צוויי מעשׂהלעך פֿון איציק קיפּניס׳ בוך "ייִדישי מעשׂהלעך",
דערשינען אין ירושלים, אין יאָר 1997.
פֿון איטעלע מאַסטבאַום |
אַ מאָל איז געווען אין שטוב אַ קעצעלע. אין דער זעלבער שטוב זײַנען נאָך געווען זעקס פּיצינקע הינטעלעך אויך. פֿלעגן זיי זיך אין איינעם שפּילן אַלע טאָג. איין מאָל אין דער פֿרי, דאָס קעצעלע איז נאָר וואָס אויפֿגעשטאַנען און וויל זייער עסן. לויפֿט עס צו דער בעל־הביתטע איר עפּעס זאָגן. ערשט זי זעט, זי האָט פֿאַרגעסן בעטן אַזוי ווי אַ קעצעלע, און אַלץ, וואָס זי האָט געקענט אַרויסריידן איז נאָר געווען: מיאַוו־מיאַוו.
איז אַרומגעלאָפֿן דאָס קעצעלע אַ הונגעריקס איבער אַלע צימערן און צום סוף אַרויסגעלאָפֿן אין גאָרטן און דאָרטן באַגעגנט אַ גניאַדן[1] פֿערד.
— וואָס וויינסטו, קעצעלע? — פֿרעגט דאָס פֿערד.
— איך וויין, ווײַל איך וויל זייער עסן, — מאַכט דאָס קעצעלע. — איך וויל זייער עסן, און האָב פֿאַרגעסן, ווי אַזוי אַ קעצעלע דאַרף בעטן. איך ווייס נאָר מיאַוו־מיאַוו. דאַכט זיך, אַז קעצעלעך מאַכן אַנדערש, ווען זיי ווילן עסן.
— דאָס איז גאָר? — זאָגט דאָס פֿערד, — און דו גייסט אום אַ הונגעריקע. איך קען דיך שוין אויסלערנען, ווי מע דאַרף מאַכן בשעת מ’איז הונגעריק. מאַך אַזוי: הי־הי־הי! וועט מען דיר גלײַך ברענגען עסן.
זאָגט דאָס קעצעלע:
— קעצעלעך הירזשען ניט, אַז זיי ווילן עסן.
און איז אַוועקגעלאָפֿן ווײַטער מיט אַ געוויין.
ערשט זי באַגעגנט די גרויע קו פֿון הויף.
— וואָס זשע וויינסטו אַזוי, קעצעלע, אין מיטן דרינען? — פֿרעגט איר די קו.
— איך וויין, ווײַל איך האָב פֿאַרגעסן, ווי מע בעט עסן. און איך בין זייער הונגעריק...
— ע, מאַכט די קו, — טאַקע כּדאַי דערויף צו וויינען. דאָס איז דאָך זייער גרינג. הייב אָן מוקען אַזוי ווי איך. אָט הער: מו־ו, וועט מען דיר באַלד אַרויסטראָגן עסן.
— ע, ניין, — מאַכט דאָס קעצעלע! — אפֿשר קי מוקען אַזוי, ווען זיי ווילן עסן. קעצעלעך מאַכן אַנדערש.
פֿון איטעלע מאַסטבאַום |
איז אַוועקגעלאָפֿן דאָס קעצעלע ווײַטער. פֿאַרלאָפֿן אין פֿעלד און וויינט זיך זייער ביטער. ס’הערט דאָס שעפֿל, אַז קעצעלע וויינט, פֿרעגט עס:
— וואָס וויינסטו, קעצעלע, אַזוי ביטער?
— ווײַל איך בין זייער הונגעריק, — מאַכט דאָס קעצעלע. און איך האָב פֿאַרגעסן, ווי אַזוי אַ קעצעלע בעט עסן. מיאַוו־מיאַוו, מאַך איך, הערט מיך קיינער ניט.
— אַוודאי וועט מען דיך ניט הערן, אַז דו וועסט אַזוי מאַכן, — זאָגט דאָס שעפֿעלע. — קום, איך וועל דיך אויסלערנען, טײַערינקע. דו מאַך, מײַן קעצעלע, אַזוי:
— מע־מע! מע־ע־ע! וועט מען דיר געוויס אונטערטראָגן עסן.
— אײַ, ניין, שעפֿעלע, — מאַכט דאָס קעצעלע, — אַזוי בעט אפֿשר אַ שאָף, אַז זי וויל עסן, און אַ קעצעלע מאַכט אַנדערש.
און איז אַוועקגעלאָפֿן שוין ווידער אַהיים.
לעבן מיסטקאַסטן האָט דאָס קעצעלע באַגעגנט אַ ווײַס הינדעלע זיך שאַרן.
— וואָס וויינסטו אַזוי, קעצעלע? — שטעלט זיך דאָס הינדעלע אָפּ.
— איך וויין, איך וויל עסן און האָב פֿאַרגעסן, ווי אַזוי קעצעלעך בעטן, ווען זיי זײַנען הונגעריק.
— נעבעך, — זאָגט דאָס הינדעלע, טאָ קום, קעצעלע, וועל איך דיר ווײַזן, ווי אַזוי צו טאָן. עפֿן דאָס מײַלעכל און מאַך, ווי איך: קוד־קודאַך, קוד־קודאַך, וועט מען דיר באַלד אויסשיטן עסן.
— ע, ניין, — מאַכט דאָס קעצעלע, — אפֿשר בעטן אַזוי הינדעלעך, אַז זיי ווילן עסן. קעצעלעך מאַכן אַנדערש.
איז זי אַוועקגעלאָפֿן.
דערווײַל איז אַרויס פֿון קאַמער דער קאָטער אַליין און האָט זיך אָנגערופֿן:
— איך וועל דיר טאַקע אויף אַן אמת זאָגן, ווי אַזוי אַ קעצעלע מאַכט, ווען עס איז הונגעריק. גיי צו אין קיך, וווּ די בעל־הביתטע זײַט די מילך איבערן קריגעלע, און זאָג איר: מיאַו! מיאַו...
— אָ, — האָט זיך קעצעלע דערפֿרייט, — דאָס איז אמת! אַזוי בעט מען טאַקע עסן. איז אַוועקגעלאָפֿן דאָס קעצעלע אין קיך צו דער בעל־הביתטע און אויסגעשריגן אַ פֿאַרקלעמטע:
— מיאַו! מיאַו...
דערזען דאָס מיידעלע, אַז דאָס קעצעלע איז אַזוי הונגעריק, האָט זי זיך אַזש דערשראָקן.
טײַער קעצעלע, ווי ביסטו, נעבעך, אַזוי הונגעריק. זע, פֿאַר וואָס האָסטו מיר אַ גאַנצן טאָג ניט דערמאָנט, אַז דו ווילסט עסן?
און די קליינינקע בעל־הביתטע האָט אָנגעגאָסן דעם קעצעלע אַ שיסעלע מיט מילך. דאָס קעצעלע האָט אויסגעלעקט די מילך ביז אַ טראָפּן און שוין מער ניט פֿאַרגעסן, ווי ס’בעט אַ קעצעלע עסן, ווען ס’וויל עסן.
— מיאַו, — מאַכט עס, — מיאַו! מיאַו!