"ויחי יעקבֿ בארץ מצרים", און יעקבֿ האָט אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע 17 יאָר אין מצרים. פֿאַר זײַן טויט, האָט ער צוגערופֿן צו זיך זײַנע קינדער, און געגעבן יעדן פֿון זיי אַ באַזונדערע ברכה.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשה-אַרטיקלען, בלײַבן אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אייביק אַקטועל, און קאָנען אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן און פּסיכאָלאָגישן אופֿן. אַ ריי פֿאָריקע סדרות שטעלן דעם אַקצענט אויף די באַציִונגען צווישן יהודה און יוסף. יהודה רעפּרעזענטירט די פֿעיִקייט אָנצונענען אינדיווידועלע באַשלוסן, און יוסף — צו פֿאָלגן דעם באַשערטן גורל.
מע קאָן זאָגן, אַז אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט דער דאָזיקער שמועס פֿאַרברייטערט נאָך ווײַטער. די הײַנטיקע פּרשה באַשטייט, על־פּי-רובֿ, פֿון די ברכות, וואָס יעקבֿ אָבֿינו האָט געגעבן זײַנע קינדער, ווי אויך יוספֿס צוויי זין, אפֿרים און מנשה.
אינעם טעקסט פֿון די דאָזיקע ברכות ווערן דערקלערט, בדרך־רמז, די באַזונדערע מעלות און ראָלעס פֿון יעדן ייִדישן שבֿט. זיי זענען אויך מרמז אויף פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿונעם לעבן און פּסיכאָלאָגישע אַרכעטיפּן, וועלכע שטעקן אין יעדער מענטשלעכער נשמה. דערפֿאַר בלײַבן יעקבֿס ברכות אייביק אַקטועל פֿאַר אַלעמען — אויב מע פֿאַרשטייט טאַקע זייערע טיפֿע סימבאָלישע רמזים.
הגם יעדער שבֿט האָט רעפּרעזענטירט אַ געוויסן לעבנס־שטייגער און קוקווינקל, האָט יעקבֿ אָבֿינו אַליין מיטאַמאָל געטראָגן אין זיך די פֿאַרשיידנאַרטיקע שטריכן פֿון אַלע 12 שבֿטי-ישׂראל (אָדער 13, אויב מע רעכנט אפֿרים און מנשה באַזונדערס).
יעקבֿ ווערט פֿאַרגליכן מיטן "בריח התּיכון" — אַ לאַנגער גראָדער שטעקן, וואָס האָט געקאָנט אַרומנעמען, בדרך־נס, דעם גאַנצן משכּן פֿון אַלע זײַטן. אַ טייל מפֿרשים האַלטן, אַז דער "בריח התּיכון" איז געווען יעקבֿס שטעקן, וואָס מיט זײַן הילף פֿלעגט ער אַריבערגיין דעם ירדן.
די מפֿרשים דערקלערן, אַז יעקבֿ אָבֿינו האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די מידה פֿון אמת. די עכטע מידת־האמת איז מסוגל צו פֿאַראייניקן קעגנזײַטיקע ענינים, אַפֿילו אַזעלכע, וואָס זעען אויס ווי היפּוכדיקע, אין איין האַרמאָנישער גאַנצקייט.
די חז״ל האָבן געקאָנט אויפֿווײַזן אויף 49 אופֿנים, ווי עס שטייט אין גמרא, אַז "טמא איז טהור, און טהור איז טמא". רבי יונתן אייבעשיץ האָט דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ סימן פֿון זייער אויסגעצייכנטקייט אין מידת־האמת, הגם, אויפֿן ערשטן בליק, זעט אויס אַזאַ צוגאַנג ווי אַ גאַנצער היפּוך פֿון דער דאָזיקער מידה. לויט דעם באַקאַנטן אויסדרוק, זאָגן דווקא ליגנער און עקשנים, אַז "שוואַרץ איז ווײַס, און ווײַס איז שוואַרץ".
פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן איז עס טאַקע אַזוי. די חז״ל פֿלעגן, אָבער, נעמען אין באַטראַכט אַלע מיינונגען און אָפּטײַטשן, כּדי צוצוקומען צו דעם אמת. יעקבֿ אָבֿינו האָט משׂיג געווען אַ גאָר הויכע מדרגה פֿון עולם-האצילות — די גײַסטיקע וועלט, וווּ די געוויינטלעכע סתּירות און חילוקים ווערן בטל אין דער ג-טלעכער איינהייט. אַזוי ווי דער "בריח התּיכון", וועלכער האָט געקאָנט בלײַבן גראָד און אַרומנעמען, מיטאַמאָל, אַלע זײַטן פֿונעם משכּן, אַזוי איז יעקבֿ געווען מסוגל אַרומנעמען מיטאַמאָל אַלע אַספּעקטן פֿון דער וועלט, און נישט ווערן דערבײַ "פֿאַרקרימט". דאָס וואָרט "אמת" גופֿא באַשטייט פֿונעם ערשטן, מיטעלן און לעצטן אות פֿונעם אַלף-בית. דאָס איז מרמז אויף האַרמאָניע, פֿילזײַטיקייט און פֿילדײַטיקייט פֿון אַן עכט-טיפֿער השׂגה.
נאָך אַלע ברכות פֿאַר יעקבֿס קינדער, שטייט אין דער הײַנטיקער פּרשה: "ויגוע ויאסף אל עמיו" — "און זײַן צײַט האָט זיך פֿאַרענדיקט, און ער האָט זיך פֿאַראייניקט מיט זײַן פֿאָלק". צוליב דעם אומגעוויינטלעכן אויסדרוק פֿונעם דאָזיקן פּסוק, האָט דער תּנא רבי יוחנן געזאָגט, אַז יעקבֿ איז נישט געשטאָרבן. די אַנדערע חכמים האָבן אים געפֿרעגט: בײַם סוף פֿון דער פּרשה שטייט דאָך בפֿירוש, אַז מע האָט אים באַוויינט, באַלזאַמירט און באַערדיקט. רבי יוחנן האָט זיי געענפֿערט: "מקרא אני דורש" — "איך טײַטש אָפּ די פּסוקים".
אַ טייל מפֿרשים האַלטן, אַז יעקבֿ אָבֿינו איז טאַקע נישט געשטאָרבן. אַ ריי אַנדערע מיינען, אַז ס׳איז אַן אַלעגאָריע. די צדיקים ווערן פֿאַררעכנט נאָך זייער טויט פֿאַר לעבעדיקע, ווײַל זייער השפּעה בלײַבט אין דער וועלט, און ווערט אַפֿילו שטאַרקער נאָכן פֿיזישן טויט. מע וואָלט עס, אָבער, געקאָנט זאָגן וועגן יעדן גרויסן צדיק. פֿאַרוואָס האָט עס רבי יוחנן באַטאָנט דווקא וועגן יעקבֿן?
די געוויינטלעכע מענטשלעכע באַגריפֿן זענען נישט מסוגל אַרומצונעמען אַלע זײַטן פֿון דער ווירקלעכקייט. דער "עכטער אמת" בלײַבט העכער פֿון אַלע באַגריפֿן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, זענען אַפֿילו אַזעלכע יסודותדיקע ענינים, ווי לעבן און טויט, קעגנזעצלעך פֿאַרבונדן, און קאָנען נישט תּמיד צעטיילט ווערן אויף אַ קלאָרן אופֿן. דערפֿאַר לאָזט זיך די פּרשה וועגן יעקבֿס פּטירה אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַזאַ אופֿן, מחוץ דעם קאַטעגאָרישן חילוק צווישן לעבן און טויט, כּדי אָנצוּווײַזן אויף יעקבֿ אָבֿינוס הויכער השׂגה פֿון אמת.