- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוויי מעשׂהלעך פֿון איציק קיפּניס׳ בוך "ייִדישי מעשׂהלעך",
אַ מאָל איז געווען אין שטוב אַ קעצעלע. אין דער זעלבער שטוב זײַנען נאָך געווען זעקס פּיצינקע הינטעלעך אויך. פֿלעגן זיי זיך אין איינעם שפּילן אַלע טאָג. איין מאָל אין דער פֿרי, דאָס קעצעלע איז נאָר וואָס אויפֿגעשטאַנען און וויל זייער עסן. לויפֿט עס צו דער בעל־הביתטע איר עפּעס זאָגן. ערשט זי זעט, זי האָט פֿאַרגעסן בעטן אַזוי ווי אַ קעצעלע, און אַלץ, וואָס זי האָט געקענט אַרויסריידן איז נאָר געווען: מיאַוו־מיאַוו. איז אַרומגעלאָפֿן דאָס קעצעלע אַ הונגעריקס איבער אַלע צימערן און צום סוף אַרויסגעלאָפֿן אין גאָרטן און דאָרטן באַגעגנט אַ גניאַדן[1] פֿערד. — וואָס וויינסטו, קעצעלע? — פֿרעגט דאָס פֿערד. — איך וויין, ווײַל איך וויל זייער עסן, — מאַכט דאָס קעצעלע. — איך וויל זייער עסן, און האָב פֿאַרגעסן, ווי אַזוי אַ קעצעלע דאַרף בעטן. איך ווייס נאָר מיאַוו־מיאַוו. דאַכט זיך, אַז קעצעלעך מאַכן אַנדערש, ווען זיי ווילן עסן. — דאָס איז גאָר? — זאָגט דאָס פֿערד, — און דו גייסט אום אַ הונגעריקע. איך קען דיך שוין אויסלערנען, ווי מע דאַרף מאַכן בשעת מ’איז הונגעריק. מאַך אַזוי: הי־הי־הי! וועט מען דיר גלײַך ברענגען עסן. זאָגט דאָס קעצעלע: — קעצעלעך הירזשען ניט, אַז זיי ווילן עסן. און איז אַוועקגעלאָפֿן ווײַטער מיט אַ געוויין. ערשט זי באַגעגנט די גרויע קו פֿון הויף. — וואָס זשע וויינסטו אַזוי, קעצעלע, אין מיטן דרינען? — פֿרעגט איר די קו. — איך וויין, ווײַל איך האָב פֿאַרגעסן, ווי מע בעט עסן. און איך בין זייער הונגעריק... — ע, מאַכט די קו, — טאַקע כּדאַי דערויף צו וויינען. דאָס איז דאָך זייער גרינג. הייב אָן מוקען אַזוי ווי איך. אָט הער: מו־ו, וועט מען דיר באַלד אַרויסטראָגן עסן. — ע, ניין, — מאַכט דאָס קעצעלע! — אפֿשר קי מוקען אַזוי, ווען זיי ווילן עסן. קעצעלעך מאַכן אַנדערש.
איז אַוועקגעלאָפֿן דאָס קעצעלע ווײַטער. פֿאַרלאָפֿן אין פֿעלד און וויינט זיך זייער ביטער. ס’הערט דאָס שעפֿל, אַז קעצעלע וויינט, פֿרעגט עס: — וואָס וויינסטו, קעצעלע, אַזוי ביטער? — ווײַל איך בין זייער הונגעריק, — מאַכט דאָס קעצעלע. און איך האָב פֿאַרגעסן, ווי אַזוי אַ קעצעלע בעט עסן. מיאַוו־מיאַוו, מאַך איך, הערט מיך קיינער ניט. — אַוודאי וועט מען דיך ניט הערן, אַז דו וועסט אַזוי מאַכן, — זאָגט דאָס שעפֿעלע. — קום, איך וועל דיך אויסלערנען, טײַערינקע. דו מאַך, מײַן קעצעלע, אַזוי: — מע־מע! מע־ע־ע! וועט מען דיר געוויס אונטערטראָגן עסן. — אײַ, ניין, שעפֿעלע, — מאַכט דאָס קעצעלע, — אַזוי בעט אפֿשר אַ שאָף, אַז זי וויל עסן, און אַ קעצעלע מאַכט אַנדערש. און איז אַוועקגעלאָפֿן שוין ווידער אַהיים. לעבן מיסטקאַסטן האָט דאָס קעצעלע באַגעגנט אַ ווײַס הינדעלע זיך שאַרן. — וואָס וויינסטו אַזוי, קעצעלע? — שטעלט זיך דאָס הינדעלע אָפּ. — איך וויין, איך וויל עסן און האָב פֿאַרגעסן, ווי אַזוי קעצעלעך בעטן, ווען זיי זײַנען הונגעריק. — נעבעך, — זאָגט דאָס הינדעלע, טאָ קום, קעצעלע, וועל איך דיר ווײַזן, ווי אַזוי צו טאָן. עפֿן דאָס מײַלעכל און מאַך, ווי איך: קוד־קודאַך, קוד־קודאַך, וועט מען דיר באַלד אויסשיטן עסן. — ע, ניין, — מאַכט דאָס קעצעלע, — אפֿשר בעטן אַזוי הינדעלעך, אַז זיי ווילן עסן. קעצעלעך מאַכן אַנדערש. איז זי אַוועקגעלאָפֿן. דערווײַל איז אַרויס פֿון קאַמער דער קאָטער אַליין און האָט זיך אָנגערופֿן: — איך וועל דיר טאַקע אויף אַן אמת זאָגן, ווי אַזוי אַ קעצעלע מאַכט, ווען עס איז הונגעריק. גיי צו אין קיך, וווּ די בעל־הביתטע זײַט די מילך איבערן קריגעלע, און זאָג איר: מיאַו! מיאַו... — אָ, — האָט זיך קעצעלע דערפֿרייט, — דאָס איז אמת! אַזוי בעט מען טאַקע עסן. איז אַוועקגעלאָפֿן דאָס קעצעלע אין קיך צו דער בעל־הביתטע און אויסגעשריגן אַ פֿאַרקלעמטע: — מיאַו! מיאַו... דערזען דאָס מיידעלע, אַז דאָס קעצעלע איז אַזוי הונגעריק, האָט זי זיך אַזש דערשראָקן. טײַער קעצעלע, ווי ביסטו, נעבעך, אַזוי הונגעריק. זע, פֿאַר וואָס האָסטו מיר אַ גאַנצן טאָג ניט דערמאָנט, אַז דו ווילסט עסן? און די קליינינקע בעל־הביתטע האָט אָנגעגאָסן דעם קעצעלע אַ שיסעלע מיט מילך. דאָס קעצעלע האָט אויסגעלעקט די מילך ביז אַ טראָפּן און שוין מער ניט פֿאַרגעסן, ווי ס’בעט אַ קעצעלע עסן, ווען ס’וויל עסן. — מיאַו, — מאַכט עס, — מיאַו! מיאַו! |