער אַ משוגענעם אויף אַ בולדאָזער — אַזוי איז טאַקע געשען דעם זומער ניט ווײַט פֿון מײַן דירה. אָבער בכלל פֿאָרט מען זיכער און באַקוועם, מיט אַ שטאַרקן לופֿטקילער, און, אויב מע האָט מזל, בלײַבט מען ניט שטעקן אינעם פֿאַרשטאָפּטן וועג. די אמתע מעלה אָבער, איז די סיבה פֿאַר וואָס אַ טייל רבנים ווילן שאַפֿן באַזונדערע חרדישע אויטאָבוס־ליניעס, וווּ מענער און פֿרויען זיצן אָפּגעטיילט. ווײַל די ישׂראלדיקע אויטאָבוסן זײַנען ענג, מע שטופּט זיך כּסדר, און אַפֿילו פֿרומע ייִדן מיט לאַנגע בערד, וואָס היטן זיך פֿאַר יעדער עבֿירה, ווערן דאָרט, נעבעך, צונויפֿגעקוועטשט מיט שיינע, יונגע פֿרויען. פֿון איין זײַט, זײַנען די ישׂראלדיקע פֿרויען טאַקע שיין, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, ניצן די פֿרומע ייִדן צו זעלטן "דעזאָדעראַנט", אַפֿילו אין די ערגסטע היצן — איז אָפֿט בעסער צו גיין צו פֿוס.

דער הייסער וועטער שטעלט מיט זיך פֿאָר די הויפּט־שוועריקייט פֿאַר מיר ווי אַ מעגלעכער נײַער "עולה" (אימיגראַנט). אין תּל־אָבֿיבֿ איז אַזוי דושנע זומערצײַט, אַז נאָך דרײַ טריט אין דרויסן ווער איך אין גאַנצן באַגאָסן מיט שווייס. אין ירושלים איז אַוודאי בעסער, ווײַל די לופֿט איז דאָרט טרוקן, אָבער מע דאַרף זיך פֿאָרט באַשמירן קעגן דער זון און גיין אין די שאָטנס ווי עפּעס אַ וואַמפּיר. כּדי זיך אָפּצוקילן דאַרף מען אַרײַנגיין אין אַ געשעפֿט אָדער אין אַ האָטעל. די סאַמע באַקוועמע ערטער, וואָס איך האָב געפֿונען, זײַנען די טונעלן לעבן דעם כּותל־מערבֿי, וואָס די אַרכעאָלאָגן האָבן אויסגעגראָבן. דאָרט זעט מען נאָך אַ סך גרויסע שטיינער פֿון אונדזער אַמאָליקן בית־המיקדש, ווי אויך שפּורן פֿון די רוימישע צײַטן, אָבער, דער עיקר, איז די טעמפּעראַטור — אַ מחיה. אַז די ישׂראל־רעגירונג וועט מיך לאָזן האָבן אַ דירה דאָרטן אונטער דער ערד לעבן דעם כּותל, וועל איך זיך גלײַך איבערפּעקלען אַהין. אָבער דערווײַל, ביזן קומענדיקן זומער, פּלאַניר איך צו בלײַבן אין גלות.