"וישלח יעקבֿ מלאָכים". איידער יעקבֿ האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן ברודער, האָט ער אַוועקגעשיקט מלאָכים צו עשׂון, זיי זאָלן אים איבערגעבן, אַז זײַן ברודער איז אויפֿן וועג צוריק פֿון חרן קיין ארץ-כּנען. די מלאָכים האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ ידיעה, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אויפֿגעבראַכט אויף יעקבֿן, און קומט אַנטקעגן אים מיט פֿיר הונדערט באַוואָפֿנטע מענער. עשׂו האָט אָנגענומען יעקבֿס ריזיקע ריי מתּנות, און האָט זיך מיט אים איבערגעבעטן. אָבער, הגם יעקבֿ האָט געהאָפֿט צו ברענגען זײַן ברודער צו תּשובֿה, איז עשׂו געבליבן אַ רשע.
ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט, ווי יעקבֿס טאָכטער, דינה, איז אַרויסגעגאַנגען פֿון דער געגנט, וווּ איר משפּחה האָט זיך באַזעצט, כּדי צו באַקענען זיך מיט די אײַנוווינער פֿון דער שכנישער שטאָט, שכם. דער פֿירשט פֿון דער שטאָט, שכם בן־חמור, האָט זי פֿאַרכאַפּט, פֿאַרגוואַלדיקט און געוואָלט מיט איר חתונה האָבן.
צוויי פֿון יעקבֿס זין, שמעון און לוי, האָבן באַשלאָסן נקמה צו נעמען אין די אײַנוווינער פֿון שכם. זיי האָבן געזאָגט, אַז כּדי חתונה צו האָבן מיט אַ ייִדישער פֿרוי, מוז דער פֿירשט זיך קודם מלן. דעמאָלט, האָבן שמעון און לוי באַטאָנט, וועלן זיי קאָנען זיך פֿאַראייניקן מיט די ייִדן אין איין פֿאָלק. ווען די מענער אין שכם האָבן זיך געמלט, און געליטן פֿונעם ווייטיק נאָך דער אָפּעראַציע, האָבן יעקבֿס זין זיי אויסגעהרגעט, און געבראַכט דינה צוריק אַהיים.
די חז״ל דערקלערן, אַז די אײַנוווינער פֿון שכם זענען געווען גרויסע רשעים, און האָבן געהאָלפֿן פֿאַרכאַפּן דינה, דערפֿאַר האָבן זיי פֿאַרדינט טויט־שטראָף. יעקבֿ האָט אָבער געטאַדלט זײַנע זין פֿאַר זייער נקמה. פֿון דער זײַט, האָט זייער אַקציע אויסגעזען זייער קאָנטראָווערסיאַל, ווי אַ פֿאַרראַט און רציחה.
לויט די חז״ל, זענען אַלע באַטייליקטע — שכם בן-חמור, דינה, שמעון און לוי — געווען יונגע ייִנגלעך און מיידלעך. דווקא פֿון דער דאָזיקער געשיכטע לערנען מיר אָפּ, אַז אַ בר-מיצווה-ייִנגל ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ דערוואַקסענעם מאַן, ווײַל לוי איז געווען 13 יאָר אַלט, ווען ער האָט באַשלאָסן מיט זײַן ברודער צו באַפֿרײַען זייער שוועסטער מיט אַ שווערד.
רש״י דערקלערט, אַז דינה ווערט אָנגערופֿן אין דער פּרשה "לאהס טאָכטער", און נישט "יעקבֿס טאָכטער", ווײַל זי האָט זיך געפֿירט אומאָפּהענגיק, און אַרויסגעגאַנגען פֿון דער היים אין אַ פֿרעמדער שטאָט. לכאורה, מיינט רש״י, אַז די תּורה קריטיקירט דינהס נישט-צניעותדיקע אויפֿפֿירונג, וועלכע האָט זי געבראַכט צו דער פֿאַרכאַפּונג. אין אַן אַנדער אָרט, אָבער, באַטאָנט רש״י, אַז דינהס פֿאַרכאַפּונג איז געווען אַ שטראָף, וואָס איר טאַטע, יעקבֿ, האָט באַקומען צוליב דעם, וואָס ער האָט אויסבאַהאַלטן דינה אין אַ קאַסטן, ווען ער האָט זיך איבערגעבעטן מיט עשׂון. ווען דינה וואָלט זיך געטראָפֿן מיט איר פֿעטער, וואָלט זי אים געקאָנט, מעגלעך, ברענגען צו תּשובֿה.
דער ליובאַוויטשער רבי איז מסביר, אַז דווקא צוליב איר אומאָפּהענגיקן כאַראַקטער, וואָלט דינה געקאָנט זיך צונויפֿרעדן מיט עשׂון און דערגרייכן דאָס, וואָס אַפֿילו איר גרויסער טאַטע האָט נישט געקאָנט. לויט דעם אָפּטײַטש פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, האָט דינה געהייסן דווקא "איר מאַמעס טאָכטער", ווײַל לאה איז אויך געווען, אין פֿאַרגלײַך מיט דער "היימישער" נאַטור פֿון יעקבֿן, אַן אומאָפּהענגיקע פֿרוי. דאָס איז געווען, אין דער אמתן, אַ מעלה. אַדרבה, ווען יעקבֿ וואָלט זיך נישט אַרײַנגעמישט אין איר לעבן, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיט עשׂון, וואָלט דינהס אויפֿפֿירונג נישט געבראַכט דעם היזק.
הגם שמעון און לויס נקמה איז געווען אַ קאָנטראָווערסאַלער, צווייפֿלהאַפֿטיקער טאַט, האָבן זיי דורכגעטראַכט און געטאָן זייער אַקציע לשם-שמים, מיטן פֿולן אחריות. די פֿעיִקייט אָנצונעמען סתּירותדיקע און שווערע באַשלוסן איז אַ סימן פֿון אַ דערוואַקסענעם מענטש; דערפֿאַר לערנט מען אָפּ דעם ענין פֿון בר-מיצווה דווקא פֿון דער דאָזיקער מעשׂה.
דאָס וואָרט "וישלח" מיינט "און ער האָט געשיקט". דער אייבערשטער שיקט די מענטשלעכע נשמה אַראָפּ אין עולם־הזה, אַ וועלט פֿון סתּירות, קאָנפֿליקטן און שווערע באַשלוסן. דורך דעם געראַנגל מיט די סתּירות פֿון דער וועלט, קאָנען מיר דערגרייכן אַ העכערע מדרגה, אַ מער ממשותדיקע פֿאַרבינדונג מיטן באַשעפֿער, הגם אונדזער וועג אין עולם־הזה ווערט צומאָל באַגלייט מיט סתּירות און סכּנות. ווי עס האָט געזאָגט דער גרויסער צדיק, רבי נחמן בראַצלעווער, איז די וועלט אַ שמאָלע בריק; כּדי נישט אַראָפּצופֿאַלן, מוז מען שטרעבן טאָן אַלץ לשם-שמים און זיך פֿאַרלאָזן אויף דעם אייבערשטן, ער זאָל ווײַזן דעם ריכטיקן וועג.