אונדזער איצטיקער נומער רירט אָן אייניקע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. לאַנגע יאָרן, צוליב דער פּאָליטיק פֿון פֿאַרשלאָסנקייט און אידעאָלאָגישער דאָגמאַטישקייט, איז איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור געווען אָפּגעריסן פֿון דער אַלוועלטעלכער ייִדישער גאַס. נאָכן פֿאַלן פֿונעם "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" האָט זיך פֿאַר די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלער געעפֿנט אַ גוטע געלעגנהייט זיך נענטער און טיפֿער צו באַקענען מיט די פֿריִער־פֿאַרשפּאַרטע ייִדישע ווערטן.
דווקא וועגן דעם דערציילט אין זײַן רעפּאָרטאַזש ד"ר גענאַדי עסטרײַך, וואָס האָט זיך באַטייליקט אָנהייב דעצעמבער אין דער הײַדעלבערגער קאָנפֿערענץ.
די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון דער אַלטער דײַטשישער אוניווערסיטעטישער שטאָט הײַדעלבערג, וווּ כ׳האָב זיך באַטייליקט אין אַ כּמעט אידעאַלער קאָנפֿערענץ. אָרגאַניזירט (און דווקא זייער גוט) האָט זי די הײַדעלבערגער ייִדיש-געלערנטע דאַניעלאַ מאָנטאָוואַן. דער סדר-היום האָט צוגעצויגן אַ היפּש ביסל לײַט פֿון דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, אַמעריקע, רוסלאַנד, קאַנאַדע, איטאַליע און דער שווייץ; און עס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן עטלעכע מענטשן, וואָס האָבן צוליב פֿאַרשיידענע סיבות ניט געקענט זיך באַטייליקן אין דער דאָזיקער אַקאַדעמישער דיסקוסיע.
באַזונדערס אָפֿט האָט מען גערעדט וועגן פּרץ מאַרקישן. מײַן אָקספֿאָרדער קאָלעגע יוסף שערמאַן און אַני-הקטן קלײַבן איצט צונויף אַ באַנד וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון אָט דעם דיכטער — אַ באַנד, וואָס איז אַרכיטעקטאָניש ענלעך צו דעם פֿאַראַיאָריקן בוך וועגן דוד בערגעלסאָנען, וועלכן מיר האָבן צוגעגרייט פֿאַר דעם זעלבן אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ". עס זײַנען געווען אויך אינטערסאַנטע רעפֿעראַטן וועגן אַנדערע דיכטער פֿון אוקראַיִנע: אָשר שוואַרצמאַן, לייב קוויטקאָ, איציק פֿעפֿער. ס׳איז ניט פֿאַרגעסן געוואָרן משה קולבאַק. שוואַרצמאַן, וועלכער איז געווען געקרוינט ווי דער גרונטלייגער פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער דיכטונג, איז ערנסט אַנאַליזירט געוואָרן דורך דעם הײַנטיקן פֿאָרשער ראָלאַנד גרושקאַ פֿון דיסעלדאָרף, אַ טאַלאַנטירטער און אַרבעטספֿעיִקער ליטעראַטור-היסטאָריקער.
עס זײַנען געווען רעפֿעראַטן אויך וועגן ווייניקער באַקאַנטע נעמען. אַזוי, האָט גאַלינע עליאַסבערג, די פֿירנדיקע מאָסקווער ייִדישע ליטעראַטור-היסטאָריקערין, צוגעגרייט, אויפֿן סמך פֿון די ניט געדרוקטע אַרכיוו-מאַטעריאַלן, אַ פּיאָנערישע פֿאָרשונג וועגן דער דיכטערין מירע כענקין. די פֿרוי פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן ליטעראַטור-קריטיקער נחום אויסלענדער (ער איז געווען דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד), האָט זי געשריבן אויף ייִדיש און רוסיש, אַרויסגעגעבן עטלעכע פּאָעטישע זאַמלונגען. אָבער — צוזאַמען מיט אַנדערע סאָוועטיש-ייִדישע דיכטערינס — איז זי דערווײַל ניט אַרײַן אין דעם "קאַנאָן", וואָס ווערט אַנאַליזירט אין דער אַקאַדעמישער וועלט.
צוריק גערעדט, ווער איז יאָ אַרײַן אין דעם דאָזיקן "קאַנאָן"? זייער קליין איז די צאָל מאָדערנע פֿאָרשונגען, געווידמעט דער סאָוועטיש-ייִדישער פּאָעזיע, כאָטש דער דאָזיקער זשאַנער האָט געגעבן, בדרך-כּלל, די סאַמע געראָטענע ווערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור, געשאַפֿן אין דער סאָוועטישער תּקופֿה. מע וואָלט געקענט דערוואַרטן, אַז מיט דוד האָפֿשטיינען, פּרץ מאַרקישן, אַהרן קושניראָוון, שמואל האַלקינען און אַנדערע פּאָעטן וועלן זיך פֿאַראינטערעסירן די הײַנטיקע רוסישע, אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע געלערנטע. זיי וואָלט, דאַכט זיך, געווען גרינגער זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין דעם אַלגעמיינעם קאָנטעקסט פֿון יענער צײַט און קולטור. ס׳איז וויכטיק אויך, אַז אין די געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון ליגן טויזנטער דאָקומענטן און כּתבֿ-ידן, וועלכע מע האָט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט און אַפֿילו ניט דערמאָנט. אָבער די זאַך רירט זיך ניט פֿונעם אָרט. ייִדישע ליטעראַטור-וויסנשאַפֿט האָט זיך כּמעט ניט באַוויזן אין יענע מקומות.
עס באַקומט זיך, אַז אַזאַ שליחות האָט אויף זיך גענומען הײַדעלבערג. אַ שטיקל לאָגיק איז אין דעם אפֿשר פֿאַראַן, ווײַל דווקא הײַדעלבערג האָט אָפֿט מאָל געשפּילט די ראָלע פֿון אַן אויסלענדישן צענטער פֿון רוסישער וויסנשאַפֿט, און ניט נאָר וויסנשאַפֿט. אין דעם ראָמאַן "רויך" פֿונעם רוסישן שרײַבער איוואַן טורגעניעוו, דערוויסט מען זיך אַ סך וועגן די "ניהיליסטן" און אַנדערע אינטעלעקטואַלן, וואָס האָבן זיך געדרייט אַ מאָל אין און אַרום דעם אַלטן (זינט סוף 14טן יאָרהונדערט) אוניווערסיטעט. עס גלייבט זיך, אַז אויפֿן יסוד פֿון דער הײַיאָריקער הײַדעלבערגער טרעפֿונג וועט אַרויסגיין אַ ניצלעכער באַנד.