די סוכּה־שער[1]

אַמאָל איז צווישן די קאָפּהענער אַזאַ דעה געבליבן:

אַז אַ קינד כּל־זמן ס‘איז קליין

זאָל ניט עסן האַרבן כריין,

קבצן זאָל ניט נאַקעט גיין —

נאָר פֿאַרבונדן מיט אַ שטריקל!

דריגען זאָל ניט מער דאָס ביקל

און ניט שלאָגן קיינער זאָל דאָס פּײַקל —

האָט צעבייזערט זיך דאָס באָמציקצײַקל.

באָמציקצײַקל — ווער? פֿון וואַנען? ניט פֿון דאָרטן, ניט פֿון דאַנען, געבוירן פֿון אַ שטיין, הויט און ביין. האָט אַ פּײַקל מיט צוויי טעצלעך, ניט קיין פֿיס, נאָר קלעצלעך, וווינט אין פֿלעשל.

הערט עס אין אַ בוים שוויפּטשען געבראָטענע הינדעלעך, שטופּט עס אַרײַן אַ פֿינגערל — גייט עס ניט; שטופּט עס אַרײַן אַ הענטעלע — גייט עס ניט; שטופּט עס אַרײַן דאָס קעפּעלע — גייט עס ניט; שטופּט עס זיך אין גאַנצן אַרײַן און עסט אויף אַלע געבראָטענע הינדעלעך.

וויל עס אַרויסגיין, קען עס ניט. שטופּט עס אַרויס אַ פֿינגערל — עס גייט ניט; שטופּט עס אַרויס אַ הענטעלע — עס גייט ניט; הערט עס אַ האָלצהעקער האַקט האָלץ, לויפֿט עס צו צום האָלצהעקער, גיט זיך אַ נייג, אַ בייג, פּויקט אין פּײַקל, קלאַפּט מיט די טעצלעך און זינגט:

העקער־וועקער,

גיי צום בעקער,

קוילעטש באַק!

דיר אַ קוילעטש —

מיר די האַק!

איז דעם האָלצהעקער דאָס לידעלע זייער געפֿעלן, האָט ער דערפֿאַר דעם באָמציקצײַקל די האַק געגעבן. נעמט דאָס באָמציקצײַקל די האַק, האַקט אין ווענטל, שטעקט אַרויס אַ הענטל; האַקט אין טויערל, שטעקט אַרויס אַן אויערל.

הערט עס די האַק גייט צו קינד.

האָט די האַק געבוירן: זעקס העקעלעך און דאָס זיבעטע — אַ באַרדעלע[2].

זאָגט דאָס באָמציקצײַקל צום האָלצהעקער: "אַז די האַק איז צוליב מיר יאָ געלעגן געוואָרן, שענק מיר דאָס באַרדעלע!"

שענקט אים דער האָלצהעקער דאָס באַרדעלע, זעצט זיך דאָס באָמציקצײַקל אויפֿן באַרדעלע רײַטנדיק און זינגט:

באַרדעלע, באַרדעלע, בערדעלע,

זײַ זשע מיר אַ פֿערדעלע!

נעמט דאָס פֿערדעלע לויפֿן.

לינקס קערט עס ניט,

רעכטס דרייט עס ניט,

וואָס סע הערט דאָס זעט עס ניט,

וואָס סע זעט דאָס הערט עס ניט.

און דאָס באָמציקצײַקל קנאַקט מיט דער צונג, קלאַפּט מיט די טאַצן, זעצט אין דער פּויק, סע גייט אַזש אַ רויך! ווי סע פֿאָרט אַזוי, זעט עס: אַ קעסאָקע גריל, אַ האָרב אויף די פּלייצעס, אַ האָרב אויפֿן האַרץ, קעסאָקע אויף איין אייגל, ראַבע אויפֿן פּנים, הינקט אויף אַ פֿיסל און זייער באַזאָרגט.

פֿרעגט דאָס באָמציקצײַקל:

"היי, פֿעטער! וואָס זײַט איר אַזוי באַזאָרגט?"

קרעכצט דאָס גרילעכל און זאָגט:

קראַנק בין איך און שוואַך,

נאָר אַ סוכּהלע האָב איך

פֿונעם בעסטן סכך.

מיר די אַלטע ווערבע

אים פֿאַרקויפֿט אין קערן.

וווּ זשע איז די סוכּה־שער,

זאָל דעם סכך באַשערן?

זאָגט דאָס באָמציקצײַקל: ווייסטו וואָס? זעץ זיך מיט מיר אויף מײַן פֿערדעלע אַרויף, וועלן מיר איניינעם פֿאָרן די סוכּה־שער זוכן!"

זעצט זיך דאָס גרילעכל אויפֿן פֿערדעלע אַרויף און מע פֿאָרט איניינעם.

קלאַפּט עס פּײַקל, דרייט זיך אום אַהין און אַהער, דערזעט עס אַ שטיבעלע אָן פֿענצטערלעך, אָן טיר און טויער, און אויפֿן פּריספּעלע[3] שלאָפֿט דער ווײַסער טרויער. קומען זיי אין שטיבעלע אַרײַן, זײַנען שוין אַלע געשלאָפֿן, נאָר דער זייגער איז וואַכנדיק און דאָס האַרץ קלאַפּט אים: טיוך! טיוך!

פֿרעגט דאָס באָמציקצײַקל: "זייגער, זייגער, וואָס קלאַפּט דיר דאָס האַרץ אַזוי?"

זאָגט דער זייגער: "דאָ וווינט די גילדענע בין. אַ גאַנצן זומער געהאָרעוועט, שווער געהאָרעוועט, האָניק געמאַכט, ראָש־השנה געקומען צו לויפֿן דעם רבינס ׳המוציא׳, זיך געגעבן אַ טינק אײַן אין האָניק און אויסגעטונקען דעם גאַנצן האָניק."

האָט די גילדענע בין געלאָזט אַ גרויסע טרער, טרענקט זיך די בין אין דער טרער, האָב איך מורא זי זאָל ניט דערטרינקען ווערן. קלאַפּט מיר דאָס האַרץ: טיוך! טיוך!

"וווּ איז די בין?"

"פֿרעג דעם ווײַסן טרויער."

טרויער, ווײַסער טרויער! וווּ איז די גילדענע בין, וואָס באָדט זיך אין אייגענער טרער?"

"נעמט די אויגן אין די הענט אַרײַן וועט איר זעען!?"

נעמען זיי די אויגן אין די הענט אַרײַן, זעען זיי אַ גרויסע ליכטיקע בין שווימט אין אַ רויטן טײַך.

פֿרעגט דאָס באָמציקצײַקל:

ליכטיקע בין

און ליכטיקע טרער,

אפֿשר ווייסטו וווּ די סוכּה־שער?

“ווייסן ווייס איך, נאָר איך טאָר ניט רעדן. איך קען זיך נאָך מיט מײַן טרער פֿאַרכלינען. וואָס זשע דען? פֿאָרט, פֿאָרט ווײַטער וועט איר טרעפֿן דאָס ציגעלע, פּאַרעווע קריגעלע, וועט עס אײַך זאָגן."

פֿאָרן זיי ווײַטער.

מע פֿאָרט, מע פֿאָרט, זעען זיי אַ ציגעלע טרייסלט מיט דער באָרד. זאָגן זיי צום ציגעלע: “מע!... קע!..."

דערפֿרייט זיך דאָס גרילעכל און פּליעסקעט: “איך ווייס שוין! מעקע! אין דער שיינער שטאָט מעקע! דאָרט וווּ די טערקן דאַווענען!"

טוט מען אַ טרײַב דאָס פֿערדעלע גיך.

פֿליט מען איבער טאָלן איבער בערג,

ביז מע טרעפֿט אַ טערק.

פֿרעגן זיי:

“טערקעלע־רויטפֿעסקעלע, וווּ איז מעקע?"

“מעקע? טאַקע דאָ! איר זײַט דאָך אין דער הייליקער שטאָט מעקע!"

“איז וווּ זשע איז די סוכּה־שער?"

“וואָס? די סוכּה־שער? זי שפּאַנט דאָך איבער אײַך! זי האָט צוויי פֿיס לאַנגע ווי די שטראַלן פֿון דער זון. איין פֿוס דאָ, דער אַנדערער אין יענער זײַט ים. איר זעט ניט, די סוכּה־שער?"

“ניין!"

“הייבט אויף די קעפּעלעך!"

“מיר האָבן שוין אויפֿגעהויבן און מיר זעען ניט!"

“גיט זשע מיר אײַער פֿערדעלע וועל איך זיך אַ לאָז טאָן און זי ברענגען אײַך. תּיכּף באַלד!"

געבן זיי דעם טערקעלע דאָס פֿערדעלע, כאַפּט זיך דאָס טערקעלע אויפֿן פֿערדעלע אַרויף און אַוועק.

* * *

שטייען זיי ביידע, באָמציקצײַקל און דאָס גרילעכל, בײַ די טויערן פֿון דער הייליקער שטאָט מעקע און וועמען זיי זעען פֿאַרבײַגייען, שטעלן זיי אים אָפּ און פֿרעגן:

“וווּ איז דער טערק?"

“וואָס פֿאַר אַ טערק?"

דער וואָס אין דער רויטער פֿעסע[4]".

אַ סימן אַ טערק אין אַ רויטער פֿעסע! אַלע טערקן האָבן רויטע פֿעסעס!"

“דער וואָס דאָס פֿערדעלע גענומען; די סוכּה־שער צו ברענגען!"

אַזוי! וואַרט זשע ביז ער וועט קומען!"

“מיר זײַנען מיד שוין צו וואַרטן!"

“גייט זשע!"

“מיר וועלן ניט גיין ביז די סוכּה־שער וועט ניט זײַן!"

טוט זיי יעדער אַ שנאָל אין דער נאָז און גייט זיך זײַן וועג.

דערפֿאַר, אַז איינער טוט אָפּ דעם חבֿר אַ שפּיצל, נאַרט בײַ אים אויס דעם “יאָ" מיטן “ניין" און גיט אים נאָך צו אַ שנאָל אין דער נאָז, זאָגט מען: “ער האָט אים אָפּגעטאָן אויף טערקיש."


[1] סיכּה־שער — אַ זאַך, וואָס עקזיסטירט ניט אין דער אמתן

[2] אַ באַרדעלע (דימענוטיוו פֿון "באַרדע") — העמערל

[3] אַ פּריספּעלע, פּריזבעלע (דימענוטיוו פֿון "פּריס[ז]בע") — אַ גאַניק פֿאַרן הויז

[4] פֿעסע —